בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, אדמיניסטראטער מוסדות היכל הקודש
איך וויל דיר בעטן, אויב דו זעסט אז דו וועסט נישט האבן צו באצאלן סוף וואך די מלמדים און די איינגעשטעלטע - זאלסטו אריבערגיין צו משפחות פון אנשי שלומינו וואס האבן א געפיל און הארץ, קלאפ אויף זייער טיר און רעד צו זייער הארץ זיי זאלן דיר העלפן דעקן די מלמדים, מען זאל זיי קענען געבן די געהאלט, זיי זאלן קענען קומען אין חדר לערנען מיט די קינדער מיט ישוב הדעת.
איך בין דיר גרייט צו העלפן ארויפגיין מיט דיר צו אנשי שלומינו יעדע נאכט צו קענען דעקן די איינגעשטעלטע, ווייל דאס איז ביי מיר וויכטיגער ווי אלעס.
דער אייבערשטער האט אונז געהאלפן ביז אהער וועט ער אונז ווייטער העלפן, זאג די תפילה וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן מיט יארן צוריק. ווען מיר זענען געקומען וויינען צו מוהרא"ש וואס מיר קענען טון צו באצאלן די מלמדים האט אונז מוהרא"ש דעמאלט געשריבן די שיינע תפילה:
"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם! זֶע וִוי אִיךְ זִינְק אִין חוֹבוֹת, נֶעם מִיךְ אַרוֹיס פוּן אַלֶע מַיינֶע צָרוֹת וָואס אִיךְ בִּין אַרַיין אִין דֶעם, אִיךְ זָאל קֶענֶען אָפְּגֶעבְּן אַלֶע חוֹבוֹת, גֶעבּ מִיר שֶׁפַע אִיךְ זָאל זִיךְ נִישְׁט דַארְפְן מוּטְשֶׁען, וָוארוּם מַיין גַאנְץ כַּוָונָה אִיז נָאר אוֹיפְבּוֹיעֶן אַ יְשִׁיבָה אוּן אַ תַּלְמוּד תּוֹרָה וואוּ דִי תַּלְמִידִים וֶועלְן רֶעדְן נָאר פוּן דִיר, אוּן זֵיי וֶועלְן לֶערְנֶען פְלַייסִיג דַיין הֵיילִיגֶע תּוֹרָה. אִיבֶּערְדֶעם הָאבּ אוֹיף מִיר רַחֲמָנוּת אוּן גֶעבּ מִיר חֵן אִין דַיינֶע אוֹיגְן, אוּן הֶער צוּ מַיין תְּפִלָה אוּן מַיין גֶעבֶּעט, אוּן שֶׁענְק מִיר אַ שֶׁפַע אִיךְ זָאל קֶענֶען אָפְּצָאלְן אַלֶע חוֹבוֹת, אוּן עֶס זָאל מִיר נִתְרַחֵב וֶוערְן בְּגַשְׁמִיוּת וּבְרוּחְנִיוּת מֵעַתָּה וְעַד עוֹלָם אָמֵן סֶלָה".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.