בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית יואל
איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט רעדן שיין הארציג און ווייך צו דיין ווייב, פארגעס נישט וואס דו האסט געלערנט אין ישיבה אלע דיינע יארן, געדענק וואס דער רבי זאגט, אז מען דארף רעדן שיין, הארציג און ווייך צו די ווייב, נאר אזוי קומט די שכינה אין שטוב.
און אפילו מען איז מיד, מען איז אפגעמאטערט – דארף מען נאכאלץ רעדן שיין, הארציג און ווייך, נאר אזוי האט מען שפע, נאר אזוי האט מען ברכה.
און אפילו מען איז הונגעריג ווי א הונגעריגע בער, און מען קומט אהיים צו א ליידיגע הויז און צו א באבלאזענע ווייב און אלעס פליט וכו' וכו' – דארף מען נאכאלץ רעדן שיין, הארציג און ווייך; נאר אז מען רעדט שיין, הארציג און ווייך קען מען זוכה זיין אז די קינדער זאלן אויפוואקסן געזונט און ערליך.