בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן
טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר
איך האב דיר זייער ליב, דו ביסט א טייערער אינגערמאן; דעריבער בעט איך דיר פון מיין הארץ: "רעד שיין צו דיין ווייב".
דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א מתנה א וואוילע ווייב מיט ליכטיגע קינדער, זי איז דיר אזוי געטריי, זי איז דיר אזוי איבערגעגעבן, דארפסטו אכטונג געבן ווי אזוי דו רעדסט מיט איר.
זאלסט קיינמאל נישט אראפהאקן דעם טעלעפאן אינמיטן רעדן מיט איר, דאס טוט זייער וויי פאר א ווייב, דאס מאכט א לאך אין הארץ, דאס ווארפט איר אראפ פון אירע כוחות.
מיר זענען מקורב צו אזא גרויסער רבי, דארפן מיר פאלגן וואס ער האט אונז געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד), מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, מיר זאלן רעדן שיין צו זיי, "כִּי אָמַר, הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", ווייל זיי זענען אזוי אויסגעמאטערט מיט די קינדער.
איך בעט דיר אזוי שטארק, נעם ביטע אן מיינע ווערטער, זאג מיר נישט אפ, טו דאס איינע זאך וואס איך בעט דיר!!