בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מרת ... תחי'
איך האף אז דו האסט הנאה געהאט פון די פרויען צוזאמקום און פון די שיעור; גלייב מיר, עס איז מיר נישט גרינג צו געבן אזא שיעור און רעדן אזוי וכו', איך טו עס נאר ווייל מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געהייסן רעדן צו די פרויען וכו' וכו'. איך וויל אויפשטעלן א שיינע קהילה וואס די מענער וועלן לערנען און דאווענען און זיין פשוט'ע ערליכע אידן, מענער וואס וועלן זיין אינטערעסירט אהיים צו קומען צו זייער ווייב און קינדער, און דאס זעלבע ביי די פרויען - פרויען וואס וועלן לעבן מיטן מציאות, אז זייער לעבן איז זייער מאן און קינדער, נישט די חבר'טעס.
זע צו זיין פרייליך, און בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זיין רואיג און פרייליך, און דו זאלסט זיין אין א גוטע גיסטע, ווייל אז דו וועסט זיין פרייליך וועט די גאנצע שטוב זיין פרייליך, אלעס ווענדט זיך אין די מאמע - ווען די מאמע איז פרייליך זענען די קינדער פרייליך, און ווען די מאמע איז אנגעצויגן, זעט מען עס גלייך אן אויף די קינדער. א מאמע האט אויף זיך א גרויסע אחריות, און אלעס ווענדט זיך אין איר. דערפאר בעט אסאך דעם אייבערשטן אויף שמחה.
ווען דו זאלסט וויסן וואסערע כוחות א פרוי האט מיט אירע תפילות, בפרט ווען זי צינדט אן די שבת ליכט יעדע וואך - וואס מען קען דעמאלט פועל'ן, און אלע הימלען זענען אפען פאר דיר, וואלסטו אויסגעניצט די צייט און געבעטן דעם אייבערשטן אויף געזונט, אויף קינדער און אויף נחת; עס איז א שאד אז פרויען ווייסן נישט ווי חשוב זייערע תפילות זענען, און ווי אזוי אויסצוניצן זייער צייט דעמאלט. דארפאר, זע צו בעטן פונעם אייבערשטן בשעת דו צינדסט אן די שבת ליכט אויף אלעס וואס דו דארפסט.
וויסן זאלסטו אז גוטע קינדער קומט נישט פון זיך אליין, גוטע קינדער באקומט מען לויט וויפיל מען בעט און מען וויינט צום אייבערשטן; אפילו דיינע קינדער זענען נאך גאר קליין, זאלסטו בעטן דעם באשעפער אז זיי זאלן זיין וואויל און ערליך, מען זעט נעבעך קינדער פון די שענסטע שטובער גייען נעבעך ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן; די איינציגסטע עצה איז נאר צו בעטן און וויינען צום אייבערשטן אז ער זאל רחמנות האבן.
איך שרייב דיר א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין צופרידן, איך זאל קיינעם נישט מקנא זיין. הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין גוט-מוטיג, ווייל ווען איך בין פרייליך איז מיין מאן פרייליך, און אז איך און מיין מאן זענען פרייליך זענען די קינדער רואיג און צופרידן; העלף מיר באשעפער איך זאל נישט האבן קיין שום פחד און קיין שום שרעק, איך זאל געדענקען אז קיינער קען מיר גארנישט שלעכטס טון, און קיינער קען מיר נישט טשעפען מיין לעבן. הייליגער באשעפער, העלף מיר, און העלף מיין מאן אז מיר זאלן קענען אויפציען א שיינע ערליכע שטוב, מגדל זיין אונזערע קינדער צו תורה און צו עבודת השם יתברך. רבונו של עולם, איך דארף גארנישט און איך וויל גארנישט - נאר ערליכע קינדער, דער לעבן איז מיר נישט ווערט נאר אז מיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן, איך וויל זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט, קינדער וואס וועלן נאר טון דיין ווילן", איך שרייב דיר אפאר שורות ווי אזוי דו זאלסט אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, אבער דער עיקר איז, אז דו זאלסט אליין רעדן צום אייבערשטן, און אים בעטן אלעס וואס דו דארפסט.
מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דער עיקר דארף מען בעטן דעם אייבערשטן אויף שמחה, ווייל ווען א מענטש איז פרייליך, ער דאנקט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס דער אייבערשטער געבט אים, פאלן אוועק אלע פראבלעמען און אלע ווייטאגן וכו'.
זאלסט האבן א פרייליכע שבת און א גוטן חודש.