בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שטארקט אייך מיט די הייליגע ארבעט צו מתרגם זיין די בריוו
זיכוי הרבים, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


יישר כח מרת ... תחי'


נישטא קיין ווערטער ארויסצוברענגען אייער זכות מיט'ן מתרגם זיין די בריוון.


איר מאכט ליכטיג פאר אידישע קינדער; ווער עס ליינט די בריוו – ווערט אים ליכטיג אין לעבן.


שטארקט אייך מיט די הייליגע ארבעט; אין דעם זכות זאלט איר זען נאר נחת ביי אייערע קינדער און אייניקלעך.