בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת משפטים, כ"ד שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
עס איז נישט כדאי צו גיין צו די חתונה; בכלל זאלט איר נישט רעדן מיט אים נאר וואס איז נוגע פאר די קינדער. דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט טרעפן בקרוב א ערליכער מאן וועט איר מיט אים רעדן און פארברענגען.
דאס איז נישט קיין סתירה צו וואס איך האב אייך געשריבן (ד' שופטים תשע"ח) אז איר זאלט זיך נישט קריגן מיט אים פאר די טובה פון די קינדער; נישט קריגן מיינט צו זאגן לעבן צוזאמען, דאס מיינט אבער נישט אז איר זאלט גיין צו זיין חתונה.
נעמט אים ארויס פון אייער קאפ און דאס וועט זיין דער שלום, אזוי ווי דער בעל הטורים זאגט אויפן פסוק (בראשית יג, יא): "וַיִּפָּרְד'וּ אִי'שׁ מֵעַ'ל אָחִי'ו", אז די סופי תיבות איז דאס ווארט 'שלום'; אברהם אבינו האט זיך אפגעטיילט פון לוט כדאי ער זאל זיין מיט אים בשלום. אמאל דארף מען זיך אפטיילן עס זאל זיין שלום, בפרט אז ער האט יעצט חתונה מיט א צווייטע פרוי זאלט איר מיט אים נישט האבן קיין שום מגע ומשא, נאר דאס ביסל וואס מען דארף פאר די קינדער.
דאס וואס ער זאגט אז ער העלפט מענטשן; וואס קען מען טון אז יעדער וואס דארף הילף ווערט א טערעפיסט. נעבעך פאר אידישע קינדער אז די מנהיגים זענען פסיכאלאגן.
דאס וואס ער זאגט אז ער האט נישט קיין הונט וכו' און ער לייגט צו: "הלואי וואלט איך געהאט וכו'", זאלט איר אליינס פארשטיין אז ער זאגט אייך ליגנט.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט טרעפן שנעל אייער באשערטע בן זוג און מיר קענען בקרוב מבשר זיין די גוטע בשורה.