בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמיני, כ"ד אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך האב דיך אויפגענומען אין חדר אויפצולעבן די קינדער און העלפן דעם מנהל מיט די מלמדים, נישט צו זיצן ביים קאמפיוטער און פארברענען די טעג און די נעכט, מיר ארט נישט אז די קינדער וועלן נישט האבן די שיינע פארגעשריטענע צעטלעך, מיר אינטערעסירט נאר די איין זאך, די קינדער זאלן לעבן מיט אמונה, לעבן מיטן רבי'ן, לעבן מיט גוטע מידות; איך דארף נישט קיין סגן מנהל פאר צעטלעך, יעדער מלמד קען זיך מאכן זיינע צעטלעך האנט געשריבן וכו'.
איך בעט דיר זייער, שימל נישט אפ אין אפיס; דער קאמפיוטער קען אזוי פארדרייען דעם מענטש, אים אזוי פארנארן, אז מען מיינט מען טוט אויף און מען פארברענט די טעג און יארן; רעד אדורך מיטן מנהל וואס דו האסט צו טון.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.