בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - רעדן נאר פון גוטע ערליכע זאכן
חיזוק פאר פרויען, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ...


איך הער אז איר האט צוריק אנגעהויבן רעדן מיט פרויען די אלטע שטותים והבלים, איר נעמט די זאך פון אמונת חכמים און איר מאכט דערפון ליצי ליצנות, און עס ווערט פון דעם א חורבן; איך וויל אייך בעטן מיט שיינעם, לאזט אפ, הערט אויף מיט די משוגעת'ן.


רעדט צו די פרויען און צו די מיידלעך פון תפילה והתבודדות, רעדט צו זיי פון מכבד זיין א מאמע, רעדט צו זיי פון זיך אפשערן די האר נאך די חתונה, פון האבן גוטע חבר'טעס; דאס זאלט איר רעדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.