בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די ריכטיגע וועג ווי אזוי אויסצוקלויבן א גוטע פאסטן פאר פרנסה
פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


ווער האט דיר איינגערעדט אז נאר אן ארבעט וואס מען קען גיין העכער און העכער – דאס איז דער ציל? ווער זענען דיינע יועצים? ווער זענען דיינע חברים וואס פירן דיין לעבן?


דער הייליגער בעל תפלה האט געזאגט (ספורי מעשיות, מעשה יב): "עס איז דא איין ציל, דינען דעם אייבערשטן"; אין עבודת השם דארף מען גיין אלץ העכער און העכער, מען דארף זוכן עצות און נעמען חיזוק צו גיין מעלה מעלה, אין פרנסה דארף מען בעיקר קוקן ווי אזוי מען קען אהיימברענגען אפאר דאלער צו קענען מפרנס זיין די שטוב.


לדעתי זאלסטו נעמען די ארבעט פון דרייוון א באס, טראגן און ברענגען קינדער צו לערנען די הייליגע תורה. עס איז א הייליגע ארבעט, דו קענסט מיט איין גוט ווארט ראטעווען א קינד, מיט איין שמייכל קענסטו געבן כח פאר די קינדער וואס קומען פון צעבראכענע שטובער, זיי זאלן שפירן ווי איינער טראכט פון זיי.


 


אויך צאלט מען שיין; וועסט קענען צאלן דירה געלט וכדומה, אויך וועסטו נישט ארבעטן ווי אן עבד כנעני פון פארטאגס ביז צאת הנשמה, נאר סך הכל צוויי שעה צופרי און צוויי שעה נאכמיטאג. וועסט קענען גיין אין מקוה, דאווענען צום אייבערשטן און לערנען שיעורים כסדרן.


פארגעס נישט, דו ביסט דער בן מלך, נישט דער בן השפחה. דער סמ"ך מ"ם זוכט אונז צו פארטוישן, ער נעמט טייערע אינגעלייט און לייגט זיי אריין אינעם בית השפחה. מען ווערט פארשווארצט פון נאכלויפן דעם דאלער, מען לויפט נאך די געלט די פאר יאר, ביז מען דארף שוין צוריק קומען צום אייבערשטן (ספורי מעשיות, מעשה יא).


א נייע שפראך איז דא צווישן אלע אינגעלייט, מען טראכט נישט פון מאכן געלט, נאר ווי מען קען מאכן אין הונדערט יאר ארום געלט; אנשטאט קוקן: 'וואו דארף איך נישט ארבעטן ביטער שווער, וואו קען איך האבן צייט צו לערנען און דאווענען, צייט פאר מיין ווייב און קינדער'? טראכט מען: 'וואו קען מען ווערן העכער און העכער און העכער?' און דערווייל גייט אריבער כמה וכמה שנים און מען האט נישט קיין געלט און נישט קיין שטוב.


פאלג די עצות פון עצתו אמונה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ז) עצות פון א צדיק איז כולו זרע אמת.