בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
אייערע בריוו צערייסן מיר אויף שטיקער; איך ווייס אייך נישט וואס צו זאגן, איך האלט נישט אויס אייער צער, איך וויין פאר אייך, איך וויין פארוואס איר דארפט אזוי שטארק ליידן פון אייער מאן.
קיינער זאגט נישט אז איר דארפט ליידן; רעדטס צו אייער מאן זייער אפן, זאגטס אים אז איר קענט נאר לעבן מיט איינעם וואס רעדט שיין און ווייך. אויב קען ער טוישן די וועג ווי אזוי ער רעדט צו אייך, ער וועט אייך מכבד זיין - איז גוט און אז ער פירט זיך מיט אייך אויף די נישט גוטע וועג קענט איר ווייטער נישט ממשיך זיין מיט אים, איר גייט צוריק אהיים.
עס איז מיר א וואונדער נאכדעם וואס איך רעד אזויפיל ביי די שיעורים, איך וויין צו די אינגעלייט זאלן שיין רעדן אין שטוב צו די ווייב - פירט ער זיך אויף אזוי צו אייך.
שטארקטס זיך און ווערטס נישט צעפאלן, דער אייבערשטער וועט אייך נישט אפלאזן.