בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייערע בריוו.
איך האב געשריבן פאר אייער מאן ער זאל אלעס טון אבי עס זאל זיין שלום; זעט אויס ער איז זייער צעבראכן און דאס מאכט אים אויפגעבן וכו'.
איך בעט אייך זייער שטארק, רעדט צו אים שיין, בעטס אים איבער; אפילו ער דארף אייך איבערבעטן.
... איז א גוטער מענטש, ער איז נאר זייער צעבראכן וכו'; איר זענט א קלוגע פרוי, זאלט איר מיט אייער חכמת נשים רעדן צו אים הארציג און שיין, וועט ער אייך נישט איגנארירן, ער וועט אייך ענטפערן.
טוט אלעס אויף דער וועלט אז אייער שטוב זאל נישט צעפאלן; ענק האלטן שוין ביי די צווייטע מאל חתונה האבן, די ערשטע האט זיך נישט אויסגעארבעט; איז א שאד אז די צווייטע מאל זאל מען זיך נישט קענען דורכקומען.
איך קען גוט אייער מאן, ער איז א וואוילער, א גוטער, ער איז נאר זייער צעבראכן, דעריבער פאלט ער אריין אין א מצב פון נישט ענטפערן און נישט וועלן לעבן אינאיינעם וכו' וכו', און אויף אלעס ענטפערט ער: "קען זיין", אדער: "איך ווייס נישט"; א קלוגע פרוי האט אלץ א וועג ווי אזוי פרייליך צו מאכן איר מאן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.