בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
אז מען קריגט זיך מיט מחשבות ווערן זיי נאר שטערקער און ערגער, דאס איז די טבע פון די יצר הרע, ווי מער מען ענטפערט אים - ווערט ער שטערקער, דעריבער וויל איך אייך בעטן, קריגט זיך נישט מיט די נישט גוטע מחשבות, און ווען זיי קומען און זיי זאגן אייך איר גייט פלאקערן אין גיהנום - זאלט איר זיך נישט וויסנדיג מאכן, ענטפערט זיי 'אפילו איך וועל דארפן אריבערגיין די גיהנום וועל איך אבער נאכדעם זיצן אין גן עדן מיט די הייליגע פרויען'.
אזוי ווי דער הייליגער זוהר דערציילט (שלח, דף קסז:), דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי האט געשיקט א נשמה זאל פרעגן אין הימל אויב עס איז דא גן עדן פאר פרויען, די נשמה איז צוריק געקומען און געשריגן צו רבי שמעון בר יוחאי: "אִי רַבִּי" געוואלד רבי שמעון וואס איך האב געזען, "שִׁית הֵיכָלִין אַחְזִיּוּ לִי" זעקס פאלאצן פון גן עדן האב איך געזען, "בְּכַמָּה עִנּוּגִין וְעִדּוּנִין" דארט איז דא אלע פארגענוגן, אין איין היכל זיצט בתיה די טאכטער פון פרעה וואס האט זיך מגייר געווען און געראטעוועט משה רבינו און אים אויפגעצויגן, און מיט איר זיצן צענדליגער טויזנטער נשמות פון די ערליכע פרויען, און יעדן טאג קומט דארט באזוכן משה רבינו.
אויך האט דער שליח דערציילט פאר רבי שמעון בר יוחאי ווי אין איין היכל זיצט סרח בת אשר מיט צענדליגער טויזנטער נשמות, און יוסף הצדיק קומט יעדן טאג צו זיי, דארט איז אזוי ליכטיג, מען זיצט דארט און מען לויבט דעם אייבערשטן.
אין איין היכל זיצט יוכבד די מאמע פון משה רבינו, מיט טויזנטער נשמות פון אידישע פרויען. זיי זינגען דארט יעדן טאג די שירת הים און אלע צוגייען פון די זיסקייט פון די שירה.
אין די פערטע היכל גן עדן זיצט דבורה הנביאה, און אזוי ווייטער, און אלע אידישע מאמעס וואס ציען אויף די קינדער בדרך התורה קומען אן אין די היכלות.
טענה'ט זיך נישט מיט די עקלדיגע מחשבות וואס קלאפן אייך אראפ, זאגט זיי 'יא יא, טאקע טאקע, גיהנום, גן עדן, עס גייט מיר נישט אן די זאכן, איך וויל נאר דעם אייבערשטן'; ווייל אויב איר וועט זיך מיט זיי קריגן וועלן זיי ווערן שטערקער, נאר זאגט זיך 'דער אייבערשטער האט מיך ליב, דער אייבערשטער ווארט צו זען ווי איך בין פרייליך'.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.