בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך האב מיך זייער געפרייט דיך צו טרעפן אין מירון און צו הערן פון דיר אז דו האסט א גוטע שלום בית, דו ביסט צופרידן מיט דיין ווייב און זי איז פרייליך מיט דיר.
וואס זאל איך דיר זאגן, מיר האבן א גרויסע נס אז מיר זענען אנגעקומען צום הייליגן רבי'ן אין חדר היכל הקודש. מיר האבן זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ווי אזוי צו נעמען דעם רבינ'ס וועג; אז שלום בית איז א יסוד היסודות, והבדלנו מן התועים וואס לערנען פאלשע לימודים פון אנטלויפן פון שטוב, און פון די פאלשע כתות וואס לערנען חומרות ופרישות רחמנא לצלן.
זע ווייטער צו מאכן פרייליך אין שטוב, זיי מכבד דיין ווייב, געב איר כבוד (נישט נאכלויפן וד"ל). רעד צו איר מיט דרך ארץ ווי מען רעדט צו א טייערקייט, דאס וועט דיר געבן שפע, דו וועסט געראטעוועט ווערן פון חובות, און אז דו וועסט לעבן אין שטוב בדרך התורה ולא בדרך הכלומר'ישע עובדים, איבערלאזן די ווייב, אנטלויפן פון שטוב ה' ירחם, נאר לעבן בדרך התורה – וועסטו זוכה זיין זיך צו קענען אנטקעגן שטעלן די שווערע ביטערע נסיונות פון אונזער דור, וואס איז כולל דור המבול ודור הפלגה, השם ישמרינו.
פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיך זייער.