בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
טייערער ... נרו יאיר
איך הער זייער גוטע גריסן פון דיין התמדת התורה, ווי דו לערנסט פלייסיג, און פון דיין יראת שמים און עבודת השם; איך האף צום אייבערשטן צו זיין דיין שדכן בקרוב.
נעם זיך פאר נישט צו רעדן ביים דאווענען, זאל זיין וואס זאל זיין; אויב איז עס גאר וויכטיג זאלסטו ארויסגיין פון שול, ווייל אין שול טאר מען נישט רעדן, עס איז זייער הארב צו רעדן ביים דאווענען אין שול, דער הייליגער זוהר שרייבט זייער שארף אויב מען רעדט אין שול (פרשת תרומה, דף קלא ע"ב), און אזוי אויך פארקערט, מדה טובה מרובה, די ישועות און הצלחה קומט זייער שנעל פאר דעם וואס איז מכבד בית השם.
איך האב דיך זייער ליב.