בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת שמיני-א, י"א ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד הבחור ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך דערהאלטן מיט אלע דיינע כוחות צו בלייבן אין ישיבה; איך ווייס אז דו האסט שלעכטע חברים וואס פארגינען דיר נישט און זיי ווילן דיר ארויס שלעפן פון ישיבה, ווייל עס שטעכט זיי אז דו ביסט מצליח און יעדעס מאל זיי זעהן דיר געט זיי א ציפ אין הארץ, זיי הייבן אן טראכטן צו זיך: 'וואו בין איך אויף דער וועלט?' דאס מאכט אז זיי זאלן חוזק מאכן פון דיר און דיר אפרעדן פון בלייבן אן ערליכער איד.
איך זאג דיר צו אז אויב דו וועסט זיך דערהאלטן און דו וועסט בלייבן אין ישיבה, דו וועסט אויסווארטן ביז דו וועסט טרעפן דיין שידוך - וועסטו שיין חתונה האבן.
געב א קוק אויף די אלע וואס גייען אוועק פונעם דרך התורה, זיי האבן נישט קיין לעבן און זיי ענדיגן מיט דראגס רחמנא לצלן, אבער אז מען גייט מיט די תורה האט מען א לעבן.
איך בעט דיר דו זאלסט נישט אפשניידן דיין בארד און פיאות ווייל דאס איז די שטאלץ פון א איד.
איך האב גרויס צער אז דו האסט אנגעהויבן שניידן דיין פיאות און דיין בארד; איך זאג דיר צו אז אויב דו וועסט לאזן דיין פיאות און דיין בארד ווי אן ערליכער איד וועסטו שיין חתונה האבן.
מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט: "איינער וואס שניידט זיין פיאות שניידט זיין שכל, און אז מען שניידט דעם בארד שניידט מען זיך אפ די פרנסה"; וואויל איז פאר דעם וואס האט אמונת חכמים און פריידט זיך מיט זיין בארד און פיאות, וועט ער זוכה זיין צו פרנסה בשפע.
איך ווארט צו הערן פון דיר א סיום; דו פלעגסט מיר כסדר זאגן: "ראש ישיבה איך האב מסיים געווען נאך א מסכת", אבער עס איז דורך שוין א לאנגע צייט וואס איך האב דאס נישט געהערט פון דיר, איך ווארט צו הערן פון דיר א סיום. זעט אויס אז ווי לאנג דו האסט געהאט גוטע חברים האסטו געלערנט, אבער יעצט ווען דו האסט זיך געטראפן חברים וואס לעבן נישט מיט אמונה קילסטו זיך אויך אפ.
זיי נישט ברוגז אויף מיר אז איך האב דיר געשריבן; איך האב נאך גארנישט געשריבן וואס ליגט מיר אויפן הארץ וכו'.