בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שטארקט אייך מיט אלע כוחות, וועט איר איבערקומען אלע שוועריקייטן
חיזוק פאר פרויען, התחזקות, כוחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


דער אייבערשטער זאל אים גיך אויסהיילן און איר זאלט באקומען הימלישע כוחות צו קענען אנגיין מיט די שטוב ארבעט.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אלע כוחות; איר האט שוין אסאך שווערע מצבים איבערגעטראגן, יעצט איז נישט קיין צייט פון אויפהייבן הענט, יעצט דארף מען זיין א העלד. מען דארף אנגיין מיט די שטוב ארבעט, מען טאר נישט קרעכצן.


איך האב געהאט א חשוב'ע באבע עליה השלום, זי איז געווען א העלדישע פרוי, זי האט איבערגעלעבט די קריג נאר ווייל זי האט געוואלט. זי פלעגט אונז זאגן יעדע מאל מיר זענען איר געקומען באזוכן: "איר ווייסט פארוואס איך האב איבערגעלעבט דעם קריג? נאר ווייל איך האב געוואלט לעבן; אלע זענען אומגעקומען און איך לעב, ווייל איך האב געוואלט לעבן"; זי איז געווען זייער שוואך די לעצטע יארן, אבער זי פלעגט אלץ ווייזן א פויסט און זאגן: "איך האב אזויפיל כח".


מאכטס א פויסט - א סימן פון שטארקייט און זייטס א העלדישע מאמע; ווערטס נישט פארלוירן, דער אייבערשטער וועט העלפן איר וועט זיין געזונט, אייער מאן און קינדער - אלע וועלן זיין געזונט.