בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
בנוגע אייער קינד וואס זאגט אז ער גייט שטארבן דעמאלט וכו', אז דאס איז אייך זייער מבלבל און איר האט פון דעם פחדים.
בעט איך אייך איר זאלט דאס ארויס נעמען פון אייער קאפ און מער נישט רעדן מיט די קינדער פון שטארבן; דאס וואס ער רעדט פון שטארבן איז ווייל ער הערט רעדן פון יום המיתה, דערפאר רעדט ער פון דעם. דעריבער איז נישט כדאי צו רעדן מיט קינדער פון יום המיתה, מיט קינדער דארף מען רעדן פונעם אייבערשטן; אריינבאקן און אריינפרעגלען אין זיי אז דער אייבערשטער איז איבעראל און וואס מען דארף זאל מען פון אים בעטן.
דער רבי האט דערציילט אז ווען ער איז געווען א קליין קינד האט ער געהערט אסאך מעשיות פון צדיקים, דאס איז אים אריין אין הארץ און ער האט אנגעהויבן בענקען און וועלן זיין א צדיק; ווייל ווען א קינד הערט א סיפור פון א צדיק הייבט ער אן בענקען: 'איך וויל אויך זיין א צדיק'. דאס זאלט איר אויך טון, איר זאלט רעדן מיט אייערע קינדער פון דאס גרויסקייט פון צדיקים, ווי זיי האבן געלעבט מיט א קלארע אמונה און וואס זיי האבן געוואלט האבן זיי געבעטן דעם אייבערשטן, אזוי האבן זיי גע'פועל'ט ישועות פאר אידישע קינדער.
אז איר האט אפאר מינוט אינמיטן טאג ווען די קינדער זענען אין חדר און אין סקול זאלט איר זאגן א קאפיטל תהילים און זיך אויסשמועסן אייער הארץ מיטן אייבערשטן אויף אייער שפראך, רעדט צו אים ווי איר וואלט גערעדט צו א גוטע חבר'טע, בעט'ס אים איר זאלט זוכה זיין צו ערליכע קינדער און הייליגע קינדער.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.