בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#185 - א שבת אין שפיטאל
אמונה, התחזקות, שבת קודש, קשיות, משלי, שפתי תפתח

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט צאמנעמען אלע תורות פון ליקוטי מוהר"ן וואס האט שוין דעם פירוש אויף אידיש פון 'שפתי תפתח' און דאס מגיה זיין, אז מען זאל דאס קענען דרוקן און ארויסגעבן און פארשפרייטן; דאס וועט זיכער מאכן א גרויסע דורכברוך ביי די וואס פארשטייען נאכנישט די תורות פון רבי'ן, פאר די וואס דארפן א גוטע מלמד זאל דאס זיי אראפברענגען אויף למעשה.


אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט צאמנעמען אלעס וואס איך האב געשריבן אויף משלי און דאס באארבעטן אויף ארויסצוגעבן דערפון א ספר, דאס זענען הערליכע עצות און שכל געבויט מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן, לויט ווי אזוי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש, אויף טריט און שריט אין לעבן.


געב א נאמען דעם ספר "איש תבונה", אויפן פסוק אין משלי (כ, ה): "מַיִם עֲמוּקִים עֵצָה בְּלֵב אִישׁ וְאִישׁ תְּבוּנָה יִדְלֶנָּה", ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה דרש'נען (בראשית רבה צג, ד), א משל צו א טיפע ברונעם וואס איז דא אין איר פיינע וואסער צו טרינקען, אבער קיינער קען נישט אנקומען צו די וואסער עס איז זייער טיף אין דער ערד, ביז עס איז געקומען איינער און צוגעבינדן א דיקע שטריק צו א צווייטע דיקע שטריק, און צום דיקע שטריק האט ער צוגעבינדן א דינערע שטריק און צו דעם האט ער צוגעבינדן אן אנדערע סארט בענדל, און אזוי האט ער מצליח געווען ארויסצואשעפן די וואסער, און נאכדעם האבן שוין אלע געזען אז עס איז דא א וועג, האבן אלע אנגעהויבן שעפן וואסער און זיך מחיה זיין מיט די וואסער, דאס זאגט דער פסוק: "מַיִם עֲמוּקִים עֵצָה בְּלֵב אִישׁ", אזוי ווי טיפע וואסער, אזוי איז די עצה באהאלטן אין די הארץ פונעם קלוגן מענטש, "וְאִישׁ תְּבוּנָה יִדְלֶנָּה", און א פארשטאנדיגער מענטש שעפט עס ארויס; מען קען אזויפיל שעפן פונעם נחל נובע, פון הייליגן רבי'ן, מען דארף נאר דעם 'איש תבונה' זאל באווייזן ווי אזוי מען שעפט דערפון ארויס; 'איש תבונה' דאס איז מוהרא"ש וואס האט אונז געעפנט די אויגן אין רבינ'ס ספרים, ווי אזוי מען קען שעפן פיינע פרישע זיסע וואסער און דאס טרינקען, לעבן א זיסע געשמאקע לעבן, און אין די ווארט א'י'ש' איז מרומז מוהרא"ש'ס נאמען, און אויך מיין נאמען.


איך האב דיר אסאך צו שרייבן ווי איך בין זיך מחי' מיטן רבינ'ס עצות, ווי מוהרא"ש ראטעוועט מיך אפ יעדע רגע; נאר פאר פאריגע וואך שבת, פרשת וישלח - איז מיר שוין כדאי געווען אלעס וואס איז אויף מיר אריבער ביי מיין התקרבות, צו וויסן פון רבינ'ס עצות, ווי מוהרא"ש לערנט עס מיט אונז.


שבת בין איך געווען אין שפיטאל, ברוך ה' אלעס איז פיין, אלעס גוט מיט מיר און מיט מיינע קינדער. אנגעהויבן האט זיך עס פרייטאג אינדערפרי, מיין ווייב האט מיר געזאגט אז מיין קליין טאכטער זאגט איר פיס טוט איר וויי, זי פרעגט מיר אויב איך וויל אריבערגיין צום דאקטער קוקן אפשר האט זי סטרעפט, וואס איז געגאנגען ביז די פיס, ווייל אנהייב וואך האט זי זיך נישט אזוי גוט געשפירט, זי האט געהאט אביסל פיבער. איך בין אריבער צום דאקטער, און דער דאקטער האט געזאגט אז ער האלט מען זאל אריינגיין אין שפיטאל. מיר האט דאס נישט געפאלן, ער האט געוואלט מיר זאלן גלייך רופן אן אמבולאנס און גלייך אריינפארן, איך האב אים געבעטן אז איך וויל אהיים גיין זיך מיישב זיין און מיר וועלן פאלגן. למעשה האבן מיר יואלי לעווי, און ער האט מיך גענומען צו א צווייטע דאקטער און דער צווייטער דאקטער האט נישט געוואלט זאגן אנדערש פונעם ערשטן דאקטער, למעשה האט מיך יואלי לעווי געזאגט אז ער קען מיך ארייננעמען אין שפיטאל.


איך בין אהיים און זיך שנעל אפגעשויערט לכבוד שבת, איך האב געטראכט עס איז א קורצע פרייטאג, און אז איך וועל אהיים קומען ביים זמן וועל איך שוין נישט קענען מקיים זיין די מצוה פון זיך וואשן לכבוד שבת, איך האב זיך אנגעטון פרישע וועש און איינגעפאקט אביסל עסן מיט א ווייסע פאר זאקן אויב איך וועל בלייבן אויף שבת. מען האט אנגעהויבן בודק זיין מיין טאכטער, יעדע פאר מינוט מיט א צווייטע זאך, למעשה האט זיך דאס געצויגן און איך זע מיך אין שפיטאל ביים זמן, איך האב ארויסגענומען אלע מוקצה זאכן פון טאש און דאס אריינגעלייגט אין א טאשקע און זיך אנגעטון לכבוד שבת די ווייסע זאקן. איך האב זיך געוואשן די הענט און זיך געשטעלט דאווענען תפילת מנחה, א סידור האב איך נישט געהאט און איך האב נישט געקענט ענדיגן דעם קאפיטל הודו, איך בין פארמישט געווארן ווען מען זאגט 'ויזעקו אל השם' מיט א ז' און ווען מען זאגט 'ויצעקו אל השם' מיט א צ', ווען זאגט מען 'ממצוקותיהם יצילם' און ווען 'ממצוקותיהם יושיעם', און ווען זאגט מען גאר 'וממצקותיהם יוציאם', איך האב איבערגעלאזט דעם קאפיטל און געדאווענט ווייטער, פון ידיד נפש, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן 'מאך מיר א נס איינער זאל מיר ברענגען א סידור', איך האב נישט געהאט קיין שום ספרים; ערשט האב איך געטראכט איך וועל נעמען פון די ביקור חולים שטיבל, אבער היות איך בין געווען מיט א קליין קינד האב איך נישט געקענט אוועק גיין אפילו פאר איין מינוט, מען זאל נישט זאגן אז די עלטערן זענען נישט קיין עלטערן וואס געבן אכטונג וכו'. פלוצלונג איז אנגעקומען א שבת גוי, ער האט מיר געברענגט א זעקל מיט עסן; איינגעפאקט צוויי בילקעלעך, פיש מיט ווארעמע זופ, מיט אביסל מזונות. (נאך שבת בין איך געוואר געווארן, אז דער דיין האט געבעטן בנימין פאללמאן פון די חברה שומרים, זיי האבן שבת גוים וואס העלפן מענטשן לעת הצורך, דער דיין האט געוואוסט אז איך בין אין שפיטאל, איך האב אים גערופן פרעגן די הלכות אויב איך וועל דארפן בלייבן אין שפיטאל ביז שבת, אויב איך וועל קענען אהיים קומען שבת, דער דיין האט מיר געזאגט אז מען מעג אהיים גיין אויב מען האט א קליין קינד, דער דיין האט אים געבעטן ער זאל זארגן פאר מיר אז איינער זאל מיר ברענגען עסן).


איך האב מיך געפרייט אז מען האט מיר געברענגט עסן, אבער איך האב שיער נישט אנגעהויבן וויינען פון גרויס צער, ווייל איך האב געווארט אז יעדע מינוט זאל דער דאקטער קומען זאגן אז איך קען אהיים גיין, און אז מען ברענגט מיר א פעקל עסן מיינט דאס אז מען האט מודיע געווען אין שטוב אז איך גיי דארפן בלייבן, אבער היות מען טאר נישט וויינען שבת האב איך זיך איינגעהאלטן נישט צו וויינען, איך האב מסיח דעת געווען פון דעם, איך האב געזינגען ניגוני שבת, איך האב געזינגען פאר מיין טאכטער די קינדער ניגונים פון שבת, און איך האב זיך געמאכט א חשבון הנפש אויב איך האב איינעם וויי געטון, איך בין אריבער מיינע לעצטע פאר וואכן מיטן אייבערשטן, איך האב געהאט אפאר נעמען וואס איך האב דאס דורכגעשמועסט מיטן אייבערשטן פארוואס איך האב אזוי געטון און פארוואס האב איך אזוי געמאכט.


אויך האב איך מיך געמאכט א חשבון הנפש אז איך האב געגעבן א פאטש פאר א תלמיד, איך האב דאס אויסגעשמועסט מיטן אייבערשטן אז דאס איז נישט געקומען מתוך כעס חס ושלום, נאר נאך התבודדות און נאכן רחמנות האבן און וויסן אז מיט דעם וועל איך יענעם קענען העלפן.


איך האב געטראכט אז איך גיי נישט עסן די סעודה, ווייל אט אט גיי איך אהיים און טאקע אזוי איז געווען, דער דאקטער קומט זאגן אז מען האט אלעס איבער געקוקט און עס זעט אויס ווי מען גייט אהיים, איך האב געדאנקט דעם אייבערשטן און שוין געמאכט מיינע פלענער ווי אזוי איך זאל אנקומען אהיים; אויב איך זאל ערשט ארויפגיין מיט מיין טאכטער און נאכדעם אראפקומען גיין אין מקוה, איך וואוין דאך זיבן שטאק ארויף, עס איז נישט גרינג אראפצוגיין און ארויפגיין, אבער נאך אפאר מינוט קומט א צווייטער און זאגט: "ניין, מען קען נישט אהיים גיין, ווייל מען איז חושש אויף עפעס אנדערש, און מען גייט מארגן שבת נאכמיטאג מאכן שווערע לאנגע בדיקות וואס נעמט אפאר שעה", איך האב געזאגט: "הייליגער באשעפער איך בין גארנישט ברוגז אויף דיר, איך ווייס אז אלעס איז לטובה".


איך האב אנגעהויבן מאכן פלענער ווי אזוי צו מאכן די שבת סעודה, א טיש איז נישט געווען, ווייל ביז אהער בין איך נאך געווען אין עמערדזשענסי שטוב אונטן, א בענקל האב איך געבעטן איינער זאל מיר ברענגען נאכן שטיין אפאר שעה, וויין האט מען מיר נישט איינגעפאקט, איך האב געטראכט אז איך וועל מאכן קידוש אויף די חלות, אבער איך האב זיך ארומגעקוקט האב איך געזען אז די סינק (קראן) ארבעט דורך לעקטער, דורכן לייגן די הענט ביים סינק הייבט אן רינען וואסער, האב איך געטראכט 'דעמאלט וועל איך זיך נישט קענען וואשן', און בין כך בין איך געווארן זייער הונגעריג, ווייל איך האב נאך גארנישט געגעסן יענעם טאג. איך בין געשטאנען ביים אריינגאנג, איך האב געטראכט אז אפשר וועט קומען א איד, וועל איך אים בעטן א טובה ער זאל מיר ברענגען פון ביקור חולים שטוב צו קידוש מאכן.


איך האב אנגעהויבן בעטן: "הייליגער באשעפער העלף א איד זאל קומען", אבער איך האב זיך געכאפט אז דאס איז נישט קיין ריכטיגע תפילות, פארוואס זאל א איד קומען אין שפיטאל, ניין, העלף אז קיין איין איד זאל נישט קומען אין שפיטאל, אלע זאלן זיך שפירן גוט; איך האב אנגעהויבן בעטן: "אייבערשטער איך דארף וויין פאר קידוש, אדער וואסער זיך צו קענען וואשן נטילת ידים און מאכן קידוש אויף די חלות", און דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן, א איד איז געקומען מיט זיין קינד אין שפיטאל, ער איז געקומען אויך מיט זיין ווייב, ממילא האט ער געקענט גיין און קומען, איבערלאזן די קינד מיט די מאמע, האב איך אים געבעטן א טובה ער זאל מיר ברענגען סיי וויין און סיי וואסער פאר נטילת ידים. איך האב געדאנקט דעם אייבערשטן, און געמאכט א שיינע קידוש מיט גרויס שמחה, מיט גרויס ליבשאפט צום אייבערשטן, איך האב זיך נאכנישט געוואלט וואשן, איך האב געטראכט אז מען גייט מיר שוין יעצט ארויפטראגן אין שטוב, דארט וועט זיין א טיש וועל איך קענען געהעריג עסן, איך האב געגעסן אביסל מזונות, און געפיטערט מיין טאכטער אביסל עסן.


ספרים האב איך נישט געהאט, אבער מיין מויל האב איך געהאט, איך האב גערעדט צום אייבערשטן, געדאנקט און געלויבט און געבעטן פאר אידישע קינדער.


איך האב געזען אז איך הייב אן ווערן מיד, איך האב מורא געהאט ווער ווייסט אויב איך וועל אפשטופן די סעודה, אפשר וועל איך עס אינגאנצן נישט מאכן. איך האב גענומען וואסער און זיך געוואשן און געמאכט לחם משנה, די עסן האב איך געלייגט אויפן בעט וואו מיין טאכטער איז געליגן, איך האב געגעסן פיש, מיט אביסל זופ, איך האב געזינגען זמירות שיין און הויך, די שכנים די גוים האבן זיך צוגעהערט ווי איך זינג, איך האב געזינגען מיט גרויס שמחה, מעין עולם הבא האב איך געזינגען כמה ניגונים, איך האב זיך מחיה געווען מיט דעם אז דער רבי זאגט דאס איז דער עיקר אידישקייט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קד), זינגען זמירות איז עיקר אידישקייט, און אפילו איך בין נישט געווען אין מקוה לכבוד שבת און אפילו איך האב נישט מיין בעקיטשע מיט מיין שטריימל און נישט קיין ווייסע טישטוך און נישט קיין שבת לעכט - דאך זינג איך צום אייבערשטן זמירות, איך האב זיך זייער געבענקט צום אייבערשטן, און איך האב געוויינט צו אים מיט גרויס שמחה אזוי ווי די הלכה איז (טורי זהב אורח חיים סימן רפח, סעיף קטן ב), מען מעג וויינען שבת פון בענקעניש צום אייבערשטן, נאר וויינען פון ווייטאג טאר מען נישט, איך האב געוואשן מים אחרונים און געבענטשט ברכת המזון אויסנווייניג אן קיין סידור, איך האב נישט געהאט גארנישט מיט מיר, און מען האט מיך ארויפגעטראגן אויפן דריטן שטאק און געגעבן א צימער.


דארט האט מיך א נוירס באגרוסט גוט שבת, זי האט אויסגעזען צו זיין א אידיש קינד, זי האט דערציילט אז זי קומט פון ארץ ישראל. איך האב זיי געפרעגט וואס זענען די פלענער, כדי צו וויסן ווי אזוי איך זאל מיך מסדר זיין מיט מיינע פלענער, זיי האבן מיר געזאגט אז צוועלף אזייגער ביינאכט וועט מען דארפן גיין פאר בדיקות, און נאכדעם וועט מען ווארטן ביז אינדערפרי.


איך האב געליינט קריאת שמע און זיך אראפגעלייגט, עס איז נישט געווען דארט קיין בעט, עס איז געווען א בענקל וואס מען קען אויפהייבן די פיס.


בערך עלף אזייגער ביינאכט איז יואלי לעווי געקומען, ער האט זיך געמאכט א חשבון ווען ער קומט אריינפירן א פאציענט אין שפיטאל וועט ער קומען מיר באגריסן, ער האט געברענגט א באקס מיט עסן, איך בין געווען מיד איך האב נישט גערעדט מיט אים נאר זיך באדאנקט. אפאר מינוט שפעטער זענען די נוירסעס געקומען נעמען די ווייטלס האט מיין טאכטער אנגעהויבן וויינען, אזוי איז יעדע מאל געווען, ווען איך האב איר ענדליך בארואיגט איז מען געקומען נאכאמאל אויפוועקן און זי האט אנגעהויבן וויינען, האב איך איר געדארפט בארואיגן, און איך בין געווארן אויס מיד, האב איך געפונען אין די באקס א סידור מיט א חומש, איך האב זיך אזוי געפרייט, יעצט האב איך א סידור, א תהלים, א חומש; א מחי', איך וועל קענען אביסל לערנען און אביסל דאווענען, איך האב די ערשטע זאך געזאגט שיר השירים, ווייל איך האב נישט געהאט ערב שבת א סידור צו זאגן שיר השירים, איך האב זיך זייער מחיה געווען צו זינגען דעם גאנצן שיר השירים, איך האב געטראכט אז דא איז דאך א פאסיגע פלאץ צו זינגען שיר השירים, ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות המתקת הדין, סימן פט): "על ידי שיר השירים נמתקים הדין", דורך זאגן שיר השירים ווערט זיס אלע שלעכטס. אויך האט דער רבי געזאגט פאר איינעם ער זאל זאגן שיר השירים, דאס וועט זיין א סגולה אויסצוהיילן דעם חולה, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רמג): "כל הרפואות שבעולם", אלע רפואות פון די וועלט, "כולם כלולים בשיר השירים", אלעס ליגט אין שיר השירים, נאכדעם האב איך געענדיגט לערנען די פרשת השבוע חומש רש"י מיט תרגום, איך האב דאס נאכנישט געהאט געענדיגט. געווענליך ענדיג איך די גאנצע פרשה דאנערשטאג, אבער די וואך בין איך געבליבן אין שטוב מיט מיין קליינעם עמרם, ער האט זיך זייער נישט גוט געשפירט, ביז מיין ווייב איז אריין אין שפיטאל דאנערשטאג נאכמיטאג און איך בין געבליבן מיט די קינדער, איך האב געלערנט חומש רש"י אויף די גאנצע פרשה, און בשעת'ן לערנען איז מיר אריינגעקומען שיינע חידושים, געבויט אויף די הקדמות פון רבי'ן, (אין א צווייטע פלאץ וועל איך דיר דאס שרייבן).


שבת אינדערפרי האב איך זיך אויפגעוועקט און געוואשן נעגל וואסער און זיך געשטעלט דאווענען. איך האב שוין געהאט א סידור, האב איך געדאווענט מיטן סידור, א טלית האב איך נישט געהאט, אינמיטן זענען אנגעקומען אפאר חברים פון די הצלה, אויך יואלי לעווי. זיי האבן אריינגעברענגט א פאר-פאלק אין שפיטאל, זיי האבן מיר געברענגט פון ביקור חולים שטוב א פיינע ווארעמע קאווע, אויך האט ער מיר געברענגט א סעט משניות, דאס איז מיר געווען די גרעסטע שמחה, ווייל פון גרויס יאגעניש פרייטאג, ביים זיך יאגן צו גיין אין שפיטאל און פון טראכטן אז איך גיי מן הסתם נאר פאר דריי פיר שעה - האב איך נישט מיט גענומען קיין ספרים, און דאס איז געווען פאר מיר א גרויסע צער. אויך האבן זיי מיך מחזק געווען מיט שיינע ווערטער פון אמונה און בטחון, נאכדעם האב איך ווייטער געדאווענט.


נאכן דאווענען האב איך געמאכט קידוש און געגעסן אביסל מזונות, און זיך געזעצט לערנען משניות, צוויי מסכתות, מסכת יבמות און מסכת כתובות. נאכדעם האבן זיי מיר געזאגט אז עס זעט אויס אז אלעס איז פיין און מען וועט נישט דארפן מאכן קיין שום בדיקות, און ברוך ה' ביי חצות בין איך אהיים; לויט ווי דער דיין האט מיר גע'פסק'נט פאר שבת, אז איין גוי זאל בעטן א צווייטע גוי זאל מיר אהיים נעמען, און ברוך ה' איך בין אנגעקומען אהיים אינמיטן די סעודה. מיין ווייב און קינדער האבן זיך זייער געפרייט, און איך האב זיך נאך מער געפרייט, איך האב געמאכט קידוש און געגעסן די סעודה, געכאפט א דרימל און געגאנגען אין שול לערנען און דאווענען.


איך דערצייל דיר מיין שבת, ווייל נאר פאר איין אזא שבת האט זיך שוין געלוינט די התקרבות צום רבי'ן, צו וויסן ווי אזוי צו טראכטן, נישט האבן קיין תרעומות אויפן אייבערשטן, זיך מחי' זיין מיט וואס מען האט, און דאס וויסן אז מען קען רעדן צום אייבערשטן, בענקען צום אייבערשטן, און אזוי ווייטער, און איך וויל דו זאלסט זיך אויך מחזק זיין און וויסן וואס מען האט צו טון ווען עס גייט אריבער אזעלכע מצבים, ווי מען קען זיך מחיה זיין מיט די עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#184 - גיין מיט די ווייב צו א משפחה שבת
חינוך הילדים, שבת קודש, משפחה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


אז דיין ווייב וויל גיין שבת אין מירון מיט משפחה - פארוואס זאלסטו נישט גיין? דאס איז נישט סותר וואס מיר רעדן כסדר, ווייל דאס וואס דו הערסט ביי די שיעורים אז שבת איז גוט צו זיין אין שטוב - דאס איז געזאגט געווארן פאר דיר, פאר דיין מח, דו זאלסט וויסן וואס איז ריכטיג צו טון, דו זאלסט נישט זוכן צו לויפן וכו'; אבער אז דיין ווייב וויל גיין - אודאי זאלסטו גיין מיט איר.


אודאי איז דאס בעסטע און דאס געזונטסטע צו זיין אין שטוב שבת, עס איז געזונט פאר יעדן; פאר די עלטערן און פאר די קינדער, אבער אז די ווייב וויל אמאל גיין א שבת, ובפרט קיין מירון - וואלסטו יא געדארפט גיין, וואלטן ביידע פארדינט; זי וואלט געווען פרייליך צו זיין מיט איר משפחה, און דו וואלסט געקענט זיצן אין די מערה לערנען תיקונים און זאגן תהלים און זיך מתבודד זיין וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#183 - פארהער נישט דיינע קינדער
מקוה, שמחה, חינוך הילדים, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אינדערפרי זאלסטו גיין אין מקוה; אפילו עס איז דיר שווער, און אפילו דו ביסט נישט אזוי מקפיד דורכן וואך צו גיין אין מקוה יעדן טאג - זאלסטו שבת זיך מוסר נפש זיין אויף מקוה.


שבת זאלסטו זיין זייער פרייליך, דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון זיין פרייליך שבת. איינמאל פרייטאג צו נאכטס איז רבי נתן געווען ביים רבי'ן, דער רבי האט אים געפרעגט: "הַאַתָּה שָׂמֵחַ בְּשַׁבָּת", ביסט פרייליך שבת? האט רבי נתן געענטפערט: "איך ווער אסאך מאל זייער ערנסט", האט אים דער רבי געזאגט: "לֹא כָּךְ הוּא, הָעִקָּר הוּא שִׂמְחָה", שבת דארף מען זיין נאר פרייליך. דעמאלט האט דער רבי געזאגט די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", שבת דארף מען זיין זייער פרייליך און גוטמוטיג, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און זייער טייער, עיין שם.


פארהער נישט דיינע קינדער; קענסט איבער גיין די לימודים וואס זיי לערנען אין חדר, קענסט מיט זיי שמועסן, קענסט זיי העלפן פארשטיין דאס לערנען - אבער נישט זיך אוועק זעצן על דעת פארהערן, און זיי כאפן אויב זיי קענען אדער נישט; אזוי איז יצא שכרו בהפסדו, איז שוין ענדערש נישט.


א פרייליכן שבת.

#182 - דאנקען דעם אייבערשטן ביי קבלת שבת
שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז אריבער נאך א וואך, דארפסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדן איינציגסטן טאג פון די וואך. פרייטאג צו נאכטס ביי קבלת שבת ווען מען זאגט די קאפיטלעך פון לכו נרננה זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די פארגאנגענע וואך, מען זאגט זעקס קאפיטלעך אנטקעגן די זעקס טעג פון די וואך. די ערשטע קאפיטל זאגט מען "לְכוּ נְרַנְּנָה", ווען דו ענדיגסט די קאפיטל זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די פארגאנגענעם זונטאג, דערמאן זיך אלעס וואס איז געווען און דאנק אים אויף דעם טאג. די צווייטע קאפיטל זאגט מען "שִׁירוּ לַה' שִׁיר חָדָשׁ", ווען דו ענדיגסט דעם קאפיטל זאלסטו אים דאנקען אויף דעם מאנטאג וואס איז פארביי, און אזוי ווייטער, נאך די דריטע קאפיטל "ה' מָלָךְ תָּגֵל הָאָרֶץ" - זיי זיך מתבודד אויף דינסטאג, דאנק און לויב אין דיין שפראך, עס זאל דיר נישט אנגיין אויב דער חזן חזנות'ט, דו פארמאך דיינע אויגן און דאנק דעם אייבערשטן, און נאכן פערטן קאפיטל פון "מִזְמוֹר שִׁירוּ לַה' שִׁיר חָדָשׁ כִּי נִפְלָאוֹת עָשָׂה" - זאלסטו אים לויבן אויף מיטוואך, און נאכן פיפטן קאפיטל "ה' מָלָךְ יִרְגְּזוּ עַמִּים" - אויף דאנערשטאג, און ביי "מִזְמוֹר לְדָוִד הָבוּ לַה'" - דאנק אים אויף פרייטאג, און ביי "לכה דודי" זאלסטו זיך פארבענקען צום אייבערשטן דורך רעדן צו אים אין אידיש, ביז דער אייבערשטער וועט דיר פארגעבן פאר אלע זינד פון די פארגאנגענע וואך.


איך דאנק דעם אייבערשטן, היינט ראש חודש כסלו איז די טאג וואס איך האב חתונה געהאט. מוהרא"ש זאגט, מען זאל זאגן די קאפיטלעך פון תהילים פון הלל אין די טאג וואס מען האט חתונה געהאט צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס, די גרויסע חסד - אז מען האט א ווייב, מען קען לעבן הייליג און ריין.


מיין חתונה איז געווען ראש חודש כסלו שנת תשס"א, קומט אויס אז איך קען זאגן יעדע יאר אין די יום החתונה - הלל מיט די ברכה. איך דאנק דעם אייבערשטן פאר די נס אז איך בין ארויס פון תפיסה, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ד), א בחור און א מיידל, איידער זיי האבן חתונה זענען זיי אין תפיסה, זיי זענען ארעסטאנטן. די הייליגע חכמים זאגן דאס אויפן פסוק (תהילים סח, ז): "מוֹצִיא אֲסִירִים בַּכּוֹשָׁרוֹת", דער אייבערשטער מאכט זיווגים, ער נעמט ארויס די בחורים און מיידלעך פון זיין פארשפארט, און דער וואס האט שכל זינגט, דאנקט און לויבט זיין גאנץ לעבן דעם אייבערשטן, און דער וואס האט נישט שכל - וויינט זיין גאנץ לעבן, דאס איז די ווארט בַּכּוֹשָׁרוֹת - בְּכִי וְשִׁירוֹת; איינער וויינט, און איינער זינגט שירה, און אז דער רבי האט געזאגט איך וויל ענק זאלן מאכן ענקערע ווייבער פאר חסידות'טעס מוז זיין אז מען קען דאס טון, דער רבי זאגט אונז נישט זאכן וואס איז בשמים אדער מעבר לים, עס ווענדט זיך נאר אויב מען קען באשטיין אז די ווייב זאל זיין ביים רבי'ן אדער מען וויל דאס גאר שטארק, און מיר איז דאס געגאנגען אין לעבן ממש, און איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן און אסאך גערעדט און געמאכט און געטון וואס מען קען - אז מיין שטוב זאל זיין איינגעבאקן ביים רבי'ן, און ברוך ה' איך קען זאגן הלל מיט א ברכה אז מיין שטוב לעבט מיטן רבי'ן.


ביי די סעודה זאלסטו זינגען זמירות מיט שמחה, וויין נישט ביי די סעודות; קינדער האבן נישט ליב וויינעדיגע סעודות, זיי נאר פרייליך.


א פרייליכן שבת, א גוטן חודש.

#181 - עס לוינט דאס זיך אפגעבן מיט קינדער
חינוך הילדים, שבת קודש, ערב שבת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, מברכין החודש, כ"ג מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך פרייליכע סעודות, זינג און טאנץ מיט דיינע קינדער, ביי די סעודות זאלסטו זינגען פרייליכע ניגונים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז), שבת דארף מען זיין זייער פרייליך.


ביי די סעודה זאלסטו זיך היטן פון קנאת המלאכים, פון זיך אויפרעגן, פון ווערן בכעס חס ושלום, היט זיך פון כעס און פון מחלוקת. ווען עס קומט פרייטאג צו נאכטס זענען די מלאכים מקנא דעם מענטש און זיי זוכן אים אראפ צו ווארפן אין מחלוקת, אין כעס; געב זיך אכטונג, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין פרייליך שבת, הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיך גארנישט אויפרעגן שבת".


נעם דיינע קינדער אין מקוה, נעם זיי אין א צייט וואס עס איז נישט אזוי איבערגעפילט. לערן זיי אויס צניעות און קדושה, לערן זיי אויס ווי אזוי מען טוט זיך אויס און ווי אזוי מען טוט זיך אן; ביים אויסטון הייבט מען אן פון די שיך און מען גייט אויף ארויף, און ביים אנטון הייבט מען אן פון אויבן אראפ. עס לוינט די אינוועסטמענט, עס לוינט דאס זיך אפגעבן מיט קינדער, שפעטער האט מען נאר נחת.


ברען אפ די לעכט, ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט, טו עס שוין פרייטאג אינדערפרי, און ביים אנגרייטן די לעכט און ביים אפברענען די לעכט זאלסטו בעטן פאר דיינע קינדער זיי זאלן אלע זיין ערליכע אידן, זיי זאלן לערנען און דאווענען און טון מצוות ומעשים טובים.


ווען דיין ווייב צינד די לעכט זאלסטו זיין אין שטוב, זאלסט דעמאלט זאגן שיר השירים בקול, און טו זיך פארבענקען צום אייבערשטן ביי די זיסע פסוקים פון (שיר השירים א, ד): "מָשְׁכֵנִי אַחֲרֶיךָ נָּרוּצָה", הייליגער באשעפער צי מיך צו דיר, העלף מיר, איך וויל אזוי שטארק נאר לויפן צו דיר, טון דיין ווילן, "שְׁחוֹרָה אֲנִי", איך זע טאקע אויס ווי איך זע אויס, אבער רבונו של עולם – "וְנָאוָה", איך בין שיין ווייל איך טו מצוות (שם, ה), בעט איך דיר, "אַל תִּרְאוּנִי שֶׁאֲנִי שְׁחַרְחֹרֶת", קוק נישט אויף מיר אז איך בין אזוי פארשווארצט, וואס זאל איך טון, איך האב א ברענעדיגע יצר הרע, "שֶׁשֱּׁזָפַתְנִי הַשָּׁמֶשׁ", דער יצר הרע ברענט אין מיר אזוי ווי די ברענעדיגע זון, "בְּנֵי אִמִּי נִחֲרוּ בִי", איך בין אויסגעמישט מיט די פעלקער און דאס מאכט מיך פארשווארצט (שם, ו), אוי ווי זיס און ווי בענקעדיג איז דאס זאגן שיר השירים פרייטאג פאר נאכטס.


א פרייליכן שבת.

#180 - מאך פרייליך, מאך ווערטלעך, מאך זיס אינדערהיים
שמחה, חינוך הילדים, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


זע עס זאל זיין פרייליך ביי דיר אין שטוב, עס זאל זיין א פרייליכע מצב, א לופטיגע אטמאספער, עס זאל זיין לופט פאר די קינדער צו אטעמען.


מען זעט אויף די קינדער אויב זיי קומען פון א פרייליכע שטוב, די קינדער זענען מער קלוג, מער שארף און געריבן, און אויב איז די שטוב מיט נערווען, מיט עצבות, מיט קולות, מיט קריטיק – ווערן די קינדער פארמאכט און פארקלאפט, זיי ווילן נאר אנטלויפן חס ושלום.


אויך די שבת'דיגע סעודות מאך פרייליך; מאך ווערטלעך, מאך זיס. אוודאי לערנט מען דורכאויס די וואך צו האבן דרך ארץ פאר עלטערן, אבער ביי די סעודות איז נישט א צייט פון אויסלערנען, באשטראפן, קנס'ענען, וויינען, פארהערן, פארלאנגען וכו' וכו', די סעודות דארפן זיין גאר געשמאק. אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (יתרו פח.): "וּבָעֵי בַּר נָשׁ לְאִתְעַנְגָּא בְּהוּ", מען דארף עסן די סעודות מיט פארגעניגן, "וּלְמֶחֱדֵי בְּהוּ", און זיך פרייען מיט די סעודות, נישט אנגעצויגן חס ושלום.

#179 - הייליגער באשעפער, איך וויל שלום אין שטוב
תפילות אויף אידיש, שלום בית, שבת קודש, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת זאלסטו נאר זיין בשמחה און נישט מאכן קיין עסק אויב די שטוב איז נישט מסודר אדער די עסן איז נישט לויט דיין טעם; פארגעס נישט אז ערב שבת ווילן די קליפות נאר איין זאך, עס זאל ווערן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב; זאלסט דאס זיי נישט נאכגעבן.


איך האב דיר שוין אסאך געשריבן, דאך שרייב איך דיר נאכאמאל, איך וויל דו זאלסט וויסן אז מען מוז האבן שלום בית, נאר מיט שלום בית האט מען ריינע מוחין, נאר מיט שלום בית קען מען זיין הייליג, און דער סמ"ך מ"ם טוט אלעס אבי עס זאל ווערן א ריס צווישן מאן און ווייב, בפרט ווען עס קומט די הייליגע טעג.


גיי אביסל התבודדות, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל שלום אין שטוב, איך וויל רעדן שיין אין שטוב, איך וויל זען דאס גוטס אין שטוב, ראטעווע מיך פון די קליפות וואס מאכן מיך נערוונדיג און גערעגט, העלף אונז מיר זאלן זיך ליב האבן, מיר זאלן לעבן בשלום".


גיי התבודדות, גיי שריי אויס דיין הארץ, דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה, רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א פריינד, וואויל איז דער וואס לעבט מיט דעם און פאלגט דעם רבי'ן; גייט התבודדות, שמועסן מיטן אייבערשטן.


א פרייליכן שבת.



 

#178 - מכבד זיין דעם טאטן, אויך נאך זיין פטירה
קינדער, כיבוד אב ואם, שבת קודש, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך - יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך וויל אייך מנחם זיין אויף די פטירה פון אייער טאטע עליו השלום, "המקום ינחם אתכם מתוך שאר אבלי ציון וירושלים", איר זאלט נישט וויסן מער פון קיין צער און מיר אלע זאלן זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.


וויסן זאלט איר, אויך נאכדעם וואס עלטערן גייען אוועק פון די וועלט איז נאך אויך דא די מצוה פון כיבוד אב ואם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לא:): "מכבדו בחייו ומכבדו במותו". און מוהרא"ש זאגט, ערב שבת ווען די קינד לייגט די ווייסע טישטוך לכבוד שבת און מען גרייט אן די לעכט, פון דעמאלט הייבן אן ריען די עלטערן אין גן עדן, עס ווערט שוין ביי זיי אזוי ווי שבת, ווען אלע נשמות רוען; איז א גרויסע זאך צו לייגן פרי די טישטוך מיט די לעכט, און אויך צינדן אפאר מינוט פריער פון די זמן; דאס וועט זיין א גרויסע טובה פאר די נשמה פון די עלטערן.


אויך זאלט איר וויסן, ווען א נשמה לאזט איבער א קינד בזה העולם וואס רעדט און שמועסט מיטן אייבערשטן - ווערט א שטארקע רעש אויבן אין הימל, אלע נשמות זענען מקנא די עלטערן פון דעם מענטש, און די נשמה פון די עלטערן גייען ארויף זייער הויך; איז א גרויסע זאך זיך צו מתבודד זיין יעדן טאג, אנהייבן מיט דאנקען און אויך בעטן דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס מען דארף.


דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אייך, איר זאלט זוכה זיין צו זרע של קיימא מיט אלע משפחות וואס ווארטן אויף זוכה זיין צו קינדער, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.

#177 - נישט כעס'ן אויף די ווייב און קינדער
שמחה, התחזקות, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת זאלסטו זיין פרייליך, ווייל די גאנצע שפע פון די קומענדיגע וואך איז געוואנדן לויט די שמחה פון שבת קודש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט.), ווען א מענטש איז פרייליך און ער איז מכבד דעם שבת וועט ער זוכה זיין צו שפע און צו גרויס עשירות; זאלסטו זיין שבת נאר פרייליך, זאלסט זיך נישט כעס'ן אויף דיין ווייב און קינדער, און אז עס גייט יעצט אריבער אויף דיר שווערע ביטערע נסיונות זאלסטו זיך דערהאלטן; וועסטו צוקומען צו שיינע זאכן.


רבי נתן האט אמאל געשמועסט מיט אנשי שלומינו אז מען דארף זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות, ווייל אויף יעדן איינעם גייט אריבער שווערע ביטערע נסיונות; אינמיטן רעדן האט ער זיך צופייערט און געזאגט: "פארוואס איז רבי שמעון בן יוחאי געווען רבי שמעון בן יוחאי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות, פארוואס איז דער אר"י הקדוש געווען דער אר"י הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות, פארוואס איז דער בעל שם טוב הקדוש געווען דער בעל שם טוב הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות, פארוואס איז דער הייליגער רבי געווען דער הייליגער רבי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות, און פארוואס בין איך וואס איך בין? ווייל איך האב די מאס התחזקות"; ווייל אויף אלע צדיקים איז איבערגעגאנגען שווערע ביטערע נסיונות, און ווייל זיי האבן זיך דערהאלטן - זענען זיי צוגעקומען צו זייערע מדריגות.


א פרייליכן שבת.

#176 - דיינע קינדער זאלן זיין דיינע חברים אין שול
חינוך הילדים, שבת קודש, אומאן, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת איז פאר אונז די לעצטע שבת פון תשפ"ה וואס מיר זיצן מיט די קינדער, מיט די משפחה, קומענדיגע וואך שבת וועלן מיר שוין זיין מיטן אייבערשטנ'ס הילף ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן. זאלסטו פרובירן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, מאך פרייליך דיין ווייב מיט די קינדער, טאנץ מיט די קינדער: "אוי ווי גוט איז צו זיין א איד, אוי ווי גוט איז צו זיין א איד"; מוהרא"ש זאגט, מיט איין שבת וואס מען איז פרייליך - פאררעכט מען אלעס.


מוצאי שבת זאגן מיר סליחות, איך וועל אם ירצה ה' זאגן סליחות אין שטעטל. די ספרדי'שע טייערע אידן זאגן שוין א גאנץ חודש אלול סליחות, מיר אשכנז'ישע אידן גייען אנהייבן זאגן סליחות מוצאי שבת, מיר גייען וויינען צום אייבערשטן ער זאל צערייסן אלע גזירות, די ביטערע גזירות וואס די מקטריגים ווילן גוזר זיין אויף די הייליגע פאלק. מיר גייען שרייען: "זוֹחֲלִים וְרוֹעֲדִים" מיר זענען אזוי דערשראקן און מיר ציטערן, "מִיּוֹם בּוֹאֶךָ" פון ראש השנה וואס קומט, "חָלִים כְּמַבְכִּירָה" מיר ציטערן אזוי שטארק, אזוי ווי א פרוי גייט צום ערשטן געבורט, מיר בעטן דיר, "טִנּוּפָם מְחֵה נָא" מעק אויס אונזערע זינד, זיי אונז מוחל אויף אלעס וואס מיר האבן געטון, "וְיוֹדוּ פִלְאֶךָ" און מיר וועלן דיך נאר לויבן.


איך וויל דיר בעטן נאכאמאל זאלסט שבת זיין נאר פרייליך, גיי אין שול, נעם דיינע קינדער מיט דיר, דיינע קינדער זאלן זיין דיינע חברים אין שול, זיץ מיט זיי, לויף נישט צו חברים, געב זיך מיט זיי אפ. מוהרא"ש האט אונז גוט געלערנט וואס חברים מיינען, מען שמייכלט אין פנים און הינטערן רוקן שטעכט מען מיט א מעסער. זיץ מיט דיינע קינדער, ווייז זיי ווי מען דאווענט, מיט שמחה, מיט געשמאק. נאכן דאווענען גיי אהיים צו דיין ווייב, צו דיין משפחה, בלייב נישט רעדן נארישקייטן, די מלאכים ווארטן אויף דיר, זיי ווילן זען דיין זמירות שבת.


גרייט אן די לעכט, ברען אפ די קנויטן און זיי זיך מתבודד, בעט פאר דיינע קינדער. בעט דעם אייבערשטן פאר הייליגע דורות, זיי זאלן שיינען אין תורה. בלייב אין שטוב ווען דיין ווייב צינדט לעכט, לויף נישט ארויס, גיי אין מקוה פרי, ביים לעכט צינדן זאלסטו זיצן מיט א סידור זאגן שיר השירים. בוי דיין שטוב געזונט, מיט יראת שמים. מאך נישט נאך די פליטעס וואס דערמאנען זיך ביים זמן אז מען דארף גיין אין מקוה און זיך אפבאדן לכבוד שבת, בוי דיין שטוב ריכטיג.


מיר זאגן סליחות ביינאכט ביי חצות מיט די בגדי שבת.


א פרייליכן שבת, א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#175 - מכבד זיין שבת מיט'ן זיך אנטון ביי די סעודה מיט כבוד
חיזוק פאר פרויען, שבת קודש, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


לכבוד אייער געבורטס טאג נעמט זיך פאר צו מכבד זיין שבת, נעמט זיך פאר די שיינע גוטע מנהג צו עסן די שבת סעודות אנגעטון די קאפ, אזוי ווי מען גייט ביי א שמחה וכדומה, נישט מיט א פשוט'ע צודעק וכו'.


פרייטאג צו נאכטס עסן טאקע מערסטנס אנגעטון בדרך כבוד, אבער ביי די בייטאג סעודה טוט מען זיך נישט אן בדרך כבוד; זאלט איר זיך מקבל זיין צו עסן די שבת סעודות, סיי ביינאכט און סיי בייטאג – אנגעטון.


דאס איז גאר א חשוב'ע זאך, ווייל דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת יתרו, פח:), דורך די סעודת שבת פון בייטאג: "אשתמודעון ישראל דאינון בני מלכא", זעט מען אז די אידן זענען דעם אייבערשטנ'ס קינדער, "דאינון מהיכלא דמלכא", אז אידן זענען ביים אייבערשטן אין זיין פאלאץ וכו'.

#174 - בעט איבער דיין ווייב היינט ערב שבת
שמחה, שלום בית, שבת קודש, תשובה, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ראה, מברכים אלול, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם שבת בענטשט מען ראש חודש אלול. עס כאפט א פחד און א ציטער, מען גייט אונז אלע משפט'ן אויף דעם קומענדיגן יאר, 'מי יחיה' ווער וועט לעבן, און אזוי ווייטער; וואס ווייסט א מענטש וואס גייט זיין מיט אים מארגן? מוהרא"ש ברענגט די ווערטער פון די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (תנחומא שמיני, ב): "אֵין הַשִּׂמְחָה מַמְתֶּנֶת לָאָדָם, לֹא כָּל מִי שֶׁשָּׂמֵחַ הַיּוֹם שָׂמֵחַ לְמָחָר", מוהרא"ש בעט זיך ביי אונז, זיי פרייליך, שטופ עס נישט אפ אויף מארגן, וואס ווייסטו וואס מארגן וועט זיין? זיי פרייליך היינט, און אז עס איז דיר שווער, עס גייט אריבער אויף דיר שוועריקייטן - דארף מען נאכאלץ זיין פרייליך, וועסטו פרעגן פרייליך מיט וואס? פרייליך מיט וואס גייט זיין, גלייב אז עס וועט זיין גוט, און מיט דעם זאלסטו אויסבארגן שמחה. אזוי ווי די מעשה גייט, עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד רבי אהרן קיבליטשער זכרונו לברכה; ער איז געווען זייער א פרייליכער איד'ל, שטענדיג איז ער ארום געגאנגען מיט א שמייכל, אפילו ער איז געווען אן עני ואביון. ווען זיין ווייב פלעגט אים פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו פרייליך, האסט דאך גארנישט?" האט ער איר געענטפערט: "דו גלייבסט דאך אז עס וועט נאך זיין גוט, נו, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט"; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון איינער וואס גייט שטענדיג ארום מיט א שמייכל און ער דערהאלט זיך.


בעט איבער דיין ווייב היינט ערב שבת, טרייב ארויס דעם סמ"ך מ"ם פון שטוב. אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (תיקון כא, דף נז.): "אִם הוּא עָצִיב בְּחוֹלָא" אויב איז מען א גאנצע וואך טרויעריג, "דִּיְהֵא חָדֵי בְּשַׁבַּתָּא" דארף מען שבת זיין פרייליך, "וְאִם אִית לֵיהּ קְטָטָה בְחוֹלָא" און אויב מען האט זיך געקריגט דורכאויס די וואך, "עִם בַּר נַשׁ" מיט א צווייטן, "אוֹ עִם אִתְּתֵיהּ" אדער מיט די ווייב, "דִּיְהֵא לֵיהּ שְׁלָמָא עִמָּהּ בְּשַׁבַּתָּא" דארף מען זיך שבת איבערבעטן און לעבן בשלום, "וּבְדָא לֵית רְשׁוּ לְקָרְבָא לְסַם הַמָּוֶת חֲלָלָה, וּלְבַעֲלָהּ דְּאִיהוּ אֵל אַחֵר חִלּוּל שַׁבָּת" ווייל אז מען איז שבת בשלום און מען איז פרייליך שבת, קענען די קליפות נישט האבן קיין שליטה אויפן מענטש, "וּבְגִין דָּא אָמְרוּ קַדְמָאֵי, 'אִם יִשְׂרָאֵל הֲווֹ מְקַיְּימִין שַׁבָּת אַחַת כְּהִלְכָתָהּ, מִיָּד הֲווֹ נִגְאָלִין'" דעריבער זאגן די הייליגע חכמים, אויב אידן היטן אפ שבת אזוי ווי עס דארף צו זיין, מען איז פרייליך און מען קריגט זיך נישט - ווערט מען אויסגעלייזט.


א גוט שבת.



 

#173 - נעם נישט יעצט בחורים צו סעודות
חינוך הילדים, שבת קודש, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


בנוגע נעמען בחורים צו סעודות; מען דארף אכטונג געבן ווען מען האט טעכטער נישט צו נעמען בחורים אין שטוב. אויך יעצט זומער ווען די בחורים האבן פיינע סעודות אין שול – איז בכלל נישט קיין ענין צו נעמען בחורים, עס איז בעסער נישט צו נעמען, אז זיי זאלן עסן אינאיינעם אין ישיבה, מכמה טעמים.


נאך א וויכטיגע זאך, מאך פרייליכע שבת'דיגע סעודות. די קינדער ווילן גארנישט, קינדער דארפן גארנישט, נאר איין זאך, א פרייליכע טאטע, א רואיגע טאטע, א טאטע וואס רעדט מיט דרך ארץ צו די מאמע און א מאמע וואס רעדט מיט עהרע צום טאטן, אויב איז דאס דא אין שטוב – איז אלעס דא, און אז דאס פעלט – וועלן די קינדער אנטלויפן חס ושלום.


תפילה און נאכאמאל תפילה, און נאר תפילה – איז די עצה פאר שמחה און ישוב הדעת, און געדולד צו די קינדער...

#172 - זיך מוסר נפש זיין צו מאכן פרייליכע סעודות שבת
שמחה, חינוך הילדים, אמונה, שלום בית, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שריי נישט אין שטוב, שריי נישט אויף דיין ווייב; אז מען שרייט אויף די ווייב, מען כעס'ט זיך - טרייבט מען ארויס די שכינה פון שטוב. א ברסלב'ער חסיד דארף רעדן שיין צו די ווייב, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג), אז מען דארף רחמנות האבן אויף די ווייב, מען דארף רעדן שיין צו איר און איר האלטן טייער.


זיכער ווען עס קומט שבת דארף מען זיך זייער אכטונג געבן צו רעדן שיין, ערב שבת דארף מען מער זיין פארזיכטיג נישט צו מאכן קיין לחץ אין שטוב, דער הייליגער חיד"א שרייבט אין ספר עבודת הקודש (מורה באצבע סימן ד, אות קמ), אז ערב שבת קומט דער שטן אין יעדע שטוב און ער ווארט נאר אז עס זאל אויסברעכן א מחלוקת צווישן מאן און ווייב, ער האט זייער מורא ווען מאן און ווייב פארטראגן זיך, בעיקר שבת קודש, ווייל ווען די מאן און ווייב פארטראגן זיך און לעבן צוזאמען באהבה ושלום, דעמאלט האט ער נישט קיין שום שליטה אויף זיי, ער ווערט ארויס געטריבן פון אזא סארט שטוב.


א גאנץ שבת זאלסטו נאר טאנצן און זיין זייער פרייליך, דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון זיין פרייליך שבת. איינמאל פרייטאג צו נאכטס איז רבי נתן געווען ביים רבי'ן, דער רבי האט אים געפרעגט: "הַאַתָּה שָׂמֵחַ בְּשַׁבָּת", ביסט פרייליך שבת? האט רבי נתן געענטפערט: "איך ווער אסאך מאל זייער ערנסט", האט אים דער רבי געזאגט: "לֹא כָּךְ הוּא, הָעִקָּר הוּא שִׂמְחָה", שבת דארף מען זיין נאר פרייליך. דעמאלט האט דער רבי געזאגט די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", שבת דארף מען זיין זייער פרייליך און גוטמוטיג, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און זייער טייער, עיין שם.


מאך פרייליכע סעודות, דיינע קינדער וועלן דאס געדענקען זייער גאנץ לעבן, און אויב חס ושלום דו וועסט שרייען ביי די סעודות וועלן דיינע קינדער ווערן צעקלאפטע נפשות. זאלסט זיך מוסר נפש זיין צו מאכן פרייליכע סעודות, ווייל די סעודות שבת זענען זייער הייליג. דער הייליגער זוהר זאגט (יתרו, פד.): "רַבִּי אַבָּא כַּד הֲוָה יָתִיב בִּסְעוּדָתָא דְשַׁבְּתָא הֲוָה חָדֵּי בְכָל חַד וְחַד", רבי אבא ווען ער איז געזיצן ביי די שבת'דיגע סעודה איז ער געווען זייער פרייליך; קוק אריין די שטיקל זוהר וואס מען פירט זיך צו זאגן ביי די סעודה, וואו עס ווערט דערציילט דאס גרויסקייט פון די דריי סעודות שבת, ווי אזוי די הייליגע צדיקים פלעגן עסן די שבת'דיגע סעודות; זיי זענען געזיצן ביי די סעודות מיט א מורא'דיגע פרייד, ווייל די סעודות שבת איז משפיע אמונה פאר זיך, פאר די שטוב און פאר די קינדער.


היינט איז דער יארצייט פון הייליגן בעלזער רב זכותו יגן עלינו, מיר דארפן זוכן ביי די צדיקים מיט וואס מיר קענען זיי נאכמאכן, מיט וואס מיר קענען זיך לערנען פון זייערע הייליגע וועגן. דער הייליגער בעלזא רב זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געזיצן שבעה נאך זיין ברודער דער בילגורייער רב זכרונו לברכה איז געווען ביי אים איינער פון די גרויסע רבי'ס, נאכן זאגן דעם נוסח "המקום ינחם אתכם" וכו', האט ער צוגעלייגט: "מען זאל נישט וויסן פון קיין צער", דער הייליגער בעלזא רב איז געווארן זייער צעקאכט און זיך אנגערופן: "צער?! דער אייבערשטער האט מיר נאך קיינמאל נישט מצער געווען"; ער האט דאס איבערגעזאגט אפאר מאל: "צער?! דער אייבערשטער מאכט נישט קיין צער".


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#171 - שווייג און שווייג, זיך אפרוען און שווייגן
שלום בית, התחזקות, שבת קודש, בזיונות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת פנחס, מברכין אב, כ"ב תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז מען שרייט אויף דיר - שווייג, און אז עס איז אין שטוב - זאלסטו זיכער אפשווייגן, און אז דיין ווייב רעדט צו דיר נישט שיין - זאלסטו דאס נעמען פאר כפרת עוונות; וואלסטו געוואוסט וואס מען קומט אפ מיט דעם וואס די ווייב רעדט שטעכעדיג, מיט זלזול; וויפיל עונשים קשים ומרים מען נעמט אראפ - וואלסטו דאס אנגענומען מיט ליבשאפט.


איך בעט דיר מיין ליבער טייערער קינד, שווייג און שווייג, און ווען דו האסט מער נישט כח, דו שפירסט אז דו קענסט מער נישט, אלעס האט א שיעור - זאלסטו שווייגן, נעם עס אן באהבה, דאס וועט אראפנעמען פון דיר אלע ראסט און שמוץ. ווייל ווען מען זינדיגט, מען קוקט איין שלעכטע קוק, מען האט איין שלעכטע מחשבה...


מוהרא"ש זאגט אז דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אונז מגלה געווען א סוד, ווער עס איז פוגם במחשבה - ליידט פון די קינדער, ווער עס איז פוגם בדיבור - ליידט פון די ווייב, און ווער עס איז פוגם במעשה - ליידט פון מענטשן. מוהרא"ש איז מסביר די ווערטער, אז מען היט נישט דעם דיבור, מען ענטפערט צוריק - דעמאלט ליידט מען אין שטוב, ווייל מען טאר נישט ענטפערן אין שטוב, מען טאר נישט אויפווייזן אז זי איז נישט גערעכט. דאס איז וואס די הייליגע חכמים זאגן (חולין פט.): "אמר רבי אילעא, אין העולם מתקיים אלא בשביל מי שבולם את עצמו בשעת מריבה", די וועלט שטייט נאר אויב מען האלט איין דעם דיבור ביי א קריגעריי, מען ענטפערט נישט צוריק, און אויב מען ענטפערט, מען טוט וויי - פאלט איין די וועלט.


יעצט קומט שבת, וויל איך דיר בעטן זאלסט זיך בארעכענען און זיך שוין אויפהערן קריגן, און אז דיין ווייב איז די וואס הויבט אן קריגן, זי הויבט אן פארשעמען - זאלסטו חס ושלום ענטפערן, איך בעט דיר שווייג און שווייג, און ווען דו האסט מער נישט קיין כח - זאלסטו זיך אפרוען און שווייגן, און אז זי שרייט - זאלסטו זיך פארשטעלן ווי דו ביסט ביים בית דין של מעלה און מען איז דיך דן אויף דיינע מעשים און די בזיונות נעמט אלעס אוועק.


איך בין אין שטעטל זומער, איך בין זיך מחי'; א ריינע פלאץ, א פרייליכע פלאץ, אינדערפרי לערנען איך דעם בלאט גמרא מיט אינגעלייט, און ביינאכט זיץ איך מיט די בחורים און מיר רעדן פון רבי'ן.


א גוט שבת.

#170 - איך וויל אזוי שטארק ליב האבן שבת
תפילות אויף אידיש, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ...


בנוגע וואס איר זאגט אז שבת איז אייך נישט קיין פרייליכע צייט, איר ווערט לאנגווייליג (באורד), איר בעט א תפילה אויף דעם; דא האט איר א תפילה:


"הייליגער באשעפער איך דאנק דיך פאר אלע חסדים, פאר אלעס גוטס וואס דו טוסט מיט מיר, פאר מיין מאן און קינדער, אלעס איז מיר אזוי גוט, אלעס איז אזוי זיס, איין זאך איז מיר שווער, ווען עס קומט שבת ווער איך נישט פרייליך, איך ווארט שבת זאל אריבערגיין, על כן באתי, דעריבער קום איך צו דיר, העלף מיר, איך וויל ליב האבן שבת, איך וויל זיין פרייליך שבת; וואס איז מיט מיר? ווי קען זיין אזוינס? שבת איז דאך אזא הייליגע טאג, שבת איז דאך הייליג, שבת איז שיין, שבת איז פיין, שבת איז ריין. איך וויל דיך ליב האבן אייבערשטער, איך וויל אזוי שטארק ליב האבן שבת, איך זאל שוין אפווארטן שבת פון פרייטאג נאכמיטאג, זיין אנגעטון שבת'דיג, צינדן לעכט אביסל פריער, און זיך נישט יאגן מוצאי שבת אוועק צו גיין פון שבת.


הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל ליב האבן צו זיין א איד, ליב האבן יעדע אידישע מנהג, יעדע אידישע קלייד, יעדע אידישע עסן, און אזוי ווייטער".

#169 - חילול שבת איז זייער שרעקעדיג
שבת קודש, רייכערן, וועיפן

 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער ...


איך בעט דיר זייער, היט שבת, וועיפ נישט שבת. אז מען היט שבת איז אזוי ווי מען היט די גאנצע תורה (ירושלמי נדרים ג, ט), און אויך פארקערט חס ושלום, אויב מען היט נישט שבת איז ככופר בכל התורה כולה (חולין ה.).


די לעקטעריק צוגארעטל איז אזוי ציענדיג, און אז מען געוואוינט זיך צו צו דעם – קען מען נישט אן דעם, און עס קען פאסירן אז מען זאל פארשוועכן דעם שבת; איז שוין כדאי זאלסט אינגאנצן אויפהערן רייכערן די צוגארעטל און די לעקטעריק צוגארעטל, ווייל חילול שבת איז זייער זייער שרעקעדיג.


טייערער ליבער ... נרו יאיר, שטארק זיך, הויב אן פונדאסניי, היט שבת, אזוי וועט דער שבת היטן אויף דיר, דו וועסט זיין אפגעהיטן פון אלעס שלעכטס. אויב דער צוגארעטל איז אזוי ציענדיג – זאלסטו דאס אינגאנצן אוועק ווארפן.


מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום איינגעטיילט לויט די טעג פון די פרשה, און מאך זיך א קביעות צו לערנען בכל יום אפאר פרקים משניות און גמרא.


אז דו וועסט זיך שטארקן אין די זאכן וועסטו שוין טרעפן דיין שידוך.


 

#168 - נישט לויפן מיט שרעק און פאניק
שבת קודש, מלחמה, דף גמרא, חודש תמוז

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכין תמוז, כ"ד סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט הויבן מיר אן מסכת עבודה זרה, איך וויל דיר בעטן זאלסט אנהויבן די מסכתא און לערנען יעדן טאג די בלאט גמרא. עס איז גאר אנדערש א טאג וואס מען לערנט תורה, עס איז גאר אנדערש; עס איז אן אנדערע טאטע, מען איז אן אנדערע מאן, אן אנדערע מענטש ביי די ארבעט, עס איז כרחוק מזרח צו מעריב; א טאג וואס מען לערנט גמרא, וואס מען זאגט גמרא - איז מען הייליג און נאנט צום אייבערשטן.


איך ווייס אז דו ווילסט נישט אנהויבן נאך א מסכתא ווייל דו האסט שוין אזויפיל מאל אנגעהויבן און עס האט נישט אנגעהאלטן, דו ביסט מיואש, דו ווילסט אפילו נישט פרובירן, אבער טייערער ברודער, וואס וועסטו דערלייגן? וואס קענסטו דערלייגן אז דו וועסט לערנען? וועסט דאך נאר פארדינען; וואלט איך געקומען צו דיר בעטן געלט צו אינוועסטירן קען זיין עס וועט פארלירן און עס קען זיין דו וועסט פארדינען, און אפילו עס וועט פארדינען - וואס וועט זיין מיט די רווחים? דאס וועט מען פון פריש אינוועסטירן, און ווער זאגט אז דעמאלט וועט עס מאכן רווחים... אבער ביי די הייליגע תורה, אז דו וועסט לערנען די הייליגע תורה - וועסטו נאר מרוויח זיין.


די וואך שבת בענטשט מען שוין ראש חודש תמוז, עס געבט א קיצל, מען האלט שוין דא, עס קומען שוין כמעט די הייליגע טעג, בעט איך דיר זייער זאלסט שבת זיין זייער פרייליך אז דו ביסט א איד. דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון זיין פרייליך שבת, איינמאל פרייטאג צו נאכטס איז רבי נתן געווען ביים רבי'ן, דער רבי האט אים געפרעגט: "ביסט פרייליך שבת?" האט רבי נתן געענטפערט: "איך ווער אסאך מאל זייער ערנסט", האט אים דער רבי געזאגט: "לֹא כָּךְ הוּא, הָעִקָּר הוּא שִׂמְחָה", שבת דארף מען זיין נאר פרייליך, און דעמאלט האט דער רבי געזאגט די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", שבת דארף מען זיין זייער פרייליך און גוטמוטיג, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און זייער טייער, עיין שם.


אויך וויל איך באזונדער שרייבן פאר מיינע טייערע ברידער אין ארץ ישראל, יעצט ביי די מלחמה מיט איראן. מען הערט אז אידישע קינדער זענען געשעדיגט געווארן פון די באמבעס, און בעיקר מיט די פחד מיט וואס מען לעבט שוין א גאנצע וואך, פון די שרעק פון די אלארעמס, און פון די קולות פון די באמבעס; וויל איך ענק בעטן, געבט אכטונג אויף ענקערע משפחות, געבט אכטונג אויף די קינדער, מאכט זיי פרייליך, מאכט ווערטלעך, און ווען ענק לויפן צו די בונקערס זאלן ענק חס ושלום נישט לויפן מיט שרעק און פאניק, ווייל דאס איז זייער שעדליך, עס קען בלייבן אויף די לעבן, ענק דארפן זינגען ניגוני אמונה, לעבעדיגע ניגונים. יעצט איז נישט קיין צייט פאר שטייטע ווארעמע ניגונים, מען דארף פרייליך מאכן די משפחה, די קינדער זאלן זיין רואיג.


א גוט שבת.

#167 - עצתו אמונה זאל זיין דיין שבת ספר
מקוה, חינוך הילדים, שבת קודש, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שטוב דארף זיין געבויט פון איין זייט שטרענג, און פון די אנדערע זייט פרייליך, מיין טאטע שליט"א פלעגט ביי די שבת סעודות מאכן גאר פרייליך, און אויך איז געווען א שטארקע דיסציפלין.


ביידע זענען גאר וויכטיג, פון איין זייט דארף מען זאגן פאר קינדער וואס צו טון, מען דארף זיי לערנען דרך ארץ, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סה): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף לערנען דרך ארץ פאר די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, מען דארף זיי לערנען וואס צו טון און וואס צו מאכן, און פארלאנגען זיי זאלן פאלגן, און פון די אנדערע זייט מוז דאס זיין באגאסן מיט שמחה, עס דארף זיין זייער זייער פרייליך. בפרט שבת קודש דארף זיין זייער פרייליך אין שטוב, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און טייער, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיךְ לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבָּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", מען טאר נישט זיין טרויעריג שבת און נישט זיין פארזארגט שבת, נאר פרייליך.


נעם דיינע קינדער אין מקוה ערב שבת. דאס איז חינוך, לערן זיי אויס ווי זיך צו פירן אין מקוה; נישט רעדן און נישט קוקן. לערן זיי אויס צו שטיין אויסגעדרייט צום וואנט מיט איידלקייט, לערן זיי אויס ווי זיך אויסצוטון און ווי אזוי זיך אנצוטון, וואס ערשט און וואס צווייט וכו'. קינדער זענען נישט קיין עפעלעך וואס וואקסן ארויס פון בוים, קינדער דארף מען אויסלערנען ווי אזוי זיך צו פירן, און אויך בעטן ביים אייבערשטן זיי זאלן אויסוואקסן ערליך.


נאך די סעודות שבת, ווען דו ביסט מיד און דו האסט נישט קיין כח, זאלסטו אוועק געבן צוויי דריי מינוט צו בענטשן מיט דיינע קינדער. געווענליך לויפן די קינדער ביים ענדע סעודה צו די שפילצייג, דארף מען זיי רופן צו בענטשן ברכת המזון, זיי אויסלערנען טון די מצוה.


אויך זאלסטו קומען שבת אינדערפרי אין שול דאווענען. עס איז נישט כדאי זיך איינגעוואוינען אויפשטיין שפעט וכו' און זוכן א שפעטע מנין. איך וויל זאלסט פירן דיין שטוב געזונט, די שבת סעודה מאכט מען נישט נאכמיטאג, די שבת סעודה מאכט מען פאר חצות, און דאס קען נאר זיין אז מען דאווענט אין צייט, און אז מען וויל זיך אביסל אפרוען קען מען זיך אפרוען נאכמיטאג; די נאכמיטאג איז אזוי לאנג, מען קען זיך סיי אפרוען און סיי אסאך לערנען, זאלסטו גיין דאווענען פרי און מאכן די סעודה פרי. פיר דיין שטוב געזונט, פיר דיין שטוב ריכטיג, מאך נישט נאך דעם און יענעם, קוק אין ספר עצתו אמונה און אזוי פיר דיין שטוב.


עצתו אמונה זאל זיין דיין שבת ספר, אויך אינדערוואכן זאלסטו דאס לערנען, אבער שבת זאלסטו דאס לערנען און וואו דו זעסט א תפילה, א געבעט - זאלסטו דאס מיט זאגן ווארט ביי ווארט. זאג די תפילות מיט געוויין, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט נעמען דיין שכל און פירן דיין שטוב מיט די עצות פון צדיקים.


א פרייליכן שבת.



 

#166 - מאך פרייליכע לעבעדיגע סעודות אינדערהיים
חינוך הילדים, שבת קודש, מאגאזינען, שבועות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פאריגע וואך בין איך געווען אין ירושלים, עס איז געווען א צאמקום אוועק צו שטעלן מוסדות אין ארץ הקודש, היכל הקודש על טהרת הקודש, מען האט געמאכט א שיינע סעודה אין ירושלים לכבוד פסח שני. ביי די סעודה איז געווען א פאנעל, מען האט געפרעגט שאלות און געענטפערט תשובות. איינע פון די שאלות האט מען געפרעגט: "וואס זאל א טאטע טון אז ער האט אנגעהויבן די פרייטאג צו נאכט'ס סעודה און איינער פון די קינדער האבן געווילדעוועט, און דער טאטע האט זיך פארלוירן און זיך אויפגערעגט, וואס טוט מען ווייטער ווען מען ווייסט אז מען טאר זיך נישט אויפרעגן, מען פארלירט אלעס אויב מען רעגט זיך אויף?"


מיר האבן גערעדט אז דאס איז דאך דעם רבינ'ס זאך, "פון יעצט"; אז דו ביסט אראפגעפאלן הייב זיך אויף און הויב אן "פון יעצט", אז מען האט זיך אויפגערעגט, מען איז געקומען צו כעס רחמנא לצלן - זאל מען גלייך תשובה טון און אנהויבן "פון יעצט", דאס איז די לימוד פון רבי'ן.


איך בעט דיר זייער זאלסט מאכן שיינע סעודות, זינג נישט ביי די סעודה קיין מרה שחורה ניגונים וכו', זינג פרייליכע ניגונים, זינג לעבעדיגע ניגונים, דיינע קינדער זאלן אויפוואקסן מיט א ליבשאפט צו שבת, זיי זאלן ווארטן אויף שבת, זיי זאלן זיך א גאנצע וואך בענקען צום שבת.


אויך זאלסטו איבערבעטן דיין ווייב, און הער שוין אויף צו זיין גערעכט, וויפיל איז די שיעור צו זיין גערעכט? וואס וועסטו טון מיט דעם אז דו ביסט גערעכט? מען קען עס נישט קעשן, מען קען גארנישט טון מיטן אויפווייזן טאג און נאכט 'איך בין גערעכט', 'איך בין געווען גערעכט', 'זעסט אז איך בין גערעכט'; שוין, גענוג געווען, יעצט הויב אן זיין פרייליך, בעט איבער און געב גוטע וועטער, ברענג אריין די שכינה הקדושה, מאך א פלאץ פארן אייבערשטן.


שבועות וועסטו אודאי זאגן פאר דיינע קינדער די תורה פארוואס דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה אויפן בארג סיני, ווייל די בארג האט זיך געהאלטן קליין, איז אנשטאט זאגן די תורה - זאל זיין 'הוא היה אומר', דו זאלסט ארויסשרייען די תורה, בייג זיך איין די קאפ און דער אייבערשטער וועט אויף דיר געבן די תורה, עס וועט זיין ביי דיר אני אשכון את דכא, איך רו ביי די וואס האלטן זיך קליין.


איך בעט דיר זייער, ברענג נישט אריין אין שטוב קיין שום ליין מאטריאל. וואלסטו געוואוסט ווי שעדליך דאס איז (די אידישע, די פרומע) - וואלסטו דאס פארברענט. ברענג אויף דיינע קינדער מיט יראת שמים, מיט תמימות, ריין פון ליצנות, דיין ליינען שבת זאל זיין נאר ווערטער פון א צדיק. מאך זיך א שיעור אין די בריוו פון מוהרא"ש אין ספר אשר בנחל, ספר עצתו אמונה - וואס איז די זעלבע ווערטער פון אשר בנחל.


אז מען רופט דיך שבת גיין דא גיין דארט - זאלסטו זיך ארויסדרייען, שבת זאלסטו בלייבן מיט דיין ווייב און קינדער, נישט גיין אין ערגעץ.


א פרייליכן שבת.

#165 - האלט דיינע קינדער מיט דיר
קדושה, חינוך הילדים, שלום בית, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - עש"ק פרשת אחרי קדושים, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס קומט די הייליגע שבת, זאלסטו איבערבעטן דיין ווייב, און פון היינט און ווייטער שיין רעדן צו איר, ווייל די שכינה הקודש רוט דארט וואו מען בעט זיך איבער, און וואו עס איז דא שלום, און אז די שכינה הקדושה איז דארט - איז שוין במילא דא אלע ברכות, און מאך שיינע סעודות שבת, זינג זמירות און רעד מיט דיינע קינדער, ווייל די דיבורים וואס מען רעדט שבת האט חן און עס טוט זייער אסאך אויף.


אויך זאלסטו זיי האלטן נעבן דיר ביים דאווענען, און ווי אזוי דו דאווענסט - וועלן זיי דאווענען, אז דער טאטע שמועסט ביים דאווענען און לאכט אפ פון ערליכקייט, וואס קען מען ערווארטן פון די קינדער... חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:), ווער עס האט ליב ערליכע אידן וועט האבן ערליכע קינדער, ווייל קינדער כאפן אויף ביים טאטן וואס ער האט ליב.


א גאנצע וואך האלטן די מלמדים דיינע קינדער, יעצט זומער דארפסטו זיין דער מלמד פון דיינע קינדער ביי די לאנגע פרייטאג נאכמיטאגס און לאנגע שבת נאכמיטאגס. וויסן זאלסטו, די אלע פרייע צייטן ווי שבת נאכמיטאג און פרייטאג נאכמיטאג, איז א צייט וואס קינדער קענען ווערן געשעדיגט פון מנוולים; מען האט מיר דערציילט אזויפיל מעשיות ווי מען איז געפאלן א קרבן פאר א מנוול און ווי דער לעבן איז קאליע געווארן רחמנא לצלן, און אלעס האט זיך אנגעהויבן פרייטאגס און שבתים.


ובכן בעט איך דיר האלט דיינע קינדער מיט דיר, אז דו לייגסט זיך אראפ שלאפן שבת זאלסטו זיי אויך אראפלייגן שלאפן, נישט לאזן גיין ליידיג, און אפילו זיי בלייבן אין שטוב - איז אויך נישט לכתחילה, ווייל גיין ליידיג איז א סכנה, אפילו ביי געשוויסטער וד"ל.


אזוי אויך זאלסטו רעדן מפעם לפעם מיט דיינע קינדער, זיי נאכאמאל דערמאנען אז קיינער קען זיי נישט אנרירן, און אז איינער רירט אן - זאלן זיי נישט מורא האבן צו דערציילן, זיי זאלן קומען דערציילן, און אויך זאלסטו זיי אויסלערנען נישט אנצורירן אות ברית קודש, און ווען דו וואשט דאס קינד און ווען דאס קינד גייט אין בית הכסא - זאלסטו אים מפעם לפעם דערמאנען זיך צו פירן בקדושה ובטהרה.


א פרייליכן שבת.

#164 - עס איז נישט שווער צו לערנען יעדן טאג גמרא
שמחה, שבת קודש, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת תזריע מצורע, ד' אייר, י"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת זאלסטו זיין פרייליך און חס ושלום נישט זיין בעצבות ומרה שחורה, דער אייבערשטער האט פיינט דער וואס איז בעצבות ומרה שחורה, בפרט שבת קודש דארף מען זיין נאר פרייליך, זינגען און טאנצן און פאטשן.


אמאל ווען רבי נתן איז געקומען צום רבי'ן און דער רבי האט אים געפרעגט: "ביסטו פרייליך שבת?" האט רבי נתן געזאגט: "צומאל בין איך פרום"; האט אים דער רבי געזאגט: "ניין, שבת דארף מען זיין נאר פרייליך".


דעמאלט האט דער רבי געזאגט די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און טייער, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיךְ לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבָּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", מען טאר נישט זיין טרויעריג שבת און נישט זיין פארזארגט שבת, נאר פרייליך.


היינט ענדיגט מען מסכת מכות און מארגן שבת קודש הויבן מיר אן מסכת שבועות. הייב אן מסכת שבועות, כאפ זיך מיט מיטן באן, מיט אלע וואס לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, וועסטו זוכה זיין צו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס. גמרא היט אפ פון שלעכטס, גמרא איז די ראשי תיבות פון די פיר מלאכים פון די מרכבה עליונה: מיכאל, גבריאל, רפאל און אוריאל; אז מען לערנט גמרא ציט מען צו זיך די פיר מלאכים, מען האט א שמירה עליונה.


איך האב זוכה געווען צו עסן אמאל א סעודה אין יבנאל ביי מוהרא"ש, און דארט איז געקומען נאך א גאסט, און ביי די סעודה שבת אינדערפרי פרעגט מוהרא"ש יענעם גאסט אויב ער האט געלערנט דעם בלאט גמרא, און מוהרא"ש זאגט אים מיט א געבעט, מיט רחמנות: "פארוואס האסטו אפגעלאזט די סדר דרך הלימוד? דערמאן זיך די צייטן וואס דו האסט יארן צוריק געלערנט אין ישיבת היכל הקודש, ווי זיס עס איז דיר דעמאלט געווען, פארוואס זאלסטו נישט צוריק ארויפקומען אויפן באן, רכבת היכל הקודש?"


איך האב דעמאלט געזען און פארשטאנען אז ביי מוהרא"ש איז די בלאט גמרא אזא הייליגע זאך, אזא וויכטיגע זאך, עס איז אים געגאנגען בנפשו אז יעדער איד זאל לערנען די הייליגע תורה.


עס איז נישט שווער צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, היינט איז דא גמרות מיט שיינע נקודות, הערליך אויסגעשטעלט, מען דארף נאר מחליט זיין אז מען הויבט אן לערנען, און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו לערנען תורה.


א פרייליכן שבת.

#163 - קליינע קינדער צו טון מלאכות שבת?
שבת קודש, הלכה, חלומות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני, כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע די שרעקעדיגע חלום וכו'; געבט צדקה און בעטס דעם אייבערשטן עס זאל גארנישט שלעכטס פאסירן מיטן קינד.


בנוגע וואס מען טוט ביי אייער שווער'ס הויז, מען נעמט קליינע קינדער צו טון מלאכות שבת, איר ווילט וויסן אויב ביי אייך אין שטוב קענט איר דאס טון; עס איז א קלארע הלכה אז מען טאר נישט טון קיין מלאכות שבת דורך א קינד און מען טאר נישט הנאה האבן פון א מלאכה וואס א קינד מאכט שבת, נאר אויב די קינד מאכט עס פאר זיך אליין און נאר ווען עס איז א גרויסע צורך און אויך נאר אויב דאס קינד איז אונטער דריי יאר קען מען מקיל זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#162 - לויף נישט ארום שבתים עסן ביי דעם און ביי יענעם
צניעות, שבת קודש, נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


לויף נישט ארום שבתים עסן ביי דעם און ביי יענעם, די בעסטע פלאץ פאר א פארפאלק צו זיין שבת - איז אין שטוב מיט די ווייב, די אלע וואס לויפן ארום וכו', איז די ענדע זייער שלעכט, מען ענדיגט אין גיהנום השם ישמרינו.


אזוי אויך יעצט ווען מען האט געריקט די זייגער, זאלסטו נישט מאכן קיין שלש סעודות ביי דיר אין שטוב מיט דיינע חברים. גיי אין שול; אז דו ווילסט קענסטו שמועסן אין שול מיט חברים, אבער ביי דיר אין שטוב נעם נישט אריין קיינעם נישט. איך האב שווער געארבעט פאר דיין שידוך, איך וויל דיין שטוב זאל בלייבן גאנץ.


זיי שטארק, דו און דיין ווייב - זיך אפצוגיסן יעדן אינדערפרי ביים בעט נעגל וואסער, ווייל אויב מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער קומען די שדים און רוחות און מאכן זיך באקוועם אין שטוב און זיי שטערן דאס לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#161 - ווי אזוי וואשט מען נעגל וואסער?
שבת קודש, נעגל וואסער, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


נטילת ידים - נעגל וואסער - וואשט מען דריי מאל יעדע האנט בסירוגין, איין מאל די רעכטע און נאכדעם די לינקע, און נאכמאל די רעכטע און נאכדעם די לינקע, און נאכאמאל די רעכטע האנט און די לינקע, און אפילו מען וועט גיסן אויף איין מאל די רעכטע האנט זייער אסאך וואסער און נאכדעם אויף די לינקע - וועט די רוח רעה נישט אוועק גיין, עס העלפט נישט גיסן אויף איינמאל אסאך וואסער, מען קען אראפנעמען די רוח טומאה נאר בסירוגין.


אויך איז דא וואס לייגן צו א פערטע מאל אויף ביידע הענט, אבער דאס איז שוין נאר א מנהג, און אויך איז דא וואס וואשן קודם דריי מאל יעדע האנט בסירוגין און נאכדעם וואשט מען נאכאמאל דריי מאל די רעכטע האנט און דריי מאל די לינקע האנט נישט בסירוגין.


רעדט צו די תלמידות פון נעגל וואסער, ווייל ווי פריער מען לייגט עס אריין אין זיי - וועלן זיי דאס טון זייער גאנץ לעבן.


שבת שארט מען נישט קיין שניי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.