בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת בא, ו' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי'
איר זענט נישט א 7 און אייער מאן איז נישט א 4; די אלע זאכן זענען נישט וויכטיג. א שאד צו רעדן פון נומערן אין די צייט וואס מען קען געבן שענערע נעמען ווי נומערן, צום ביישפיל, אין ישיבה רוף איך די בחורים מיט נעמען, משה איז טייער, יענקל איז הארציג, בערל איז בא'טעמ'ט און אזוי ווייטער.
ווערט נישט דערשראקן פון די נומערן, עס איז בכלל נישט קיין חכמה דאס צו קענען.
איידער איך בין מקורב געווארן צו מוהרא"ש האב איך זיך געדריידט ביי א געוויסער חכם - חכמי חעלעם, די גאנצע שפראך דארט איז געווען פון די נומערן, דער איז א 4, יענער איז א 7; ווען איינער איז אריינגעקומען האט מען זיך אונטערגעלאכט מיט די נומערן, ביז איך האב זיך פשוט פארעקלט פון זיי און איך בין געקומען צו מוהרא"ש אין היכל הקודש, א פלאץ וואו מען רעדט פונעם אייבערשטן, א פלאץ וואו יעדער איינער קען נוצן די עצות און האבן א זיס לעבן.
נישט לאנג צוריק איז ארויפגעקומען צו מיר א איד אינגאנצן דערשראקן, ער ווייסט נישט וואס צו טון, ער האט נישט קיין שלום בית; איך האב גערעדט מיט אים און אים געפרעגט וואו ער דריידט זיך... בקיצור זיין רבי רעדט אויך מיט די פאנטאזיעס, נומערן; זיין רבי זאגט אים אז ער איז אן 1 און זיין ווייב איז א 2, וואס דאס קען נישט ארבעטן אינאיינעם; ער האט זייער געוויינט, ער האט זיך שוין געוואלט גט'ן צוליב די נומערן.
איך האב אים געגעבן אפאר קונטרסים און ספרים פון מוהרא"ש, איך האב אים געזאגט ער זאל זיך אויסשווענקען זיין קאפ פון די זאכן; אנשטאט טראכטן פון נומערן זאל ער טראכטן 'איך בין גוט און מיין ווייב איז נאך בעסער'. היינט לעבן זיי א שיינע לעבן, ווי צוויי טויבעלעך.
איך קען אייך אויסלערנען די חכמה פון די נומערן:
1 - איז דער אייבערשטער
2 - איז די לוחות
3 - זענען די הייליגע אבות, אברהם, יצחק און יעקב
4 - זענען די הייליגע אמהות, שרה, רבקה, רחל און לאה
5 - זענען די חומשים, בראשית, שמות, ויקרא, במדבר און דברים
6 - איז משניות, ששה סדרי משנה; סדר זרעים, סדר מועד, סדר נשים, סדר נזיקין, סדר קדשים און סדר טהרות
7 - איז שבת, די זיבעטע טאג פון די וואך, און אזוי ווייטער.
קומט אויס אז אייער מאן, וואס לערנט די הייליגע תורה; ווען ער לערנט משניות איז ער א 6, ווען ער לערנט חומש איז ער א 5, ווען ער איז זיך מתבודד איז ער אן 1, און שבת זענען מיר אלע 7.
דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נסים וואס ער טוט מיט אייך וועט איר האבן נאך ניסים.