בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מען קען זיין אין ישיבה אפילו מען איז נישט אין ישיבה
ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך בין זייער פרייליך יעדעס מאל איך זע דיר קומען אין ישיבה; הלוואי וואלסטו געקומען מער אפט.


יעדעס מאל ווען דו ענדיגסט ארבעטן זאלסטו קומען אין ישיבה זיך אויפפרישן מיט די עצות פון רבי'ן.


מען קען זיין אין ישיבה אפילו מען איז נישט אין ישיבה; אפילו מען איז ארויס פון ישיבה, מען איז געגאנגען ארבעטן וכדומה – קען מען זיין ווייטער אין ישיבה, אז מען טוט דאס וואס מען לערנט אין ישיבה; מען לערנט אביסל חומש רש"י יעדן טאג, פרקים משניות און גמרא, אזוי אויך דאווענט מען שחרית, מנחה און מעריב מיט מנין, מען איז פרייליך און מען מאכט אלעמען פרייליך – דאן איז מען א תלמיד הישיבה.


שטארק זיך, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר.