בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך בין היינט אינדערפרי צוריק געקומען פון ארץ ישראל, די יאר איז געווען זייער שיין אין מירון, מען האט נישט געשטערט פון קומען צו די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי, איך האב מתפלל געווען פאר דיר און דיין משפחה.
נעכטן דינסטאג האב איך געהאט אפגעשמועסט צו גיין מיט די בחורים פון אונזער ישיבה אין ירושלים אויף מקומות הקדושים, ציון פון אור החיים הקדוש פון שמעון הצדיק, אבער ביים אויפנעמען מענטשן איז געקומען צו מיר א פארפאלק וואס ווילן זיך גט'ן, האב איך אפגעמאכט אז איך וועל לייגן מיין גיין צו קברי צדיקים און בלייבן זיצן, פרובירן מאכן שלום בית.
די בחורים זענען געזיצן הינטן פון מיין אכסניא אין א ווען, זיי האבן געדינגען א גרויסע ווען און געווארט, אפשר דאך וועל איך אראפקומען. איך בין געזיצן אפאר שעה ביז איך האב זיי געקענט קאנווינצן נישט צו צעברעכן די שטוב.
איך האב שפעטער געדאווענט מנחה מיט די בחורים אין די דירה און זיי איבערגעבעטן, און זיי געזאגט אז דאס אליינס, דאס נישט גיין – וועט זיי צוניץ קומען פאר זייער לעבן, מער ווי מען וואלט יא געגאנגען, זיי זאלן געדענקען - וואס איז די חשוב'סטע זאך אין היכל הקודש? וואס איז די הייליגסטע ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו? "שלום בית", מוהרא"ש פלעגט זיצן גאנצע נעכט ביזן עלות השחר מיט א פארפאלק, מאכן ביי זיי שלום און זיי איבערצייגן צו האלטן זייער שטוב.
אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פון א רבי און תלמידיו הקדושים וואס לערנען אונז אכטונג צו געבן אויף שלום בית, ווייל נאר מיט שלום בית קען מען האבן ריינע מוחין.