בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א שאד זיך צו גט'ן, זי וועט נישט באקומען א בעסערע מאן
גט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א שאד אז זי וויל זיך גט'ן, זי וועט נישט באקומען א בעסערער מאן ווי אים; ער איז א גאלדענער מענטש מיט גוטע מידות, א שאד א שאד.


איז וואס אז ער איז נישט קיין שטארקער, ער קען נישט מחליט זיין; וועגן דעם גט מען זיך?


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.