בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
וואס וואלטן מיר געטון אנעם רבי'ן? אן די עצה פון התבודדות? דאס וואס דער רבי האט געזאגט פאר מוהרנ"ת ביים שפאצירן מיט אים, ווען מוהרנ"ת האט זיך אויסגעגאסן זיין הארץ ווי שטארק ער וויל זיין אן ערליכער איד, האט אים דער רבי ארומגענומען אויף זיין אקסל און אים געזאגט: "עס איז גוט דאס אלעס צו דערציילן דעם אייבערשטן", דער רבי האט אים געזאגט ער זאל זיך צוגעוואוינען צו שמועסן מיטן אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד, מוהרנ"ת האט שפעטער דערציילט אז ער האט דעמאלט געשפירט ווי ער איז שוין א געהאלפענער, מיט די עצה וועט ער יא מצליח זיין.
טייערער ליבער ברודער, מיר דארפן זיך זייער פרייען אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן, און אז מיר האבן אזעלכע זיסע עצות ווי אזוי זיך מחזק צו זיין.
שטארק זיך צו לערנען ששה סדרי משנה, תיקונים און ספר ליקוטי מוהר"ן; זיי זיך משתדל דאס צו ענדיגן יעדן חודש.