בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#51 - טראכטן פאזיטיוו, און ווארטן מיט געדולד
כיבוד אב ואם, סבלנות, עצבות, מחשבות, שידוך

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי'


זארגט נישט, נאך אביסל וועט איר האבן אייער שידוך, ווערט נאר נישט צעקוועטשט פון טראכטן אז עס מוז שוין זיין היינט; די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סד.): "כָּל הַדּוֹחַק אֶת הַשָּׁעָה", ווער עס עקשנ'ט זיך, ער זאגט 'עס מוז יעצט געשען דאס און דאס – "הַשָּׁעָה דוֹחַקְתּוֹ" ווערט צעדריקט, מען פארלירט די מח; זארגט נישט, איר וועט א כלה ווערן; נאר איין זאך, העלפט אין שטוב, זייט מכבד טאטע מאמע.


זעט צו האבן גוטע חבר'טעס, איר קענט בלייבן מיט די חבר'טעס וואס האבן שוין חתונה געהאט, עס מוז נישט זיין דוקא חבר'טעס וואס האבן נאכנישט זייער שידוך, און ווארטס מיט סבלנות, און הערט נישט אויף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך.


די גרעסטע עבודה איז אוועק שטופן די עצבות, אוועק שטופן די מרה שחורה, די נעגעטיווע מחשבות וואס האקט אין קאפ אז מען וועט קיינמאל נישט געהאלפן ווערן חס ושלום, מען דארף פארטרייבן די מחשבות, מען דארף טראכטן פאזעטיוו און דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט.


געבט א גרוס פאר אייערע עלטערן, איר האט זייער טייערע עלטערן, זייער איידעלע וואוילע מענטשן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#50 - אויסהערן די מחשבות פון פחדים פונעם קינד
פחדים, מחשבות, נערווען, חינוך, עלטערן מיט קינדער

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע די פחדים וואס האט זיך אריינגעכאפט אין אייער קינד; עס איז זייער וויכטיג אז איר אלס מאמע זאלט יעדן טאג רעדן מיט אים ער זאל דערציילן אלע מחשבות, אזוי וועט עס אים ווערן גרינגער, ביז עס וועט ארויסגיין אינגאנצן.


עס איז זייער וויכטיג אז איר זאלט אויסהערן זיינע מחשבות פון פחדים, און אים בארואיגן אז די סארט מחשבות פון פחדים וכדומה - דאס איז וואס אסאך האבן, און עס איז גארנישט; עס וועט אוועק גיין. ווייל דער פחד אליינס איז איין שוועריקייט, מיט דעם וואלט מען נאך געקענט אנגיין, אבער די צווייטע חלק, וואס הייבט אן פייניגן דעם מענטש: 'וואס איז מיט מיר געשען אז איך האב פחדים, איך בין נארמאל? איך בין משוגע? וועל איך איין טאג ווערן אינגאנצן משוגע? איך בין א נערווען קראנקער מענטש'; די סארט מחשבות זענען זייער שרעקליך, די מחשבות לייגט צוגרונד דעם מענטש, דעריבער איז זייער וויכטיג איר זאלט אים אויסהערן און בארואיגן.


איך האב אים אויך געזאגט אז ער זאל קומען צו מיר און דערציילן אלע מחשבות פון פחדים וכו', ווייל דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (צעטל קטן, סעיף יג), אז דאס דערציילן די שלעכטע מחשבות (נערווען מחשבות) פאר א נאנטער חבר - האט א סגולה אז עס גייט אוועק פונעם מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז איר מיט אלע אייערע קינדער זאלן זיין געזונט און שטארק פיזיש און גייסטיש, און האבן א זיסע יאר מיט אלעס גוטס.

#49 - קאנצענטרירן צו טראכטן גוטע מחשבות אום ראש השנה
ראש השנה, מחשבות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


וויסן זאלסטו מיין ליבער טייערער ברודער, ווען עס קומט ראש השנה דארף מען זיך זייער קאנצענטרירן צו טראכטן גוטע מחשבות, אז דער אייבערשטער גייט אונז זיכער העלפן און אונז פארשרייבן א גוטע זיסע יאר, ווייל אז מען טראכט גוט, מען טראכט אז די יאר הבא עלינו לטובה, וועט זיין גאר א געשמאקע יאר מיט ישועות און רפואות – וועט זיין גוט, און עס וועט זיין געשמאק, גוט און זיס, און דעריבער האט דער הייליגער רבי אונז זייער אנגעזאגט (שיחות הר"ן, סימן כא), אז ראש השנה זאל מען נאר טראכטן פאזעטיווע מחשבות, עיין שם.


דעריבער ליבער ברודער, שטארק זיך און טראכט אז 'די יאר גייט זיין א גוטע יאר, דער אייבערשטער גייט מיר העלפן, דער אייבערשטער גייט מיך ארויסנעמען פון מיינע פראבלעמען, און אויך די פראבלעמען וואס זעט מיר אויס אויף זיכער אז דאס גייט זיך נישט טוישן און דאס וועט שוין בלייבן – אויך די פראבלעמען וועט דער אייבערשטער מיך העלפן'; און ווען דו טינקסט איין די חלה מיט עפל אין די האניג, זאלסטו ארויסזאגן אז עס קומט א זיס יאר, און אזוי זאלסטו טראכטן און זאגן ביי אלע סימנים וואס מען עסט: "עס קומט א זיס יאר, דער אייבערשטער גייט זיכער העלפן"; ווייל אלעס איז אין דעם אנגעהאנגען, אלעס איז אין די מח-מחשבה, וואו די מחשבה איז, פון וואס מען טראכט – דארט איז דער גאנצער מענטש; זאלסטו זיך היטן פון די נעגעטיווע מחשבות און זאלסט חזר'ן צו זיך: 'עס קומט א זיסע יאר, דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט מיך, ער גייט מיך ארויסנעמען פון אלע פראבלעמען'; וועסטו זוכה זיין צו א שנה טובה ומבורכת, און צו א כתיבה וחתימה טובה.

#48 - שלעכטע מחשבות
שמחה, אמונה, התחזקות, מחשבות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן די בריוו.


דאס וואס עס האט פאסירט, עס האט זיך אייך אריינגעכאפט א בילד במחשבה פון א צלם, פון א שתי וערב, און איר האט עס נישט געקענט ארויסנעמען פון קאפ, איר זענט דערשראקן אז דאס האט פאסירט אין א צייט וואס איר זענט אהיים געקומען וכו', און איר זענט דערשראקן וכו'; מאכט נישט קיין עסק דערפון, א צלם איז גארנישט, די גאנצע זאך איז איין גרויסע דמיון, איר דארפט גארנישט מורא האבן.


דאס אז די מחשבה איז נישט ארויס - דאס איז פשוט, דאס זאגט שוין דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן עב): "כִּי זֶה טֶבַע וּסְגֻלַּת שֶׁל אֵלּוּ הַיְצָרִין הָרָעִים הַמְזֹהָמִים", אזוי ארבעט די שלעכטע שמוציגע יצר הרע, "כָּל מַה שֶּׁרוֹצִים לְהִתְגַּבֵּר עַל אֵלּוּ הַמַּחֲשָׁבוֹת", ווי מער מען וויל זיך שטארקן אויף זיי, "יוֹתֵר וְיוֹתֵר הֵם מִתְגַּבְּרִים", שטארקן זיי זיך שטערקער אויפן מענטש; אזוי ווי ווען מען לויפט אוועק פון איינעם, און אז מען קוקט צוריק אויף יענעם ווערט יענער שטערקער, ווייל ער זעט ווי מען קוקט צוריק, און דאס מאכט יענער זאל ווייטער נאכלויפן, אזוי ארבעט די שלעכטע מחשבות, ווי מער מען שלאגט זיך מיט זיי ווערן זיי שטערקע, מען קען זיי נישט פארטרייבן דורך זיך קריגן מיט זיי.


די עצה פטור צו ווערן פון די מחשבות איז שמחה, דער רבי זאגט דארט: "גַּם עַצְבוּת הוּא מַזִּיק מְאֹד וְנוֹתֵן כֹּחַ לְזֶה הַיֵּצֶר הָרָע הָעָב הַגַּשְׁמִי", נאר מיט שמחה קען מען זיין א בעל הבית אויף די מחשבות, דער זוהר הקדוש זאגט בשמח"ה איז די אותיות מחשבה; מיט שמחה קען מען קאנטראלירן די מחשבות.


די אנדערע בלבול וכו'; דאס איז אלעס מעשה סמ"ך מ"ם אז מען זאל זיך נישט פרייען מיט די גרויסע מצוה וואס מען איז זוכה צו טון וכו'; זייט פרייליך אז איר זענט זוכה צו היטן די הלכות און צו גיין וכו', ווייל מיט שמחה של מצוה וכו' ברענגט מען אראפ הייליגע נשמות, דאס איז די סוד פון ברענגען געזונטע הייליגע נשמות - שמחה של מצוה, זיין פרייליך אז מען טוט דעם רצון פונעם אייבערשטן וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#47 - פרשת פרה, ריין און הייליג פארן אייבערשטן
מחשבות, שבת פרה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


די וואך פרשת פרה איז זייער מסוגל צו ווערן ריין און הייליג פארן אייבערשטן, און אפילו היינטיגע טעג וואס איז נישט שייך די הלכות פון טומאה וטהרה, אבער דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רמב): "הרהורי ניאוף רחמנא לצלן הם טמאת מת", און "אבי אבות הטומאה", אז מען טראכט שלעכטע מחשבות פון עבירות, מען טראכט פון ניאוף - ווערט מען טמא מיט די שטערקסטע טומאה, טומאת מת וואס איז אבי אבות הטומאה, ווייל אז מען טראכט פון עבירות ווערט דער גאנצער מענטש דערווייטערט פונעם אייבערשטן רחמנא לצלן; דעריבער יעצט ווען מען ליינט די פרשה פון פרה אדומה קען מען זוכה זיין צו ווערן ריין און הייליג, מען קען זוכה זיין ארויס צו גיין פון די שלעכטע מחשבות, מען זאל מער נישט טראכטן קיין עבירות. דעריבער זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן בשעת מען ליינט די פרשה פון פרה אדומה אז דו זאלסט זוכה זיין צו האבן ריינע מוחין, הייליגע מחשבות, מער נישט טראכטן קיין מחשבות פון עבירות.


דער כהן נעמט א שטיקל האלץ פון א טענענבוים, מיט א בינטל אזוב, און א רויטע פאדעם און טונקט דאס איין אין די מים חיים, זאגן חכמינו זכרונם לברכה (הובא ברש"י במדבר יט, ו), מען וויל מיט דעם מרמז זיין דעם מענטש: "ישפיל את עצמו כאזוב ותולעת", וואס האלסטו זיך גרויס? דער אייבערשטער איז דאך דא, וואס בלאזטו פון זיך? בייג זיך איין פארן אייבערשטן – "ויתכפר לו", וועסטו ווערן ריין, דער אייבערשטער וועט דיר מוחל זיין; ווייל אלע טומאות קומט נאר פון דעם וואס דער מענטש גרויסט זיך, ער פארגעסט אז דער אייבערשטער איז דא מיט אים, דער אייבערשטער טוט אלעס, ער מאכט אלעס, און אז מען נעמט אריין אין זיך אז דער אייבערשטער איז דא און ער איז אלעס - פאלט אוועק די גאווה און מען ווערט ריין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#46 - ביסט געזונט און שטארק, דארפסט נאר דאנקען
תודה והודאה, רפואה, מחשבות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער...


איך בעט דיר זייער, לאז נישט די שלעכטע מחשבות דיך צוגרונד לייגן, די צעדרייטע און שעדליכע מחשבות וואס האבן זיך אריינגעכאפט אין דיר, אז דו ביסט חס ושלום נישט געזונט, און פלוצלונג שפירסטו שוין ווי עס דריקט דיר פון אלע זייטן; אוודאי דריקט פון אלע זייטן, נאכן טראכטן די מחשבות וואס זענען אזוי שעדליך הייבט אן דריקן אין קאפ און אין אלע חלקים פונעם קערפער.


מיין ליבער הארציגער..., ביסט געזונט און שטארק, עס פעלט דיר גארנישט, עס פעלט דיר נאר אביסל "תודה והודאה", אביסל מער דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די פילע חסדים וואס ער טוט מיט דיר.


מאך זיך א ליסטע, שרייב אראפ אלע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר, און יעדן טאג זאלסטו נעמען די ליסטע אין האנט און זאגן: "שכוח אייבערשטער" פאר יעדע שורה וואס שטייט אינעם צעטל, וועסטו זען אז עס וועט דיר מער נישט דריקן, עס וועט דיר זיין זיס און געשמאק דאס לעבן.

#45 - שלעכטע מחשבות
התחזקות, מחשבות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


עס קומט מיר א מזל טוב, מיין איידעם הרב נתנאל שליט"א האט געהאט א מיידל למזל טוב, דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין שמחות ביי אונז אלע.


מיט שלעכטע מחשבות קען מען זיך נישט קריגן ווייל ווי מער מען קריגט זיך מיט זיי ווערן זיי נאר שטערקער און ערגער, די עצה איז טראכטן פון גוטע זאכן, טראכטן פון אייבערשטן, טראכטן פון צדיקים. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רלג): הַכְּלָל שֶׁאִי אֶפְשָׁר בְּשׁוּם אֹפֶן בָּעוֹלָם שֶׁיִּהְיוּ שְׁנֵי מַחֲשָׁבוֹת בְּיַחַד בְּפַעַם אֶחָד", עס איז נישט שייך מען זאל טראכטן צוויי מחשבות אויף איין מאל, "עַל כֵּן בְּקַל יְכוֹלִין לְגָרֵשׁ מַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת רַק בְּשֵׁב וְאַל תַּעֲשֶׂה, דְּהַיְנוּ שֶׁלּא לַחֲשֹׁב אוֹתוֹ הַמַּחֲשָׁבָה, רַק לַחֲשֹׁב אֵיזֶה מַחֲשָׁבָה אַחֶרֶת בְּתוֹרָה אוֹ עֲבוֹדָה, אוֹ אֲפִלּוּ מַשָּׂא וּמַתָּן, כִּי אִי אֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיוּ שְׁנֵי מַחֲשָׁבוֹת בְּיַחַד בְּשׁוּם אֹפֶן", ממילא איז זייער גרינג נישט צו טראכטן קיין שלעכטע מחשבות דורכדעם וואס מען נעמט אריין אין זיך א גוטע מחשבה, מען טראכט פון תורה תפילה אדער אפילו פון ביזנעס, אזוי גייט פון זיך אליינס אוועק די שלעכטע מחשבה.


ווער נישט צובראכן יעדע מאל עס קומען די מחשבות און דו דארפסט פונדאסניי אנהייבן מיט די מלחמה, דער רבי זאגט דאס איז א פארגעניגן ביים אייבערשטן צו זען ווי מען קריגט זיך מיט זיי. דער רבי זאגט אז עס איז זייער טייער ביים אייבערשטן צו זען ווי מען וויל נישט טראכטן שלעכטס. דער רבי זאגט (שם): "כְּשֶׁמִּתְגַּבְּרִים עַל הָאָדָם מַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת וְהִרְהוּרִים וְהוּא מִתְחַזֵּק וּמִתְגַּבֵּר עֲלֵיהֶם וּמְנַצֵּחַ אוֹתָם, יֵשׁ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא תַּעֲנוּג גָּדוֹל מִזֶּה, וְהוּא יָקָר מְאֹד בְּעֵינֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווען א מענטש טראכט נישט גוטע מחשבות און ער שטארקט זיך אויף די מחשבות און איז זיי מנצח, האט דער אייבערשטער א גרויסע תענוג און נחת רוח פון אים, "כְּמָשָׁל שֶׁיֵּשׁ אֵצֶל הַמְּלָכִים, לִפְעָמִים בְּיוֹמָא דְּפַגְרָא הֵם מַנִּיחִין כַּמָּה חַיּוֹת שֶׁיְּנַצְּחוּ זֶה עִם זֶה, וְהֵם עוֹמְדִים וּמִסְתַּכְּלִים, וְיֵשׁ לָהֶם תַּעֲנוּג גָּדוֹל מִן הַנִּצָּחוֹן", אזוי ווי עס איז דא ביי די קעניגן, אין געוויסע טעג ברענגען זיי חיות זאלן זיך קריגן איינער מיטן צווייטן, אלע שטייען און קוקן ווער עס גייט מנצח זיין, זיי האבן א גרויסע תענוג ווען די חיות זענען מנצח איינער דעם צווייטן, "כְּמוֹ כֵן מַחֲשָׁבוֹת קְדוֹשׁוֹת הֵם חַיּוֹת טְהוֹרוֹת וּמַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת הֵם חַיּוֹת טְמֵאוֹת", אזוי איז מיט די מחשבות פונעם מענטש, די מחשבות פונעם מענטשן זענען אזוי ווי חיות, גוטע מחשבות זענען אזוי ווי טהור'ע חיות און שלעכטע מחשבות זענען אזוי ווי טמא'נע חיות, "וּמַנִּיחִים בְּכַוָּנָה מִלְּמַעְלָה שֶׁיְּנַצְּחוּ זֶה עִם זֶה", מען ברענגט די שלעכטע מחשבות פון אויבן זיך צו קריגן מיט די גוטע מחשבות, "וְיֵשׁ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא תַּעֲנוּג גָּדוֹל כְּשֶׁהָאָדָם מִתְגַּבֵּר עַל הַחַיּוֹת טְמֵאוֹת וּמְנַצֵּחַ אוֹתָם", און דער אייבערשטער האט א געוואלדיגע תענוג און נחת רוח ווען מען שטארקט זיך אויף זיי.


היינט נאכט וועט זיין די ליל שישי שיעור, קום זיך מחזק זיין מיט די עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#44 - קריגט זיך נישט מיט די נישט גוטע מחשבות
חיזוק פאר פרויען, מחשבות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען קריגט זיך מיט מחשבות ווערן זיי נאר שטערקער און ערגער, דאס איז די טבע פון די יצר הרע, ווי מער מען ענטפערט אים - ווערט ער שטערקער, דעריבער וויל איך אייך בעטן, קריגט זיך נישט מיט די נישט גוטע מחשבות, און ווען זיי קומען און זיי זאגן אייך איר גייט פלאקערן אין גיהנום - זאלט איר זיך נישט וויסנדיג מאכן, ענטפערט זיי 'אפילו איך וועל דארפן אריבערגיין די גיהנום וועל איך אבער נאכדעם זיצן אין גן עדן מיט די הייליגע פרויען'.


אזוי ווי דער הייליגער זוהר דערציילט (שלח, דף קסז:), דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי האט געשיקט א נשמה זאל פרעגן אין הימל אויב עס איז דא גן עדן פאר פרויען, די נשמה איז צוריק געקומען און געשריגן צו רבי שמעון בר יוחאי: "אִי רַבִּי" געוואלד רבי שמעון וואס איך האב געזען, "שִׁית הֵיכָלִין אַחְזִיּוּ לִי" זעקס פאלאצן פון גן עדן האב איך געזען, "בְּכַמָּה עִנּוּגִין וְעִדּוּנִין" דארט איז דא אלע פארגענוגן, אין איין היכל זיצט בתיה די טאכטער פון פרעה וואס האט זיך מגייר געווען און געראטעוועט משה רבינו און אים אויפגעצויגן, און מיט איר זיצן צענדליגער טויזנטער נשמות פון די ערליכע פרויען, און יעדן טאג קומט דארט באזוכן משה רבינו.


אויך האט דער שליח דערציילט פאר רבי שמעון בר יוחאי ווי אין איין היכל זיצט סרח בת אשר מיט צענדליגער טויזנטער נשמות, און יוסף הצדיק קומט יעדן טאג צו זיי, דארט איז אזוי ליכטיג, מען זיצט דארט און מען לויבט דעם אייבערשטן.


אין איין היכל זיצט יוכבד די מאמע פון משה רבינו, מיט טויזנטער נשמות פון אידישע פרויען. זיי זינגען דארט יעדן טאג די שירת הים און אלע צוגייען פון די זיסקייט פון די שירה.


אין די פערטע היכל גן עדן זיצט דבורה הנביאה, און אזוי ווייטער, און אלע אידישע מאמעס וואס ציען אויף די קינדער בדרך התורה קומען אן אין די היכלות.


טענה'ט זיך נישט מיט די עקלדיגע מחשבות וואס קלאפן אייך אראפ, זאגט זיי 'יא יא, טאקע טאקע, גיהנום, גן עדן, עס גייט מיר נישט אן די זאכן, איך וויל נאר דעם אייבערשטן'; ווייל אויב איר וועט זיך מיט זיי קריגן וועלן זיי ווערן שטערקער, נאר זאגט זיך 'דער אייבערשטער האט מיך ליב, דער אייבערשטער ווארט צו זען ווי איך בין פרייליך'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#43 - די נארישע מחשבות קומען פון נישט זיין פרייליך
שמחה, אמונה, חיזוק פאר פרויען, מחשבות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכין תמוז, כ"ד סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די מחשבות מאכט זיך ביי אסאך, די מחשבות קומען פון ווייניג אמונה. מען רעדט פון אמונה אין זיך, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן: "האסטו אין דיר נישט קיין אמונה". דאס איז געווען ווען רבי נתן איז געווען ביים רבי'ן, און דער רבי האט געזאגט די תורה פון ליקוטי מוהר"ן (חלק ב', סימן פו), אז ווען מען האט נישט קיין אמונה דארף מען טון שווערע עבודות, דערציילט רבי נתן: "איך האב גלייך געטראכט 'וואס מיינט דער רבי דא? איך האב דאך אמונה?' און דער רבי האט גלייך תופס געווען מיינע מחשבות און אויף מיר געגעבן א שריי 'און אז דו האסט יא אמונה האסטו אבער אין דיר נישט קיין אמונה'", עיין שם (שיחות הר"ן, סימן קמ).


דאס איז די סיבה פון די מחשבות וואס איר טראכט אז אייער מאן דארף אייך נישט וכו', דאס קומט פון אייער אייגענע צעקלאפטקייט.


טוט אלעס צו זיין פרייליך, זייט זיך מוסר נפש אויף שמחה, ווייל די אלע נארישע מחשבות קומען פון נישט זיין פרייליך, און בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט אים שפירן, איר זאלט אים זען, איר זאלט זיין שטארק מיט זיך אליינס, וועט איר מער נישט האבן די דמיונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#42 - לערן ליקוטי מוהר"ן פאר דו גייסט שלאפן
סגולות, מחשבות, ליקוטי מוהר"ן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו גייסט אריבער וכו', דו חלומ'סט זיך שלעכטע חלומות וכו' און דו פאלסט וכו', דו ווילסט אזוי שטארק זיין ריין און אפגעהיטן; זאלסטו לערנען פארן שלאפן גיין - ליקוטי מוהר"ן.


די סגולה האט דער הייליגער טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו געגעבן פאר א איד וואס האט זיך באקלאגט אז ער ווערט נכשל אין מקרה לילה רחמנא לצלן, ער האט געוויינט אז דער הייליגער מגיד זאל אים געבן א עצה, דער מגיד האט אים געגעבן עצות, למעשה איז ער צוריק געקומען אז די עצות העלפן נישט, האט ער אים געגעבן אנדערע עצות, און ער איז צוריק געקומען זאגן אז די עצות העלפן אויך נישט, און ער ווערט נכשל בעוון קרי רחמנא לצלן. האט אים דער הייליגער מגיד זכותו יגן עלינו געזאגט: "יעצט וועל איך דיר געבן א סגולה וואס דו וועסט שוין נישט צוריק קומען צו מיר, ווייל די סגולה וועט דיר זיכער העלפן", ער האט אים ארויסגעברענגט דעם ספר 'ליקוטי מוהר"ן' און אים געזאגט: "לערן יעדע נאכט פאר דו גייסט שלאפן אביסל פון דעם ספר, וועסטו זיכער ווערן אפגעהיטן פון אלע שלעכטס און פון מקרה לילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - אלע מחשבות וואס עסן אויף דיין געזונט, זאג עס ארויס
שלום בית, מחשבות, נערווען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען עס קומען אריין מחשבות 'וואס וועט זיין?' וואס וועט זיין מיט דיין ווייב, אפשר גייט זי האבן מיט די נערווען; זאלסטו נישט לאזן די מחשבות דיך אויפעסן דיין געזונט, נאר זאג ארויס די מחשבות צום אייבערשטן, מאך א תפילה צום אייבערשטן, בעט אים פאר אירע נערווען, פאר איר געזונט.


אויך ווען עס קומען דיר אריין די מחשבות 'אפשר וואלט ווען בעסער געווען אפצולאזן די שידוך וכו', ווען עס האט געהייסן אז וכו''; זאלסטו נישט לאזן די מחשבות דיך פייניגן און דיך הרג'ענען, נאר זאג ארויס די מחשבות צום אייבערשטן, זאג אים פינקטליך וואס דו טראכסט, און בעט אים ער זאל עס אוועק נעמען פון דיר.


באהאלט זיך אונטער די שאטן פונעם אייבערשטן, די בעסטע פלאץ זיך צו באהאלטן איז ביים אייבערשטן. דוד המלך בעט דעם אייבערשטן (תהלים יז, ח): "בְּצֵל כְּנָפֶיךָ, תַּסְתִּירֵנִי", ער איז רואיג, ער זאגט צו זיך "וּבְצֵל כְּנָפֶיךָ אֶחְסֶה", איך וועל זיך באהאלטן אין די שאטן פונעם אייבערשטן, "עַד יַעֲבֹר הַוּוֹת", ביז די צרות וועלן אריבערגיין, אויך זאגט דוד המלך: "וּבְצֵל כְּנָפֶיךָ אֲרַנֵּן", אונטער די שאטן פונעם אייבערשטן זינג איך און איך לויב אים, עס איז דאך אזוי גוט ווען מען אנטלויפט צום אייבערשטן, מען רעדט צו אים, מען דערציילט אים אלעס, מען דערציילט אלע ווייטאג, און אויך "וּבְצֵל כְּנָפֶיךָ אֲרַנֵּן", אויך זינגט מען צו אים.


וועלטעלע וועלטעלע - האט דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט – "דו ביסט נישט ווערט א קרעכץ"; די לעבן גייט אריבער און די גוטע זאכן וואס מען כאפט ארויס - דאס בלייבט, די תורה, תפילה און גמילת חסדים – הפצה - געבן צו טועם זיין דעם רבינ'ס גוטע מאכלים פאר אנדערע - נאר דאס בלייבט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#40 - ווארטן צו קענען וויינען, שטערט דאס אינזין האבן פירוש המילות
מחשבות, בלבולים, וויינען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צה): "כְּשֶׁהָאָדָם אוֹמֵר תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת" ווען א מענטש דאווענט צום אייבערשטן, "וְחוֹשֵׁב בְּלִבּוֹ וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה" און ער טראכט 'ווען גיי איך שוין אביסל וויינען? ווען גיי איך קענען בעטן מיט טרערן?' "זֹאת הַמַּחֲשָׁבָה אֵינָהּ טוֹבָה" דאס אליין איז מחשבות זרות, "וְהִיא מְבַלְבֶּלֶת גַּם כֵּן אֶת דַּעְתּוֹ" און עס שטערט פון אינזין האבן וואס מען בעט, "כִּי מֵחֲמַת זֶה אֵינוֹ יָכוֹל לוֹמַר הַבַּקָּשׁוֹת בְּלֵב שָׁלֵם בִּשְׁלֵמוּת" און דאס שטערט אים פון קענען אינזין האבן זיינע בקשות, "כִּי צְרִיכִין בִּשְׁעַת אֲמִירַת תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת לְהַרְחִיק מֵעַצְמוֹ כָּל מִינֵי מַחֲשָׁבוֹת חוּץ שֶׁבָּעוֹלָם, רַק לְכַוֵּן דַּעְתּוֹ אֶל הַדִּבּוּרִים שֶׁהוּא מְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ כַּאֲשֶׁר יְדַבֵּר אִישׁ אֶל רֵעֵהוּ" ווען מען דאווענט דארף מען אוועק לייגן אלע מחשבות וואס זענען אויסער פירוש המילות, נאר וועלן זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד, "וְאָז מִמֵּילָא בְּקַל יִתְעוֹרֵר לִבּוֹ עַד שֶׁיָּבוֹא לִבְכִיָּה גְּדוֹלָה בֶּאֱמֶת" וועט שוין במילא זיך עפענען דאס הארץ און מען וועט זיך קענען אויסוויינען, "אֲבָל כְּשֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה עַל זֶה שֶׁיִּבְכֶּה" אבער אז מען שטייט און מען ווארט מען זאל קענען וויינען, "אֲזַי זֶה וָזֶה אֵינוֹ עוֹלֶה בְּיָדוֹ" האט מען גארנישט, נישט דאס וויינען און נישט דאס דאווענען, "כִּי הָאֲמִירָה בְּעַצְמָהּ נִתְבַּלְבְּלָה עַל יְדֵי זֶה כַּנַּ"ל" מען קען נישט אינזין האבן דאס דאווענען, "כִּי זֶה שֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה, הוּא גַּם כֵּן בְּחִינַת מַחֲשָׁבָה זָרָה שֶׁמְּבַלְבֶּלֶת הַכַּוָּנָה, שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִשְׁמֹעַ הֵיטֵב מַה שֶּׁהוּא מְדַבֵּר עַל יְדֵי זֶה" ווייל די מחשבות פון ווארטן צו קענען וויינען שטערט דאס אינזין האבן פירוש המילות, "כִּי הָעִקָּר לְדַבֵּר הַדִּבּוּר בֶּאֱמֶת לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת אֲחֵרוֹת כְּלָל כַּנַּ"ל, וְאִם יִזְכֶּה לִבְכִיָּה בֶּאֱמֶת מַה טּוֹב, וְאִם לָאו לָאו, וְלֹא יְבַלְבֵּל אֲמִירָתוֹ בִּשְׁבִיל זֶה כַּנַּ"ל, עיין שם.


זיי זיך נישט מבלבל פון גארנישט, העיקר זאלסט בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, און קוק נישט אויף די אלע מחשבות וכו' וואס דאס קומט פונעם יצר הרע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#39 - אוועקשטופן די שלעכטע מחשבות, מיט'ן עס זאגן צום אייבערשטן
קינדער, תפילות אויף אידיש, מחשבות, שמות הצדיקים, תפילות פון פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען עס קומען אריין אין אייך שלעכטע מחשבות, אז דאס קינד וואס איר ווארט וועט זיין נישט געזונט חס ושלום, זאלט איר דאס אוועק שטופן מיט תפילות; זאגט: "באשעפער העלף אז דאס קינד זאל זיין געזונט מיט אלע רמ"ח אברים און שס"ה גידים"; און ווען עס קומען אריין מחשבות אז דאס קינד וועט זיין א קליינער, עס וועט נישט וואקסן; זאלט איר מיט די מויל און צינג זאגן: "באשעפער העלף דאס קינד זאל וואקסן, עס זאל נישט זיין קיין מידזשיט" (קארליק); שטופט אוועק די שלעכטע מחשבות מיטן מויל, מיטן ארויסזאגן וואס איר טראכט צום אייבערשטן, און בעטן פאר דעם.


זאגט שמות הצדיקים, מען קען קויפן א ספר וואס האט אלע נעמען פון די צדיקים. מוהרא"ש זאגט, פרויען וואס ווארטן זאלן זאגן אין די חדשים "שמות הצדיקים" און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכן דערמאנען די נעמען פון צדיקים - קען מען טוישן די טבע.


זאגט די נעמען פון צדיקים וואס איר געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק, דוד המלך, שלמה המלך, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאגט די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְגֶערְהֵייט אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיךְ נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הִיט מִיךְ אוּן הִיט דָאס קִינְד, דִי דָאקְטוֹירִים שְׁרֶעקְן מִיךְ אָן אַז עֶפֶּעס טוֹיג נִישְׁט אוּן דָאס מַאכְט מִיר אַזֶעלְכֶע פְּחָדִים אַז אִיךְ הַאלְט דָאס מַמָּשׁ נִישְׁט אוֹיס, גֶעבּ מִיר אַ גֶעזוּנְט קִינְד, אַ לִיכְטִיג קִינְד, אַ הֵיילִיג קִינְד. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - אפשר איז דאס קינד פארטוישט געווארן?
קינדער, אמונה, סבלנות, מחשבות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דאס וואס דו גייסט אריבער מיט דיין ווייב, זי ליידט וכו', יעדע נאכט פרעגט זי דיר אויף ענקער קינד, אויב דאס קינד איז ענקער קינד אדער איז דאס א קינד וואס מען האט פארטוישט אין שפיטאל, זי וויינט בכיות נוראות און נאכן איר בארואיגן הויבט זי אן נאכאמאל פרעגן: "אפשר איז דאס יא פארטוישט?" דו פרעגסט וואס דו קענסט טון.


איך האב שוין געהאט אזעלכע מעשיות, פרויען וואס האבן די שלעכטע מחשבות, אויך פון אינגעלייט וואס זענען געקומען זיך אויסרעדן אז עפעס האט פאסירט אין שטוב, די ווייב וויינט און זאגט "אפשר האט זיך פארטוישט א קינד אין שפיטאל?"


האסט איין עצה, רעד צו איר אסאך דיבורי אמונה און פון רבינ'ס עצות. ברענג איר דעם רבינ'ס ספרים (-וואס פרויען קענען לערנען; קונטרסים פון מוהרא"ש, בפרט דעם ספר הנפלא 'אוצר האמונה'), דאס וועט איר אוועק נעמען די מחשבות רעות און איר שטארקן בגוף ונפש.


זיי נישט צעבראכן, ווער נישט צעפאלן, מיט סבלנות וועסטו אנקומען גאר ווייט. זיי נישט קיינעם מקנא, קיינער האט נישט בעסער חתונה געהאט פון דיר, יעדער מוטשעט זיך מיט א צווייטע מעשה, יעדער מוטשעט זיך מיט יסורי הנפש, זה בכה וזה בכה, מיט תפילה און מיט די עצות פון רבי'ן ווערט מען אויסגעהיילט, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (ספורי מעשיות מעשה יג, דעם זעקסטן טאג): "און איך הייל זי".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#37 - וואס האט מיר אויסגעפעלט די פרוי?
שלום בית, מחשבות, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טו אלעס פאר דיין שלום בית, זיי מוותר, זוך שלום און זיי דער וואס איז נישט גערעכט, אבי עס זאל זיין שלום בית.


עס איז א גרויסע מדריגה צו זיין א מכיר את מקומו. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ו, ו) איינע פון וועגן ווי אזוי מען קען זוכה זייין צו קונה זיין די הייליגע תורה, איז "המכיר את מקומו", וויסן די גאנצע אמת אויף זיך, אזוי האלט מען זיך נישט גרויס. בפרט נאך די חתונה ווען די קליפות קומען צום מענטש מיט די דמיונות, זיי לייגן אריין א דיבוק אינעם מענטש, מען טראכט 'וואס האט מיר אויסגעפעלט חתונה האבן מיט די פרוי... איך וואלט געקענט האבן בעסערס, איך בין דאך אזוי געלונגען, און יעצט וועל איך ליידן א גאנץ לעבן', ווען די רוחות רעות קומען און ווילן פארכאפן דעם מענטש מיט זייערע טומאות, מיט די טריפה'נע מחשבות 'איך בין אזוי געלונגען, איז וואס דארף איך זיין מיט אזא נארישע פרוי, איך קען ווען האבן סאך בעסערס און סאך שענערס'; דעמאלט דארף מען האבן דעם צדיק זאל דערמאנען: 'ווער ביסטו? וואס פארקויפסטו?' און זיין א מכיר את מקומו, זיך קענען גוט אפלערנען, וויסן 'ווי נידריג און נאריש בין איך, און דער אייבערשטער האט רחמנות אויף מיר און מיך חתונה געמאכט, איך בין אסאך ווייניגער ווי מיין ווייב', אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.): "אִיתְּתָךְ גּוּצָא" אז דיין ווייב איז קליין, "גָּחִין וְתִּלְחוֹשׁ לָהּ", ווי רש"י זאגט: "כפוף עצמך ושמע דבריה", בייג זיך אראפ צו איר און הער איר אויס; נאר אזוי קען מען האבן שלום בית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - מען קען פועל'ן אן אויפגעהויבענעם קאפ
תפילות אויף אידיש, מחשבות, שבת שקלים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקהל, שקלים, מברכים החודש, כ"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... מרו יאיר


די וואך שבת שקלים קען מען זוכה זיין צו זייער הייליגע זאכן, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא כי תשא, ג) משה רבינו האט געפרעגט דעם אייבערשטן: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, מִשֶּׁאֲנִי מֵת אֵין אֲנִי נִזְכָּר", אז איך וועל שטארבן וועט מען מער נישט געדענקען פון מיר, וואס וועט זיין? "אָמַר לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "חַיֶּיךָ", איך שווער, "כְּשֵׁם שֶׁאַתָּה עוֹמֵד עַכְשָׁו וְנוֹתֵן לָהֶם פָּרָשַׁת שְׁקָלִים וְאַתָּה זוֹקֵף אֶת רֹאשָׁן", אזוי ווי יעצט זאגסטו פאר די אידן די פרשה פון די שקלים און דו הייבסט אויף זייער קאפ, "כָּךְ בְּכָל שָׁנָה וְשָׁנָה שֶׁקּוֹרְאִין אוֹתָהּ לְפָנַי", אזוי וועט זיין אלע יארן ווען מען וועט ליינען די פרשה פון שקלים, "כְּאִלּוּ אַתְּ עוֹמֵד שָׁם בְּאוֹתָהּ שָׁעָה וְזוֹקֵף אֶת רֹאשָׁן" וועסטו זיין מיט זיי און זיי אויפהייבן דעם קאפ.


דעם שבת קען מען פועל'ן אן אויפגעהויבענעם קאפ, מען קען זיך גוט אויסבעטן, זאגן: "הייליגער באשעפער איך וויל א קאפ, איך וויל א ריינע קאפ, ריינע מחשבות, העלף מיר איך זאל האבן ריינע מוחין, נאר פון דיר טראכטן, נאר צו דיר זיך בענקען".


מיר האבן א רבי מיט גוטע עצות, מיר דארפן איין זאך, מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן, מיר דארפן אוועק לייגן די אייגענע שכל און טון וואס די הייליגע צדיקים זאגן אונז.


א פרייליכן שבת.





 


 





 

#35 - שריי, טאטע איך בין איינער אליין
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, שטעטל, מחשבות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויחי, ט"ז טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האף דו נוצט אויס די שטעטל, די וועלדער און פעלדער – פאר התבודדות ותפילה. קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, איין ווארט און נאך א ווארט; אפילו נאר שרייען די ווארט: "טאטע העלף מיר", "טאטע איך בין אליין", "טאטע איך דארף א נס".


מיט תפילה והתבודדות קען מען צוקומען צו זייער הויכע מדריגות, די מח מחשבה ווערט לויטער און ריין.


אויך זאלסטו ווייזן פאר דיינע קליינע קינדער ווי אזוי מען רעדט צום אייבערשטן, אזוי וועלן זיי אויך רעדן צום אייבערשטן.


קום אין שול פארטאגס לערנען דיינע שיעורים כסדרן; חומש, משניות, גמרא, מדרש וכו'.

#34 - ווייטער בענקען און האפן, און נישט אפלאזן דאס וועלן
מחשבות, יאוש, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצג): "הַמַּחֲשָׁבָה יֵשׁ לָהּ תֹּקֶף גָּדוֹל", די מחשבה איז זייער א שטארקע זאך, "וְאִם יְחַזֵּק וִיגַבֵּר מַחֲשַׁבְתּוֹ עַל אֵיזֶה דָּבָר שֶׁבָּעוֹלָם", און אויב מען שטארקט זיך צו טראכטן פון א געוויסע זאך, "יוּכַל לִפְעֹל שֶׁיִּהְיֶה כָךְ", קען ער ברענגען די זאך; אויב מען טראכט פון געלט – וועט מען האבן געלט, און אויב מען טראכט אז מען וויל זיין גוט און מען בעט דעם אייבערשטן טאג נאך טאג: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין אפגעהיטן" – וועט מען זוכה זיין צו ווערן ערליך און אפגעהיטן.


הכלל, מען טאר זיך נישט מייאש זיין, אפילו מען זעט עס גייען אריבער אזויפיל טעג און יארן, און מען איז נאך אזוי ווייט פון קדושה – דארף מען ווייטער בענקען און האפן, און נישט אפלאזן דאס וועלן.


זאג יעדן טאג נאך שחרית די צען קאפיטלעך תהילים, קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ', קה, קלז, קן, די תיקון הכללי; עס איז א תיקון אויף אלעס.

#33 - אפילו דו ביסט געפאלן אין גראבע זינד, קענסטו נאכאלץ צוריקקומען
אמונה, התחזקות, עבירות, פרנסה, מחשבות, יאוש, געלט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער אייבערשטער האט דיך ליב, דער אייבערשטער איז דיין טאטע. א קינד קען אלץ צוריקקומען צו זיין טאטע; אפילו דו האסט פוגם געווען, ביסט געפאלן אין גראבע זינד - קענסטו נאכאלץ צוריקקומען, דער אייבערשטער האט דיך זייער זייער ליב.


לאז זיך נישט אפ, לאז זיך נישט צעברעכן פון קיין שום זאך אויף די וועלט, דאס איז די גרעסטע זאך און מיט דעם מעסט מען דאס גרויסקייט פון א מענטש, נאר מיט דעם; דער וואס דערהאלט זיך, דער וואס געבט נישט אויף און גייט נישט אוועק פונעם אייבערשטן.


בנוגע דיין פרנסה וכו'; געלט האט קיינער נישט, עס איז א גרויסע שפיל, שפיל דו אויך דעם שפיל - כאילו דו האסט אסאך געלט; טראכט 'איך האב זייער אסאך געלט, איך האב עס יעצט אינוועסטירט', און לאך זיך גוט אויס.


אלעס איז דמיון, נאר דער אייבערשטער איז אמת; יעדע מחשבה וואס מען טראכט, אויב איז עס נישט פון אמונה - איז עס דמיון.


שבת חנוכה וועל איך זיין אין שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - דיינע אויגן זענען הפקר, אראפגעפאלן אין שאול תחתית
קדושה, התחזקות, שטעטל, תשובה, מחשבות, שמירת עינים, תפילה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס זאל איך דיר זאגן, ביסט טאקע אראפגעפאלן אין שאול תחתית, דיינע אויגן זענען הפקר, דיינע מחשבות טראכטן פון שלעכטס, אבער דאך דארפסטו געדענקען אז דער אייבערשטער איז זייער גרויס, און מיט תשובה און הכנעה וועסטו אלעס קענען פאררעכטן.


לערן תורה, דאס איז דער גרעסטער תיקון, לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא אפילו בלי הבנה, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין - דאס וועט פארברענען אלע קליפות און דיך צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור אין ישיבה. א שאד דו קומסט נישט בקביעות אין צייט; וועסט האבן אזויפיל חיזוק, דיין שבת וועט אנדערש אויסזען אז דו וועסט קומען צום שיעור הערן דעם רבינ'ס דיבורים, עס וועט דיך אויפוועקן פון שלאף, דו וועסט צוריק אנהויבן בענקען צום אייבערשטן און זיך פירן ערליך.


מיר האבן געעפנט די וואך אונזער "ילד שעשועים", א פלאץ פאר קימפעטארינס, זיך אפצוריען און קומען צו די כוחות. די משפחות אין שטעטל העלפן זייער, יעדער איז זייער פרייליך פארן ילד שעשועים.


אויך גרייטן מיר זיך שוין צו עפענען די מצה בעקעריי אין שטעטל, עס זאל זיין מצות פאר אנשי שלומינו.


מענטשן פרעגן מהיכן ירק זה חי, ווי איז דא אזויפיל געלט אין היכל הקודש? אזא שיינע שטעטל אויפצושטעלן, אין אזא קורצע צייט איז דא מוסדות - פון א חדר ביז א סקול בית פיגא, ישיבה, כולל, בתי מדרשים און מקוואות, א מצה בעקעריי, יעצט א ילד שעשועים - פון וואו קומט די געלט? דער ענטפער איז: "מיר בעטן דעם אייבערשטן, מיר האבן נישט קיינעם אויף וועם זיך צו פארלאזן, מיר גייען צום אייבערשטן; מיר דאנקען און מיר בעטן". אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כה.) א אידענע איז געקומען צו רבי חנינא בן דוסא, זי האט זיך באקלאגט אז זי בויט א הויז און די העלצער וואס האלט די דאך איז צו קורץ, האט דער צדיק געבעטן דעם אייבערשטן און איר אנגעוואונטשן, דערציילט די גמרא, פלימו זאגט: "אני ראיתי אותו הבית", איך האב געזען די דירה, און מען האט מיר געזאגט: "בית זה", דעם הויז "שקירה ר' חנינא בן דוסא בתפלתו", איז וואס רבי חנינא בן דוסא האט געמאכט מיט תפילה; דאס איז אונזער סוד: 'תפילה, תפילה און נאכאמאל תפילה'.


קום צום שיעור, וועסט זיך אויפוועקן פון שלאף.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#31 - אינמיטן די יאגעניש און פלאגעניש, כאפט מען ארויס גוטע זאכן
שלום בית, עבודת השם, מחשבות

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין גאר לאנגער בריוו.


דו ווילסט ווערן א מלאך? דער אייבערשטער האט גענוג און נאך מלאכים אין הימל, אויף וואס האט דער אייבערשטער אונז באשאפן? ווייל פון א מענטש וואס האט א ווייב מיט קינדער, וואס איז פאריאגט און פארפלאגט, און כאפט ארויס א דאווענען, כאפט ארויס א קריאת שמע - דאס איז אסאך מער חשוב ביים אייבערשטן ווי עבודת המלאכים.


איך האב אויך געמיינט אזוי ווי דיר איידער איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, אז דער אייבערשטער וויל מיר זאלן זיך אפשיידן פון די וועלט און ווערן א מלאך; ווען איך האב געטראפן דעם רבי'ן האב איך פארשטאנען א נייע דערהער, מען קען זיין דא אויף די וועלט מיט די ווייב, מיט די קינדער און זיין דבוק צום אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה א, כא), בית שמאי און בית הלל קריגן זיך וואס איז קודם באשאפן געווארן, הימל אדער ערד, בית שמאי זאגן דער אייבערשטער האט ערשט באשאפן הימל און נאכדעם ערד, בית הלל זאגן פארקערט, דער אייבערשטער האט ערשט באשאפן ערד און נאכדעם הימל, זאגט רבי שמעון בן יוחאי: "תָּמֵהַּ אֲנִי", איך וואונדער זיך, "אֵיךְ נֶחְלְקוּ אָבוֹת הָעוֹלָם עַל בְּרִיאַת שָׁמַיִם וָאָרֶץ", וואס קריגן זיך די גרויסע צדיקים וואס איז ערשט באשאפן געווארן? "שֶׁאֲנִי אוֹמֵר שָׁמַיִם וָאָרֶץ לֹא נִבְרְאוּ אֶלָא כְּאִלְפָס וְכִיסּוּי", איך האלט אז דער אייבערשטער האט באשאפן די ערד מיט די הימל ביידע אויף איינמאל, אזוי ווי א טאפ מיטן דעקל; מוהרא"ש איז דאס זייער שיין מסביר, בית שמאי האלטן שמים איז דער עיקר תכלית, דער אייבערשטער וויל פון אונז מיר זאלן לעבן מיט רוחניות, זיין א 'הימל מענטש' ווי מען רופט עס, אויסגעטון פון די וועלט, בית הלל זאגן, דער אייבערשטער האט ערשט באשאפן ערד, צו ווייזן אז מען דארף זיין דא אויף דער ערד, זאגט רבי שמעון בן יוחאי, וואס דארף מען אפטיילן ערד פון הימל, הימל פון ערד? מען קען זיין דא אויף די וועלט און זיין אין הימל, טראכטן פונעם אייבערשטן, און מען קען זיין אויבן אין הימל, זיין דבוק צום אייבערשטן און זיין אויף דער ערד, לעבן מיט א ווייב, האבן קינדער, זיי מחנך זיין און אויפציען.


טייערער ברודער, מוהרא"ש האט אונז דאס געלערנט, מיר זאלן זיין דא און דארט, לעבן אין שטוב מיט די ווייב און קינדער און מיט די מח מחשבה זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן, זיך בענקען צום אייבערשטן, אויסגיין צום אייבערשטן.


פארשטיי גוט ווי אזוי מען קען אדורכגיין דאס לעבן און האבן א זיס לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - א הערליכע יום טוב סוכות
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, אמונה, התחזקות, מוסדות, שטעטל, שלום, פרנסה, טעלעפאן, ישיבה, מאגאזינען, מחשבות, חדר, שמירת עינים, רבינו ז"ל, יום טוב, סוכות, עצות, ארץ ישראל, מעביר סדרה, גבאי, אחדות, שמחת תורה, מלחמה, ברית, אתרוג, בלעטל, הושענא רבה, כוונת הנענועים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


מיר האבן געהאט א הערליכער יום טוב, אנגעהויבן פון די ערשטע טאג סוכות ביז מוצאי שמחת תורה - איז געווען הערליך שיין. מיר האבן זוכה געווען צו טון די מצוה פון סוכה, די מצוה פון די ד' מינים, דער מנהג פון הושענות, פון הקפות; אזעלכע הייליגע מצוות, און מיטן הייליגן רבינ'ס הקדמות איז דאס ממש א מחי'.


איך הער זאגן אז ביי ענק אין שטעטל קרית ברסלב איז אויך געווען הערליך שיין, איך האב באקומען הערליכע גריסן, סיי פון פרעמדע און סיי פון אנשי שלומינו פון די דאווענען ביי ענק, פון הושענא רבה און הקפות. איך בין דיר זייער דאנקבאר פארן בלייבן אין שטעטל, זען עס זאל זיין שיינע דאווענען און פרייליכע הקפות, איך וועל דיר אביסל שרייבן פון סוכות אין ישיבה ומתיבתא היכל הקודש.


ערב סוכות האט ביי אונז זייער שטארק גערעגנט, איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי און געזען מיין סוכה אנגעפילט מיט וואסער, אזוינס האב איך נאכנישט געזען, איך האב שוין מיין סוכה איבער צוואנציג יאר אין וויליאמסבורג, די סוכה איז געווען אנגעפילט מיט זייער אסאך וואסער. איך האב זייער שטארק געבעטן דעם אייבערשטן, אפילו מיט טרערן - עס זאל אויפהערן רעגענען, ווייל עס האט אויסגעזען אז מען וועט נישט קענען עסן אין די סוכה, און א מעשה פון תפילה, עס האט אויפגעהערט רעגענען און מיר האבן געקענט עסן אלע טעג אין די סוכה אן דארפן בכלל צומאכן די שלאק; קענסט אריין שטעלן די 'מעשה פון תפילה' אין שטעטל בלעטל.


אגב, די שטעטל בלעטל ווערט שענער און שענער. מען קען שוין היינט נישט ליינען קיין אנדערע מאגעזינען, וואו מען מאלט וואסער, מען רעדט און מען רעדט און מען קומט נישט צום ווארט; מען רעדט נישט פון אייבערשטן, מען רעדט נישט פון תפילה - איז וואס איז אינטערעסאנט די גאנצע ארטיקל... אבער די בלעטל - די צייטונג - וואס דו געבסט ארויס, איז יעדע ווארט 'אייבערשטער', עס איז אזוי שיין, אזוי ערליך, אזוי ריין.


נאר דער וואס רעדט צום אייבערשטן קען ליינען אונזער בלעטל, אז נישט - ווערט מען נערוועז פון נאכאמאל אייבערשטער און נאכאמאל אייבערשטער, אזוי איז מיט אלע דיבורים וואס מען רעדט אין היכל הקודש. קענסט אמאל הערן, מענטשן פרעגן, "ווי אזוי קענסטו לערנען אשר בנחל, עס שטייט דאך אין יעדע בריוו די זעלבע זאך 'רעד צום אייבערשטן', 'זאג משניות', 'רעד שיין צו דיין ווייב', ווי אזוי קען מען דאס ליינען זיבעציג טויזנט מאל?!' דער ענטפער איז, ווען מען איז ווייט פון די עבודות, מען לעבט נישט מיט התבודדות, מען לערנט נישט און מען שעצט נישט די ווייב - קען מען טאקע נערוועז ווערן פון דאס הערן נאכאמאל און נאכאמאל, אבער אז מען גייט מיט די עצות פון רבי'ן - דעמאלט שלינגט מען יעדע בריוו אזוי ווי פיש וואס קומען ארויף שלינגען נאך א טראפ רעגן וואסער.


אזוי אויך די דרשות אין ישיבה; נאר אז מען לעבט מיט דעם - איז דאס אינטערעסאנט, איינמאל מען לאזט אפ די הייליגע עבודות - קען מען שוין נישט הערן די דיבורים, מען ווערט שרעקליך נערוועז.


די ערשטע נאכט האבן מיר זיך אהיים געיאגט, מיר האבן נישט געוואוסט אויב עס גייט נאך רעגענען, מיר האבן געוואלט אריינכאפן צו עסן די כזית אין די סוכה, קענען מאכן א ברכה לישב בסוכה.


אויפן וועג אהיים בין איך געגאנגען זאגן גוט יום טוב פאר מיין ווייב תחי', זי איז געווען די ערשטע טעג ביי אירע עלטערן זיך אביסל אפרוען, איך בין איר געגאנגען באגריסן און זאגן גוט יום טוב. זי איז אליינס אהיים געקומען פון שפיטאל, איך בין נישט געפארן איר אהיים ברענגען, צוליב די שווערע רעגענס, מען האט נישט געוואוסט וואס גייט זיין, ווי לאנג די וועג וועט נעמען.


איך האב געגעבן א נאמען פאר מיין טאכטער די ערשטע טאג סוכות, ויקרא שמה בישראל, מלכה, נאך מיין שווערס מאמע עליה השלום, וואס זי הייסט נאך די בעלזא רעבעצין – מלכה. איר טאטע ר' משה שנעק עליו השלום איז געווען א בעלזער חסיד, און האט איר א נאמען געגעבן נאך די גרויסע צדיקת, די רעבעצין פון הייליגן שר שלום זכותו יגן עלינו. מיין שווער הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א האט געדאווענט מיט אונז און געזאגט דעם "מי שברך", געגעבן די נאמען.


נאכן דאווענען איז געווען א קידוש אין די סוכה אנטקעגן איבער די ישיבה, עס איז געווען א קליינער עולם די ערשטע טעג אין ישיבה, ממש א מנין.


צוישן מנחה מעריב האבן מיר געלערנט ספר מקור השמחה אות סוכות, עס איז געווען הערליכע דיבורים. מוהרא"ש זאגט, דיקא נאך יום כיפור, נאכן מוחל זיין אלע עבירות - דעמאלט קומט יום טוב סוכות, דעמאלט קען מען זיין פרייליך, מען הויבט אן צוריק שפירן ווי 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג:): "בִּתְחִלָּה קוֹדֶם שֶׁחָטְאוּ יִשְׂרָאֵל, הָיְתָה הַשְּׁכִינָה שׁוֹרָה עִם כָּל אֶחָד וְאֶחָד", פאר מען האט געזינדיגט האט די שכינה גערוט ביי יעדן איינעם, "כֵּיוָן שֶׁחָטְאוּ נִסְתַּלְּקָה שְׁכִינָה מֵהֶם", נאכן זינדיגן איז די שכינה אוועק געגאנגען; און אז מען טוט תשובה קומט צוריק די שכינה, מען הויבט אן צוריק שפירן ווי 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, ער הערט אויס וואס איך רעד צו אים און ער האט מיך זייער ליב'; דאס איז וואס מיר זענען זוכה יום טוב סוכות, נאך יום הקדוש וואס מיר האבן אלע זוכה געווען צו תשובה שלימה - זענען מיר יעצט אונטער די שאטן פון באשעפער.


איך האב נישט געדאווענט פארן עמוד די גאנצע ערשטע טעג, די בעלי תפילה זענען געווען האברך מרדכי ישראל משה נרו יאיר און האברך שלמה נרו יאיר. אויך איז געווען ממש א קליינער עולם, א מנין מצומצם, עס האט מיך דערמאנט דאס אנהויב פון די מנין אין וויליאמסבורג, ווי עס איז געווען קוים מנין, אבער די ליבשאפט, די אחדות - איז געווען זייער שטארק. איך האף אז אין שטעטל וועט זיין ליבשאפט, נאר פון דעם זאלסטו רעדן און נאר אויף דעם זאלסטו לייגן א געוויכט, און דאס בעט איך פון אלע גבאים היכל הקודש, פארלייגט זיך אויף שלום און ליבשאפט, דאס זאל זיין העכער אלעס. דער בריוו שרייב איך דיר אבער דאס איז פאר אלעמען, קענסט דאס אויפהענגען ביי אייך אין שול און אויך דאס ווייזן פאר אלע גבאים. איך שרייב דיר דאס ווייל איך האב הנאה אז דו בלייבסט ימים טובים אין שטעטל, דו ביסט דא צו בויען און העלפן די שטעטל.


אויפן וועג אהיים פון שול בין איך ארויף צו מיין שווער זאגן א גוט יום טוב. איך האב געהאט ביי אלע סעודות געסט בחורים, מען האט געזינגען און גערעדט שיינע דיבורים, אפשר וועסטו קענען עפעס באקומען פון זיי, אפשר וועסטו קענען צוריק באשרייבן אינעם בלעטל שיינע שמועסן ביי די שבת סעודות. עס איז א שאד אז די וואס האלטן מיט די שיינע שמועסן - געבן דאס נישט איבער פאר אנדערע, זיי האלטן דאס פאר זיך; אלע וואלטן זיך געקענט מחי' זיין.


דעם צווייטן טאג סוכות האבן מיר זוכה געווען צו שאקלען די ד' מינים. מיט די כוונת ווי מוהרא"ש לערנט אונז - איז די נענועים גאר אנדערש; רעכטס - בעט מען 'הייליגער באשעפער, ווען אלעס גייט רעכטס זאל איך געדענקען אז דאס ביסטו', לינקס - בעט מען 'רבונו של עולם, ווען עס גייט מיר לינקס, נישט ווי איך וויל - זאל איך געדענקען אז דאס ביסטו, איך זאל דאס אננעמען באהבה', פאראויס – 'ווען אלעס גייט כסדר, זאל איך וויסן אז דאס ביסטו, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר, איך זאל זיך נישט איינרעדן אין כוחי ועוצם ידי', אויבן – 'ווען איך בין א הימל מענטש, איך לערן און דאווען און איך טו מצוות זאל איך געדענקען פון דיר, דאס זאל זיין מיט דיר', מען קען לערנען און דאווענען און גארנישט האבן מיטן אייבערשטן, אלעס איז שלא לשמה; אינטן – 'ווען איך פאל אראפ, בקטנות המוחין - זאל איך זיין מיט דיר, איך זאל נישט פארגעסן אז אין שאול תחתית ביסטו אויך מיט מיר', מעריב – 'פארקערט, שלא כסדר - זאל איך געדענקען אז דו ביסט מיט מיר'.


מיין ליבער ברודער, יעדע יאר ווען איך שאקל מיט די כוונת מוהרא"ש רינט מיר טרערן פון מיינע אויגן, מיין הארץ ווערט מיר אזוי צעגאסן; וואס זאל איך דיר זאגן? איך זאג די זעלבע ווערטער וואס די חברים האבן געזאגט פארן הייליגן רבי שמעון בר יוחאי, אין זוהר הקדוש געפינען מיר יעדע מאל רבי שמעון האט אנטפלעקט נאך ליכטיגקייט האבן די חברים זיך אנגערופן: "וואלטן מיר נישט באשאפן געווארן נאר צו הערן די זאך פון אונזער רבי, דער הייליגער ליכט, רבי שמעון - איז אונז שוין ווערד", איך זאג דיר אויך: "וואלטן מיר נישט זוכה געווען מקורב ווערן צום רבי'ן נאר צו הערן ווי אזוי מען שאקלט לולב און ווי צו זיצן אין די סוכה - איז אלעס ווערד".


מוצאי יום טוב האב איך פארגעלערנט גמרא, מיר האבן זיך זייער געשטארקט מיט די מתנה - דער סדר דרך הלימוד וואס מיר האבן באקומען פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און ווען עס קומט שמחת תורה, מען טאנצט מיט די תורה - איז מען אזוי פרייליך, מען האט מיט וואס זיך צו פרייען, מען פרייט זיך מיט די תורה; מיט חומש, מיט משניות, גמרא, ועוד.


דער ערשטער טאג חול המועד איז געווען זייער שיין, מען האט געדאווענט אין ישיבה, איך האב פארגעזאגט די הושענות. די נוסח פון הושענא נא - ווי מען בעט נאכאמאל און נאכאמאל דעם אייבערשטן: "העלף מיר, העלף מיר" - איז זייער מעורר. ביים רבי'ן איז געווען אזעלכע בכיות, מען פלעגט זען ארום די בימה איז געווען נאס, דער רבי פלעגט אזוי שטארק וויינען ביי די הושענות, און פון זיינע טרערן איז געווארן נאס ארום די בימה.


מיר האבן געהאט א גרויסער גאסט אין ישיבה, אליהו הנביא; עס איז געווען א ברית, משה אהרן נרו יאיר האט געמאכט א ברית פאר זיין קינד. מען האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן פאר מיר און פאר דיר און פאר אלעמען.


נאכן דאווענען איז געווען די סעודת ברית אין די סוכה, איך האב גערעדט אפאר ווערטער. אויך בערל לעווי, דער גבאי פון בית המדרש היכל הקודש בלומינגראוו האט געזאגט אפאר ווערטער, ער האט געזאגט ער האט געלערנט תיקונים און ער איז ממש אויפגעשפרינגען צו טרעפן די ווערטער (תיקון סח): "גַּן עֵדֶן", וואס איז גן עדן? "מָצָא אִשָּׁה מָצָא טוֹב", א וואוילע ווייב, אזוי ווי עס שטייט (משלי יח, כב) אז מען האט חתונה איז גוט. "גֵּיהִנָּם", און וואס איז דער גיהנום? "וּמוֹצֶא אֲנִי מַר מִמָּוֶת אֶת הָאִשָּׁה", א שלעכטע ווייב, אזוי ווי עס שטייט (קהלת ז, כו) איין זאך איז ערגער פון טויט, א שלעכטע ווייב, "וְתַרְוַיְיהוּ בְּלִבָּא", און ביידע איז אינעם הארץ פונעם מענטש, א שלעכטע ווייב א גוטע ווייב - דאס איז אין הארץ פונעם מאן, "לֵב חָכָם לִימִינוֹ", א קלוגער ציט זיין הארץ צו רעכטס, ער טראכט 'עס איז מיר גוט, איך האב גוט חתונה געהאט, קיינער האט נישט בעסער פון מיר', און ווען עס גייט איבער אין שטוב, די ווייב שרייט, טראכט ער 'עס קומט מיר און עס איז נישט עק וועלט', (שם י, ב) "וְלֵב כְּסִיל לִשְׂמֹאלוֹ", און דער נאר ציט זיך צו לינקס, ער טראכט אלץ שלעכט, נעגעטיוו; שלעכט אויף זיך און שלעכט אויף די ווייב, ער זעט אלע שלעכטס אין איר, דאס איז דער גיהנום; די ווערטער חזר'ט מען טאג און נאכט אין חדר היכל הקודש, ווי אזוי מען קוקט אויפן לעבן - אזוי איז דאס לעבן, אז מען חזר'ט 'אלעס איז גוט; מיין ווייב איז גוט, זי איז דאס שענסטע און בעסטע' - איז עס טאקע אזוי, עס ווערט שענער און שענער, און אז מען טראכט 'יענער האט בעסער', מען טראכט שלעכטס אויף די ווייב - ווערט דאס לעבן ממש א גיהנום.


נאכמיטאג בין איך געפארן אפטראגן מיין ווייב תחי' אין א קימפעטארין היים, אונזער קימפעטארין היים אין שטעטל איז נאכנישט אפן, עס הייסט אז נאך יום טוב וועט זיך עס עפענען. עס קומט זיך צו פארדאנקען פאר אונזער געטרייער חבר יואל הכהן נרו יאיר וואס ער רוט נישט און ער ווערט נישט זאט פון העלפן דעם רבי'ן, ווי מער ער טוט ווערט ער מער אויסגעהונגערט צו טון נאך און נאך פארן רבי'ן. אויך קומט א גרויסן יישר כח פאר משפחת אייזיק אפפעל שיחיו, סיי ער און סיי זיין ווייב, ביידע ארבעטן זייער געטריי פאר די קימפעטארין היים, זיי וועלן דאס פירן און זיי וועלן זיך זארגן פאר די קימפעטארינס, זיי זאלן זיך קענען אפרוען.


א גאנצע וועג האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט אונז, אז מען האט א קינד, א געזונט קינד, און וויפיל מיר זענען שולדיג דעם אייבערשטן אים צו דאנקען און לויבן אויף זיינע חסדים.


ביינאכט איז געווען די יארצייט סעודה אין ישיבה, עס איז געווען גאר שיינע דיבורים, מען האט זיך מחזק געווען אויף אנהויבן א שיעור אין ספר הקדוש לקוטי מוהר"ן, ווי אפילו א פארשטאפטע הארץ וואס איז ווייט ווייט, אויב לערנט מען דעם הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן - איז מען זוכה אז עס שטאפט זיך אויף אלע פארשטאפטע אדערן.


מען האט גערעדט פון די שאלה וואס מען פרעגט א נשמה ווען זי קומט דארט ארויף (שוחר טוב משלי, פרק י): "צפית במרכבה", דאס מיינט מען נישט צו פרעגן אויב מען האט געלערנט די חכמה פון קבלה, מוהרא"ש זאגט מען פרעגט דעם מענטש: "האם חשבת מהקדוש ברוך הוא", האסטו געטראכט פונעם אייבערשטן? ביסטו ארומגעגאנגען מיט א ליבשאפט צום אייבערשטן, מיט א בענקעניש? דאס איז די גרעסטע מדריגה צו וואס מען קען צוקומען, צו טראכטן פון באשעפער און רעדן צו אים.


מען האט געטאנצן פאר לאנגע שעות. ווייסט אודאי וואס ברסלב'ער חסידים טראכטן ביים טאנצן, מען טאנצט נישט ווייל מען וויל ווערן מער צעבראכן, עס זענען דא פלעצער וואס מען טאנצט מען זאל ווערן מער ערנסט און מער דעפרעסט; מיר טאנצן, ווייל מיר פרייען זיך אז מיר זענען אידן און מיר טוען מצוות, מיר האבן א רבי וואס געבט אונז עצות און ווייזט א וועג פון יעדע פארקראכענע ווינקל צו קענען צוריקקומען צום אייבערשטן.


דינסטאג, די צווייטע טאג חול המועד - איז געווען זייער שיין, איך האב זוכה געווען צו מסיים זיין נאכאמאל תיקוני זוהר. איך בין זיך אזוי מחדש ווען איך לערן ספר תיקונים, יעדע מאל וואס מען לערנט תיקוני זוהר זעט מען נאכאמאל און נאכאמאל דאס גרויסקייט פון מצות תפילין, מצות ציצית, דאס גרויסקייט פון היטן אות ברית קודש און היטן שבת ויום טוב; איך פרוביר זייער שטארק עס זאל נישט אריבערגיין א טאג אן לערנען תיקונים.


מיטוואך, דעם דריטן טאג חול המועד - האבן מיר געדאווענט אין ישיבה, איך האב פארן דאווענען מסיים געווען מסכת סוכה. מוהרא"ש זאגט מען זאל לערנען די מסכתא פונעם יום טוב, איך טו דאס אלע יארן, איך הויב אן יום טוב סוכות מסכת סוכה און ערגעץ אינמיטן יום טוב בין איך דאס מסיים. אויך האב איך מסיים געווען נאכאמאל חמשה חומשי תורה, שנים מקרא ואחד תרגום מיט פירוש רש"י, אזא שמחה, אזא פארגענוגן; אז מען לערנט יעדן טאג אביסל חומש רש"י איינגעטיילט לויט די וואך - איז מען זוכה ווען עס קומט סוף יאר אז מען ענדיגט די גאנצע תורה.


נאכמיטאג בין איך געפארן מיט מיינע קינדער קיין בארא פארק באזוכן מיין טאטע מאמע, איך האב דארט געדאווענט מנחה מעריב. נאכדעם בין איך געגאנגען באזוכן איינער פון מיינע פעטערס וואס דארף א רפואה שלימה.


איך האב פארברענגט ביי מיינע עלטערן אפאר שעה, געשמועסט שיינע זאכן און געגעסן א סעודה, פון דארט בין איך אהיים לייגן שלאפן מיינע קינדער. יעצט יום טוב בין איך דער טאטע און מאמע, איך פארע זיך מיט מיינע קינדער, און וואס מער איך פארע זיך מיט די קינדער - דאנק איך דעם אייבערשטן פאר די מתנה וואס ער האט מיר געגעבן, א ווייב וואס זארגט אזוי פאר די קינדער און מאכט מיר גרינגער דאס לעבן, איך זאל קענען לערנען און דאווענען.


דאנערשטאג, די פערטע טאג חול המועד - איז געווען הערליך שיין, עס זענען שוין אנגעקומען אינגעלייט פון שטעטל צו זיין אין ישיבה די צווייטע טעג. איך פרעג שטענדיג די אינגעלייט פון שטעטל: "וואס טוט מען אין שטעטל?" אויב מען רעדט נאך פון רבי'ן, אויב מען בענקט זיך נאך צום אייבערשטן, אדער עס איז שוין געווארן א פלאץ ווי אנדערע פלעצער, מען רעדט פון געלט און פון דעם און יענעם; איך פרעג נישט די פראגע מען זאל מיר ענטפערן, איך פרעג ווייל איך וויל נאכאמאל דערמאנען די אינגעלייט וואס איז די שטעטל, וואס איז די מטרה, דער ציל; דער בעל תפילה האט דאך פיינט געהאט ווען מען רעדט פון געלט (סיפורי מעשיות, מעשה יב), אז מיר זענען געגאנגען וואוינען חוץ לישוב דארפן מיר זיך בענקען צו זיין אן ערליכער איד, זיך זינגען: "איך וויל זיין אן ערליכער איד", ארומגיין מיט בענקען צום אייבערשטן, קרעכצן און שרייען: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין אן ערליכער איד"; די וועלט איז נישט און מען קען זי נישט האבן, תורה תפילה איז יא און מען קען זי האבן; מען זאל נישט פארגעסן אז מיר זענען דא נאר פאר אביסל, מיר גייען שוין באלד אהיים, די געלט איז נישט קיין זאך וואס מען נעמט מיט, די געלט בלייבט דא, נאר משניות און בלעטער גמרא, און ועל כולם די ווערטער וואס מען האט זוכה געווען ארויס צו רעדן, ארויס צו כאפן - דאס נעמט מען מיט.


אויך פון ארץ ישראל זענען געקומען געסט, האברך יוסף הכהן, האברך חיים שלום, אויך דער מגיד שיעור משה שמואל. מיר האבן אביסל געשמועסט שיינע זאכן, שיחות פון רבי'ן. מיר זענען געגאנגען דאווענען, ביי די נענועים האט זיך מיר געעפנט די הארץ, איך האב זייער געוויינט פון בענקשאפט צום אייבערשטן.


נאכמיטאג זענען מיר געווען אין די סוכה אין ישיבה, מיר האבן געזינגען שיינע ניגונים לכבוד יום טוב מיט מוזיק. מיר האבן געזינגען "וכל מאמינים" מיטן ניגון וואס מען זינגט ביי אונז אין די משפחה, מקובל פון הייליגן רבי אלעזר ניסן, א זון פון הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו. דער ניגון האט מען געזינגען ביים הייליגן ייטב לב אויף "וכל מאמינים", (דער ניגון האסטו געזינגען די יאר ליל ראש השנה ביי לכה דודי).


איך האב מסדר געווען די מלמדים אין וויליאמסבורג, די יאר הבא עלינו לטובה בין איך דער מנהל, אויך וועל איך נישט זיין אין אפיס רוב טאג, איך וועל זיין אין אפיס נאר נאך מנחה. איך וועל זיין דער מגיד שיעור פאר די בחורים, מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיצן מיט זיי פון אינדערפרי ביז נאך מנחה, און נאכמיטאג געבן א שיעור.


מיר האבן געלערנט די גמרא שיעור און זיך געשטעלט דאווענען מנחה מעריב. משנה תורה האט געליינט אשר ראנד נרו יאיר, נאך משנה תורה האבן מיר געהאט א סעודה אין די סוכה, די געטריי גבאים ישעי' און שבתי האבן געארבעט א גאנץ יום טוב, צוגעשטעלט אלעס וואס מען דארף - מיטן גאנצן הארץ.


ביי די סעודה האבן מיר גערעדט ממש אפאר ווערטער, פון דאס גרויסקייט פון הושענא רבה, פון רעדן אפאר ווערטער צום אייבערשטן.


ביינאכט ליל הושענא רבה נאכן סעודה האבן מיר אויסגעזאגט גאנץ תהילים און אהיים זיך אביסל צוגעלייגט; מוהרא"ש זאגט פון הייליגן רבי'ן: "יום טוב שבועות איז דער עיקר דאס אויפזיין, און הושענא רבה איז דער עיקר דאס זאגן, נישט דאס אויפזיין".


פרייטאג, הושענא רבה – זענען זיך צוזאמגעקומען א גרויסע עולם אנשי שלומינו, מען האט געדאווענט אינאיינעם, געזינגען הלל אינאיינעם. איידער די הושענות האב איך געזאגט אפאר ווערטער, מען זאל נישט ווארטן אויף א טעם אדער געפיל, מען זאל שרייען 'הושענא', 'הושענא', ווייל יעדע ווארט וואס מען רעדט צום אייבערשטן איז זייער חשוב אויבן.


צווישן אלע הקפות האב איך גערעדט אפאר מינוט, בעיקר אז מען זאל אויסנוצן די הייליגע מינוטן זיך אויסצוקרעכצן צום אייבערשטן, ארויסזאגן אפאר ווערטער צום אייבערשטן; אפילו מען איז בבחינת הושענא, בבחינת ערבה בלי טעם ובלי ריח - דאך זאל מען רעדן צום אייבערשטן.


אויך האב איך געבעטן אנשי שלומינו אז יעצט ווען מיר האלטן די ד' מינים, די הייליגע אתרוג, וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ראיה, סימן י): "הִסְתַּכְּלוּת עַל אֶתְרוֹג הוּא רְפוּאָה לִכְאֵב עֵינַיִם", אתרוג איז מסוגל פאר אויגן ווייטאג - דאס מיינט מען אויך אויב מען פארשמירט די אויגן, זאל מען זיך גוט אויסבעטן און אויסשמועסן די גאנצע נושא פונעם טעלעפאן, יעדער איינער דארף דאס אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, וואס ער זאל טון; בפרט די וואס דארפן דאס האבן פאר פרנסה זאלן פרעגן דעם אייבערשטן: "וואס טו איך? ווי אזוי זאל איך מיך פירן? דארף איך א טעלעפאן? דארף איך די עפפס אויפן טעלעפאן? הייליגער באשעפער, וואס וועט זיין מיט מיר? מיט מיין נשמה? מיט מיינע קינדער? מיט מיינע דורות?" נאר תפילה איז די עצה.


אויך האבן מיר זיך זייער מחזק געווען: "הושענא נא, בלתך אין להושיע הושענא נא", מען דארף וויסן אז נאר דער אייבערשטער קען העלפן, און אז מען רעדט זיך איין 'דער וועט מיר העלפן, יענער וועט מיר העלפן' - איז מען נעבעך א גרויסער רחמנות, ווייל קיינער קען נישט העלפן, נאר דער אייבערשטער - ער געבט פרנסה, ער מאכט אלעס און טוט אלעס.


שמיני עצרת ביינאכט - איז געווען זייער פרייליך, די הקפות איז געווען זייער פרייליך, אויסנאם שיין, יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל האט געטאנצן און געשפרינגען, מען האט געשפירט אזא שמחה.


צווישן די הקפות האבן מיר געזינגען מיט די קינדער שיינע ווארעמע ניגונים, מען האט געענדיגט די הקפות צען אזייגער.


שמיני עצרת אינדערפרי, פארן דאווענען - האבן מיר געלערנט א שטיקל פונעם סידור עת רצון, די שטיקל פון אלוקי נשמה. מוהרא"ש זאגט דארט אז די ברכה פון "ואתה עתיד להחזירה לעתיד לבוא" און "המחזיר נשמות לפגרים מתים" דאס מיינט מען יעצט אויך, ווען מען שפירט זיך אזוי ווי טויט, מען איז אראפגעפאלן אין עבירות - קען מען זיך צוריק באנייען, מען קען ווערן צוריק לעבעדיג, דאס איז די שיינקייט פון צדיקים אז זיי באנייען זיך און זיי באנייען אונז מיר זאלן שטענדיג אנהויבן פון פריש.


מיר האבן געדאווענט, געזינגען הלל און געבענטשט גשם. נאכן דאווענען איז געווען א קידוש, מען האט זיך מחזק געווען אז די מפתח פון גשם – פון פרנסה - ליגט נאר אינעם אייבערשטנ'ס הענט, און ווער עס רעדט זיך איין אז די פרנסה קומט דורך פלוני אלמוני - איז א גרויסער רחמנות, די שליסל פון פרנסה ליגט נאר ביים אייבערשטן. עס זענען געווען אסאך חברים פון שטעטל, פרעג זיך נאך ביי זיי, מאך מיט זיי אינטערוויוס; זאל יעדער דערציילן וואס ער האט געהערט און געשפירט יום טוב ביי אונז.


ביינאכט צווישן מנחה און מעריב האבן מיר זיך געזעגנט פון די סוכה. מען האט געזינגען שיינע ניגונים פון יום טוב און זיך מחזק געווען צו לערנען יעדן טאג חומש רש"י מיט משניות און גמרא.


שמחת תורה ביינאכט - איז געווען הערליכע הקפות מיט א מורא'דיגע שמחה. אסאך געסט זענען געקומען, אויך חסידי חב"ד זענען געקומען, זיי קומען אלע יארן. עס איז אזוי שיין צו זען ווי אידישע קינדער טאנצן אינאיינעם, געווענליך טאנצט מען יעדער מיט זיין שבט, און ווען עס קומט א צווייטע שבט ווערט מען אומבאקוועם, אבער געלויבט דעם אייבערשטן מוהרא"ש האט דאס אויסגעריסן פון אונז, מיר זאלן זיך ליב האבן אפילו אנדערע שבטים, אנדערע אפשטאמען, ווייל מיר זענען ברידער, מיר זענען אלע בני אברהם יצחק ויעקב.


ביינאכט אינמיטן די הקפות איז אריינגעקומען האלבע נייעס פון די שוידערליכע רציחות אין ארץ ישראל. דאס האט מיך זייער צעבראכן, איך האב דאס נישט ארויסגעוויזן, ווייל יום טוב דארף מען זיין פרייליך - אבער די קאפ האט מיר זייער געדרוקט, איך האב נישט געהאט קיין מנוחה, ביז יעצט בין איך זייער צעבראכן, איך בעט און בעט א גאנצן צייט דער אייבערשטער זאל היטן אידישע קינדער.


אוי ווי דער הייליגער רבי פון סאטמער האט געוויינט ווען די ערב רב האבן געגרינדעט די טריפה'נע מדינה, ער האט געוויינט אויף די בלוט וואס גיסט זיך און אויף די בלוט וואס זיי וועלן פארגיסן; היינט זאגן אלע: "אוי ווי דער סאטמער רב איז געווען גערעכט". עס איז געווען ביי די זעקס טעג מלחמה האבן די פרומע נאכשלעפער געשריגן: "ניסים!" דעמאלט האט דער רבי געוויינט און געשריגן פון זיין ריינע הארץ אויף די אלמנות און יתומים וואס איז דא פון זיך רייצן מיט די אראבער.


ווי זענען די אלע פרומע נאכשלעפער וואס גרויסן זיך טאג און נאכט: "מיר האבן א מיליטער", "מיר האבן די בעסטע טאנקען"? יעצט זעט מען ווי צושאנד און צושפאט זיי זענען, מען זעט קלאר אז מען קען זיך נאר פארלאזן אויפן אייבערשטן, מען קען זיך נאר פארלאזן אויף אים, נאר ער קען אונז העלפן און וועט אונז העלפן.


שמחת תורה בייטאג איז די דאווענען געווען זייער שיין. מיר פירן זיך אז דער בעל תפילה ביי שחרית הויבט אן 'הא-ל בתעצמות' אזוי ווי יום טוב, און ביי 'המלך' זאגט מען די נוסח פון ראש השנה, און 'שוכן עד' זאגט מען די נוסח פון שבת, נאכדעם זינגט מען ווייטער 'רננו צדיקים' - מיט די נוסח פון יום טוב. איך האב געטראכט ביים דאווענעם 'איך וויל נישט די דאווענען זאל זיך אמאל ענדיגן, עס איז דאך אזוי זיס אזוי הארציג'. מיר זינגען 'א-ל מלך גדול' מיט א ווארעמע ניגון, אויך זינגען מיר 'ממקומך', אויך קדיש תתקבל זינגען מיר אלע טעג פון יום טוב.


נאך שחרית, נאכן זינגען הלל - האבן מיר אינאיינעם געזאגט תיקון הכללי.


ביי די הקפות האבן מיר געטאנצן מיטן ניגון: "א מחי' פיאות, א מחי' בארד, א מחי' ציצית, א מחי' תפילין, א מחי' שבת, א מחי' סוכות". די הקפות שמחת תורה אינדערפרי איז אזוי פרייליך, צווישן די הקפות רעד איך אפאר ווערטער. יעדע הקפה רעדט מען פון יענע ספירה; די ערשטע הקפה פון חסד, פון הפצה; צווייטע הקפה פון גבורה, דריטע הקפה פון תפארת, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן מען זאל ליב האבן אידישקייט, ליב האבן א בארד און פיאות, ליב האבן צניעות, די פרויען זאלן זיך שערן די האר נאך די חתונה און דאס ליב האבן.


ביי די הקפות איז א צייט וואס מען קען פועל'ן ארויס צו גיין פון אלע שלעכטע תאוות און מידות רעות - דורך שמחה, דורך טאנצן מיט די תורה.


מוצאי יום טוב האבן מיר געהערט די ביטערע נייעס אז אראבער זענען אריינגעקומען פון עזה און אויסגע'שחט'ן הונדערטער אידן השם ישמרינו, אזא שוידערליכע שחיטה, און פארכאפטע משכונות, און טויזנטער אידן זענען פארוואונדעט. מען זעט מער און מער וואס דער הייליגער רבי פון סאטמער האט אזוי געוויינט ווען די מדינה האט זיך געגרינדערט, אז עס וועט זיך נישט ענדיגן גיסן אידיש בלוט; זייט זי שטייט גיסט זיך בלוט. מען דארף אזוי שטארק בעטן דעם אייבערשטן משיח זאל קומען און דער גלות זאל זיך שוין ענדיגן.


הויב שוין אן מעביר סדרה זיין, ווארט נישט אויף סוף וואך, טייל איין די פרשה לויט די וואך, יעדן טאג אביסל; זינטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער.


איך דארף מקצר זיין, מיין ווייב איז יעצט אהיים געקומען פון זיך אפרוען, איך דארף העלפן אין שטוב מיט די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - טראכטן גוט און גלייבן אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוט
אמונה, מחשבות

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


איך האב ערהאלטן די פינף הונדערט דאלער פאר פדיון נפש, דער אייבערשטער זאל ענק אנשרייבן און פארזיגלען א זיסע געבענטשטע יאר; פאר ענק און פאר די גאנצע משפחה.


טראכטס גוט וועט אייך זיין גוט; די מחשבה האט אזא שטארקע כח אז וואס מען טראכט – דאס פאסירט.


אמאל האט אדל – דעם רבינ'ס טאכטער – זיך זייער נישט גוט געשפירט, דער רבי איז איר געקומען באזוכן און איר געזאגט: "טראכט צו זיך אז עס איז שוין אסאך בעסער", האט אדל געפרעגט: "ווי אזוי קען איך אזוי טראכטן בשעת איך שפיר שטארקע ווייטאג?" האט דער רבי איר געזאגט: "די מחשבה האט א שטארקע כח, און אז דו וועסט אזוי טראכטן – וועט אזוי זיין.


דאס איז די גרעסטע עבודה, צו טראכטן גוט און צו גלייבן אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוט.


א גמר חתימה טובה.

#28 - די חשדות וואס דו טראכסט אויף דיין ווייב, איז נעבעך א נערוון זאך
תפילות אויף אידיש, שלום בית, מחשבות, חשדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח, כ"ו סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז דו ביסט נאכאלץ שטעקן געבליבן מיט די מחשבות, נאכן רעדן מיט דיר שוין פאר אפאר חדשים צוריק; דו האסט א טייערע ווייב, אן אשת חיל, א מתנה פונעם אייבערשטן, זי איז א גרויסע צדיקת. דאס וואס דו טראכסט חשדות אויף איר - איז נעבעך א נערוון זאך, זי איז אן ערליכע פרוי, א צדיקת.


זאלסט וויסן אז די סארט מחשבות פון חושד זיין די ווייב וכו' - זענען פון די סטרא אחרא; זיי ווילן דיך פארכאפן אין זייער נעסט, איך ציטער אויב דו וועסט פארכאפט ווערן ביי זיי.


נעם די עצה פון רבי'ן, גיי יעדן טאג שרייען צום אייבערשטן ער זאל דיך ראטעווען פון די קליפות, זאג:


"רבונו של עולם מאך מיך פרייליך, רבונו של עולם מאך מיך געזונט. עס בוזשעוועט מיר די קאפ, איך טראכט א גאנצן צייט חשדות אויף מיין ווייב, אנשטאט איך זאל אנערקענען די מתנה וואס איך האב באקומען פון דיר; א טייערע ווייב, אן ערליכע ווייב - פייניג איך זיך אז זי איז נישט ערליך, און דאס לאזט מיך ממש נישט לעבן.


אנא ה' איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר, נעם מיך ארויס פון שאול תחתית. נעם מיך ארויס פון די קליפות, פארטרייב די רוח רעה וואס איז אריין אין מיר, בזכות דיינע הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן. בזכות רבי שמעון בר יוחאי, בזכות האריז"ל, בזכות הבעל שם טוב זכותו יגן עלינו, בזכות רבינו נחמן בן פיגא ותלמידיו הקדושים ובזכות רבינו אליעזר שלמה בן מלכה זכותו יגן עלינו.


מִזְמוֹר לְדָוִד הָבוּ לַה' בְּנֵי אֵלִים הָבוּ לַה' כָּבוֹד וָעֹז, הָבוּ לַה' כְּבוֹד שְׁמוֹ הִשְׁתַּחֲווּ לַה' בְּהַדְרַת קֹדֶשׁ. קוֹל ה' עַל הַמָּיִם אֵל הַכָּבוֹד הִרְעִים ה' עַל מַיִם רַבִּים. קוֹל ה' בַּכֹּחַ קוֹל ה' בֶּהָדָר. קוֹל ה' שֹׁבֵר אֲרָזִים וַיְשַׁבֵּר ה' אֶת אַרְזֵי הַלְּבָנוֹן. וַיַּרְקִידֵם כְּמוֹ עֵגֶל לְבָנוֹן וְשִׂרְיֹן כְּמוֹ בֶן רְאֵמִים. קוֹל ה' חֹצֵב לַהֲבוֹת אֵשׁ. קוֹל ה' יָחִיל מִדְבָּר יָחִיל ה' מִדְבַּר קָדֵשׁ, קוֹל ה' יְחוֹלֵל אַיָּלוֹת וַיֶּחֱשֹׂף יְעָרוֹת וּבְהֵיכָלוֹ כֻּלּוֹ אֹמֵר כָּבוֹד, ה' לַמַּבּוּל יָשָׁב וַיֵּשֶׁב ה' מֶלֶךְ לְעוֹלָם, ה' עֹז לְעַמּוֹ יִתֵּן ה' יְבָרֵךְ אֶת עַמּוֹ בַשָּׁלוֹם".


אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג מזמור כט פון תהילים. דער רבי זאגט (ספר המדות אות קליפה, סימן ו): "הַשִּׁבְעָה קוֹלוֹת שֶׁאָמַר דָּוִד עַל הַמַּיִם, בְּדִבּוּרָן מַכְנִיעִין הָרוּחַ רָעָה", דער קאפיטל איז מסוגל אוועק צו טרייבן א רוח רעה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - זיך נישט וויסנדיג מאכן פון א מנוול, און נישט ארויסווייזן קיין פחד
פחדים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, קדושה, אמונה, מנוולים, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער גוט האט איר געטון אז איר זענט געגאנגען ווייטער מיט א שטארקייט און זיך נישט אויסגעדרייט צום מניוול; דאס איז די עצה ווען עס פאסירט אזא געשעעניש, זיך נישט וויסנדיג מאכן און נישט ארויסווייזן קיין שום פחד און מורא.


איר ווילט וויסן וואס איז די עצה נישט מורא האבן? און וואס איז די עצה די מעשה זאל ארויסגיין פון קאפ? דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו זאגט: "די עצה קעגן רשעים איז - שלא לפחוד", דאס איז די עצה, נישט מורא האבן; אז מען לעבט מיט אמונה, מען ווייסט 'קיינער קען מיר גארנישט טון', מען חזר'ט זיך די אמונה, מען חזר'ט שטענדיג 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, דער אייבערשטער איז דא, מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר', און ווען עס כאפט זיך אריין אין הארץ פינטלעך פון פחדים, בעט מען פשוט'ע ווערטער: "הייליגער באשעפער היט מיך", "הייליגער באשעפער זיי מיט מיר", "הייליגער באשעפער קום מיט מיר", "הייליגער באשפער נעם ארויס פון מיר די פחדים, איך זאל פון קיינעם נישט מורא האבן, איך זאל זיין שטארק מיט אמונה".


אמונה איז די עצה ארויסצונעמען די פחד פון זיך, און אז איינער שטעלט אפ אין גאס און הויבט אן רעדן - האט נישט מורא, האט נישט קיין פחד, און פון היינט און ווייטער, אז א מאנספערזאן שטעלט אייך אפ אין א שטילע גאס פרעגן פראגעס - זאלט איר זיך בכלל נישט אפשטעלן, נאר ווייטער גיין; לאזט א צווייטן אים ענטפערן זיינע פראגעס.


יעצט ווען איר האט געהאט אזא שוידערליכע פאסירונג - וועט איר זיך נישט אזוי וואונדערן פארוואס מען דארף אזויפיל רעדן פון קדושה און פון זיך היטן פון מניוולים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.