בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ויקרא, כ"ו אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן פון מחלוקת בכלל, און בפרט ביי אונז אין בית המדרש תלמידי היכל הקודש.
וויסן זאלסטו אז דער ס"מ וויל אונז אויסרייסן פון דער וועלט און פון יענע וועלט; ער קען נישט ליידן אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן, דערפאר זוכט ער נאר ווי ער קען מאכן א פירוד צווישן אנשי שלומינו.
מיש דיר נישט אין זאכן וואס האבן נישט מיט דיר; אז מען וועט דיר צו שיקן צום עמוד זאלסטו אודאי צו גיין און דאווענען שיין וכו', אבער שטופ דיר נישט וואו מען דארף דיר נישט. געדענק וואס די הייליגע חכמים האבן געזאגט פאר אלכסנדר מוקדן (תמיד לב.) ווען ער האט געפרעגט וואס זאל א מענטש טון ער זאל האבן א שיינע לעבן, האבן זיי אים געזאגט: "יָמִית עַצְמוֹ", ער זאל זיך נישט גרויסן, און "יַסְנֵי מַלְכֵי וְשֻׁלְטָן", ער זאל שטיין ווייט פון געוועלטיגן; ווייל דער וואס שטופט זיך וכו' דער ווערט נאכדעם אוועק געשטופט.
מוהרא"ש פלעגט חזר'ן וואס דער צדיק רבי אליעזר מקאמארנא זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן בשם זיין מאמע: "אז מען זיצט אונטער די מזוזה, ווערט מען נישט מבוזה"; דאס זעלבע זאג איך דיר: "זיץ אין דער זייט און זוך נאר ווי דו קענסט צוגעבן פארן שול". דאס וואס איך האב דיר געזאגט אז דו זאלסט רעדן ביי סיפורי מעשיות און ביי שלש סעודות, ווייל איך האב פארשטאנען אז דו ביסט גבאי וכו', אבער יעצט אז דו זאגסט מיר אז עס איז דא א גבאי אין בית המדרש זאלסטו זען צו זיין א חלק פון די חבורה און נישט שטערן.
אז מיר וועלן זיך האלטן צוזאמען מיט ליבשאפט וועלן מיר זוכה זיין צו די גאולה שלימה, אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש (זוהר חדש נח, דף כג) אז משיח וועט קומען בזכות איין שול וואו מען וועט זיך האלטן בשלום; דו ווייסט דאך וואס דער הייליגער אריז"ל האט געזאגט פאר זיין גרויסער תלמיד ר' חיים ויטאל זכרונו לברכה (ספר שבחי האר"י ז"ל) אז עס איז שוין געווען די צייט משיח זאל קומען, נאר אלעס האט זיך אפגעהאלטן ווייל עס איז געווארן א מחלוקת צווישן די ווייבער פון די תלמידים, און אויך האט דאס גורם געווען אז דער אריז"ל איז נאכדעם נפטר געווארן; דערפאר דארפן מיר אכטונג געבן זייער שטארק אז מען זאל זיך נישט קריגן, אזוי וועלן מיר ברענגען די גאולה.
מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל נישט ווערן אפגעקילט פון הייליגן רבי'ן, ווייל דער ס"מ טוט אלעס אויף דער וועלט אז דער מענטש זאל זיך אפקילן פון רבי'ן, אזוי ווי עס איז געווען מיט ר' ליפא דעם רבינ'ס תלמיד. ער איז געווען א גרויסער סוחר, און דער הייליגער רבי האט אים אמאל מרמז געווען וואס שטייט אין תיקוני זוהר (תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן און שפעטער הרג'עט דאס דעם מענטש; מיט דעם האט אים דער רבי געוואלט מרמז זיין אז נישט אלעס איז געלט וכו'. אבער ר' ליפא האט זיך באליידיגט פון דעם און ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און מער נישט געקומען. יארן שפעטער האט אים ר' נתן געטראפן און ער האט אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן, עמנו הייתם?" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, האט אים ר' נתן געזאגט: "ליפא! פון אזא רבי'ן גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן וועל איך אויך נישט אוועק גיין"; דאס איז געווען ר' נתן. ער איז געווען צוגעבינדן צום רבי'ן מיט א מורא'דיגע שטארקייט, 'אפילו דער רבי אליין זאל מיר וועלן אוועק טרייבן, וועל איך נישט איבער לאזן אזא רבי'.
מוהרא"ש האט מיר געשריבן א בריוו יארן צוריק איך זאל מתפלל זיין יעדן טאג אז איך זאל נישט קריגן אויף מוהרא"ש; דאס טו איך יעדן טאג. איך בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אז איך זאל געדענקען ווי אזוי איך האב אויסגעזען פאר איך האב געטראפן מוהרא"ש, אזוי ווי דער רבי שרייבט אינעם בריוו פאר אנשי שלומינו, "דערמאנט אייך איטליכער ווי איך האב אייך געפונען", דער רבי בעט אונז אז מיר זאלן געדענקען ווי אזוי מיר האבן אויסגעזען ווען מיר האבן געטראפן דעם רבי'ן; ווער עס פאלגט דעם רבי'ן און הייבט אן לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד" ווערט ער ביז א קורצע צייט א גרויסער תלמיד חכם, אזוי אויך ווען מען פאלגט דעם רבי'ן און מען מאכט התבודדות יעדן טאג ווערט מען צוגעקלעבט צום אייבערשטן און מיט די צייט פארגעסט מען ווי אזוי מען האט אויסגעזען פאר דעם.
איך בעט דיר טייערער ..., שטארק דיר און ווער נישט צעבראכן אז מען האט מכבד געווען א צווייטן צו רעדן; געדענק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סג.): "הִלֵל הַזָּקֵן אוֹמֵר, בִּשְׁעַת הַמַכְנִיסִין - פַּזֵר", ווען עס איז נישט דא ווער עס זאל איבער געבן דברי תורה זאלסטו רעדן דברי תורה, "בִּשְׁעַת הַמְפַזְּרִים - כַּנֵּס", אבער אויב זענען דא תלמידי חכמים וואס זענען מרביץ תורה זאלסטו זיך נישט זוכן אריין צו שטופן וכו'.
א מענטש דארף שטענדיג געדענקען וואס איז געווען מיט אים פאר ער האט זיך דערוואוסט פון הייליגן רבי'ן, וואס דער רבי האט מיט אים געטון און וואס ער האט באקומען פון רבי'ן, דעמאלט וועט ער שוין נישט האבן קיין חלישות הדעת.
דער הייליגער רבי זאגט אויפן פסוק (דניאל א, ד): "וַאֲשֶׁר כֹּחַ בָּהֶם לַעֲמֹד בְּהֵיכַל הַמֶּלֶךְ", דאס הייסט אז אפילו דער צדיק אליינס קריגט אויף אים, דאך גייט ער נישט אוועק פונעם צדיק (שיחות הר"ן, סימן ק"ה).
איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער אויף א פאזעטיווער וועג; איך וויל גארנישט, איך וויל נאר עס זאל זיין שלום צווישן אונז.
איך וועל נאך רעדן מיט דיר פנים אל פנים.