בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, ל"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
גנב'ע ארויס אין דיין פארנומענע טאג צו לערנען אביסל משניות און גמרא. דער רבי זאגט, מען דארף ארויסכאפן אין טאג, אין די פארנומענקייט – צו לערנען. דער רבי טייטשט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפד), אז די הייליגע חכמים זאגן (שבת לא.), מען פרעגט דעם מענטש: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה"? טייטשט דער רבי, 'קבע' איז א לשון פון גזילה, מען פרעגט דעם מענטש: "האסט אראפגע'גנב'עט צייט אין דיינע פארנומענקייטן צו לערנען?
תורה מאכט געזונט די נפש, מען ווערט געזונט, אלע פחדים, דמיונות – אלעס גייט אוועק. איך האב געזען אסאך מעשיות ביי בחורים און אינגעלייט וואס האבן זיך גענומען צום סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, פון לערנען כסדרן משניות און גמרא אפילו אן פארשטיין, נאר זאגן די ווערטער, און זיי זענען נאך א שטיק צייט געזונט געווארן און באקומען א שטארקקייט, א זעלבסטזיכערקייט, פון די הייליגע תורה.
וואויל איז דעם וואס הערט זיך צו און פאלגט די עצות פון צדיק, וועט אים גוט זיין בזה ובבא.