בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... און ... שיחיו.
איך בעט אייך זייער איר זאלט מיר מאכן נחת, איר זאלט האבן שלום בית. איך וויל נישט איר זאלט זיך קריגן איינער מיט'ן צווייטן; איר זענט ביי מיר זייער טייער, איך האב ענק זייער ליב, איך ווארט צו הערן פון אייך ביידע ווי שיין איר לעבט.
שלום בית איז נאר שייך ווען 'ביידע' ארבעטן אויף דעם, ווען ביידע רעכענען זיך מיט די געפילן פונעם צווייטן.
איך בעט דיר טייערער ... נרו יאיר, רעד שיין צו ... תחי', האלט איר טייער, זי איז דיר א מתנה פון הימל. דו קענסט נישט לעבן לויט דיינע טעמים און דיינע וועגן, לעבן מיט א ווייב איז ווי א שותפות; שותפים קענען נאר מצליח זיין ווען ביידע שותפים פארשטייען אז עס איז דא נאך א שותף אינעם געשעפט.
און אויך דיר ... תחי' בעט איך, רעד שיין צו ... נרו יאיר; איר זענט צוויי וואוילע מענטשן, איר קענט זייער מצליח זיין אין לעבן, נאר אז ביידע וועט איר קוקן שיין איינער אויפ'ן צווייטן און זוכן די מעלות איינער אויפ'ן צווייטן.