בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - קוק נישט אויף קיינעם, לערן נאר וויפיל דו קענסט
התחזקות, סדר דרך הלימוד, נערווען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ט אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ישיבת היכל הקודש ירושלים


ווער נישט צעדריקט פון דעם אז דו האסט נישט קיין שנעלע חיתוך הדיבור און עס נעמט דיר לענגער צו לערנען משניות און גמרא, ווער נישט פון דעם צעדרוקט, קוק נישט אויף קיינעם, לערן וויפיל דו קענסט, פרעג דיין מגיד שיעור ער זאל דיר אויסשטעלן א סדר וויפיל דו זאלסט לערנען.


דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט מיר זאלן לערנען אסאך, אבער דער רבי האט אונז אויך געזאגט מען זאל נישט ווערן צעדרוקט פון דעם וואס מען זעט אז מען קומט נישט אן צו לערנען אזוי סאך. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כז): "אף על פי שהאדם צריך להיות זריז גדול מאד מאד בעבודת ה', להזדרז מאד בכל עת ובכל שעה לעשות הרבה בעבודת ה', כי עיקר הוא העשיה, ללמוד הרבה ולעשות מצוות הרבה, ולהתפלל ולהתחנן הרבה, לשפוך לבו לפניו יתברך, וכיוצא בזה שאר עניני עבודת ה'", אפילו א מענטש מוז אלץ טון אין עבודת השם, מען מוז אסאך לערנען, מען מוז אסאך דאווענען און טון אסאך מצוות און מעשים טובים, און אזוי אויך אנדערע עבודת השם, "אף על פי כן אל תהי נבהל כשאתה רואה בספרים קדושים עניני עבודות הרבה, אל תהי נבהל מפני זה לאמר מתי אוכל לקיים אחת מהנה מכל הענינים הללו, מכל שכן כולם", דארף מען אבער וויסן אז מען קען נישט ווערן דערשראקן און צעדרוקט ווען מען זעט אין הייליגע ספרים די אלע שווערע עבודות, מען טאר נישט ווערן פארלוירן און טראכטן 'ווען וועל איך דאס קענען טון?' "כי צריך לבל יהיה מבוהל לחטוף הכל בבת אחת", מען קען נישט אלעס כאפן אין איין מאל, מען דארף גיין צוביסליך, "רק לילך בנחת בהדרגה מעט מעט", מען גייט רואיג, שטייטליך, צוביסליך, "ולא שיהא מבוהל ומבולבל שרוצה לקיים ולחטוף הכל בבת אחת", נישט ווערן אנגעצויגן און דערשראקן פון די סאך עבודות השם און דאס אלעס וועלן מקיים זיין אויף איין מאל, "ומחמת זה נתבלבל לגמרי", דאס ברענגט מען זאל גארנישט טון.


"כמו שיש בשרפה חס ושלום שמחמת הבהלה חוטפין מה שאין צריכין", אזוי ווי ווען עס פאסירט א פייער חס ושלום, פון פארלוירנקייט און צעטומלטקייט כאפט מען ארויס פון די פייער נישט וויכטיגע זאכן, "רק צריך לנהוג בהדרגה בנחת מעט מעט", אזוי דארף מען זיך פירן בעבודת השם, מען דארף זיין רואיג און טון נאך אביסל און נאך אביסל, "ואם לפעמים אין האדם יכול לעשות כלל בעבודת ה', מה לעשות, אונס רחמנא פטריה", און אז מען קען גארנישט טון און עבודות השם, טאר מען זיך אויך נישט פארלירן, "וירגיל עצמו לכסוף ולהתגעגע ולהשתוקק תמיד אליו יתברך, כי ההשתוקקות והכסופין בעצמם הם דברים גדולים מאד ורחמנא לבא בעי", מען זאל ווייטער בענקען, וועלן און האפן צום אייבערשטן; דאס בענקען צום אייבערשטן, דאס האפן צום אייבערשטן - איז זייער זייער חשוב, דער אייבערשטער וויל אונזער הארץ, מיר זאלן האפן צו אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.