בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ביי די שבת ליכט איז א צייט וואס מען קען אויס'פעול'ן גרויסע ניסים
שבת קודש

 


 


בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב געשריבן פאר אייער מאן א שיינע בריוו וואספארא נחת ער מאכט מיר מיט זיין התנהגות; איך וויל איר זאלט וויסן אז דאס וואס איך האב נאך כח אנצוגיין מיט תלמידים איז נאר אדאנק אייער מאן ... נרו יאיר.


עס איז שוין ביי מיר די עלפטע יאר וואס איך האלט די ישיבה, עס איז נישט גרינג צו נעמען רויע בחורים און זיי אויסקנעטן זיי זאלן זיין עבדי השם; אפילו טייג איז נישט גרינג צו אויסקנעטן און מאכן פון דעם חלות, פיל שווערער איז צו ארבעטן מיט מענטשן וואס זענען בעלי בחירה, מ'קען ארבעטן מיט א מענטש וואכן און חדשים און צו מאל יארן ביז עס מאכט זיך שוין עפעס. וואס געבט מיר כח אנצוגיין? נאר אזעלכע תלמידים ווי אייער מאן נרו יאיר. ווען איך זע זיין התנהגות, זיין איידלקייט און זיין יראת שמים געבט דאס מיר כח ווייטער אנצוגיין.


מרת ... תחי', ווען איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר אויסנוצן די הייליגע מינוטן צו בעטן דעם אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך; בעטס פאר אייך, פאר אייער מאן, פאר אייערע קינדער און פאר אלע אידן. ביי די שבת ליכט איז א צייט וואס מען קען אויס'פעול'ן גרויסע ניסים.


רבי נתן האט געבעטן זיין ווייב און זיינע טעכטער אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם אזוי ווי איך צינד אן די ליכט, אזוי זאל אנגעצינדן ווערן דעם הייליגן רבינ'ס ליכט אין אלע אידישע הערצער"; אזוי אויך זאלט איר בעטן ביי די ליכט: "רבונו של עולם, טאטע זיסער! געב מיר א שיינע שבת און א שיינע לעבן. א לעבן מיט שלום, א לעבן מיט ליבשאפט; איך זאל זיך אויסקומען מיט מיין מאן און איך זאל אים שעצן. רבונו של עולם הער אויס מיין געבעט, העלף מיר איך זאל האבן ערליכע קינדער וואס וועלן דיר דינען מיט ליבשאפט. רבונו של עולם אזוי ווי איך צינד יעצט אן די שבת ליכט, מאך אונז ליכטיג אונזער לעבן און מאך ליכטיג פאר אלע אידישע קינדער; אלע זאלן וויסן פון דיר און אלע זאלן וויסן פון הייליגן רבי'ן. צינד אן ...'ס הארץ ער זאל דיר דינען מיט ליבשאפט, צינד אן די הערצער פון מיינע קינדער".


אז איר האט נישט קיין כח צו שטיין קענט איר זיך אראפ זעצן, אז איר קענט נישט האלטן די הענט אויפן פנים פאר לאנג, קענט איר פשוט זיצן ביי די ליכט און רעדן צום אייבערשטן. בעטס און בעטס און שפארטס נישט קיין טרערן, ווייל יעדע טרער איז נאך א טראפ וואסער וואס וועט שפאלטן די הערצער פון אייערע קינדער.


אז אייער מאן ווארט אייך צו זאגן "גוט שבת", ער וויל גיין אין שול, זייטס מפסיק און גריסטס אים: "גוט שבת", און ווען ער גייט שוין אין שול זאלט איר ווייטער רעדן צום אייבערשטן ביי די ליכט.


עלטערן דארפן פארגיסן טייכן טרערן צום אייבערשטן אויף ערליכע קינדער; דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן און געבעטן פאר ערליכע קינדער"; פארלאזט אייך נישט אויף אייער מאנ'ס תפילות, איר אליינס זאלטס פארגיסן טרערן צום אייבערשטן אז אייערע קינדער זאלן זיין ערליך.


נאכדעם ווען אייער מאן ... נרו יאיר קומט אהיים פון שול זאלט איר אים אפווארטן מיט א שמייכל; האלטס נישט קיין אלטע חשבונות, הייבטס אן א נייע דף און טראגטס נישט קיין אלטע ווייטאגן. שבת דארף מען זיין פרייליך; בעטס אייך איבער מיט אים אפילו ווען ער איז דער וואס דארף ערשט איבער בעטן, אז איר וועט אים מוחל זיין וועט דער אייבערשטער אונז אלע מוחל זיין.


געדענקטס וואס דער רבי האט געזאגט: "יעדע זאך וואס מען פועל'ט מיט שלעכטן, וואלט מען גרינגער געקענט פועל'ן מיט גוטנ'ס"; אסאך מאל מיינט מען אז אויב מען וועט שרייען וכו' אויף די מאן און קינדער וועלן זיי פאלגן, מען דארף געדענקען וואס דער רבי זאגט, אז מיט גוטנ'ס וואלט מען אסאך גרינגער און שנעלער גע'פועל'ט.


 


איך וואונטש אייך א פרייליכן שבת.