בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, צפת
וואס מאכסטו טייערער ...? שוין לאנג נישט געהערט פון דיר? ווי גייט דיר עבודת השם? ווי גייט דיר דיינע שיעורים כסדרן? ווי גייט דיר דיין לעבן?
שטארק זיך, די שווערע טעג וועלן אריבערגיין, עס וועט נישט בלייבן שווער, עס וועט נישט בלייבן טונקל; מוהרא"ש זאגט אויפן פסוק (בראשית א, ה): "וַיְהִי עֶרֶב וַיְהִי בֹקֶר", ערשט איז פינסטער, אבער נאכדעם ווערט טאג, עס ווערט ליכטיג.
עס וועט אריבערגיין די שווערע טעג. מוהרא"ש זאגט, שלמה המלך האט געהאט א רינגל, אויפן רינגל איז געווען אויסגעקריצט די דריי אותיות ג' ז' י', ער פלעגט קוקן אויפן רינגל און געבן א שמייכל, די באדינער האבן אים געפרעגט וואס די אותיות מיינען, האט שלמה המלך זיי ערקלערט: "ווען עס גייט אריבער אויף מיר שווערע מינוטן קוק איך אויף מיין רינגל, אויף די אותיות גז"י, דאס איז די ראשי תיבות ג'ם ז'ה י'עבור - דאס וועט אויך אריבערגיין, יעצט זעט טאקע אויס ווי עס איז עק וועלט, אבער איך גלייב אז עס וועט אריבערגיין".
שרייב מיר - וועסטו מיך מחי' זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.