מיט גרויס פרייד נעמען אויף אנשי שלומינו די גוטע נייעס אז דער נייער באנד עצתו אמונה חלק ד' איז נארוואס אנגעקומען צום בית הדפוס, און ווערט שוין פארשפרייט און געשיקט צו אדרעסן לויטן פארלאנג.
דער הייליגער ספר עצתו אמונה זענען אלע בריוו פון סיי שאלות און תשובות און סיי די אנדערע בריוו געשריבן דורכן ראש ישיבה פאר אידן פון איבער די גאנצע וועלט אין אלע מצבים פון לעבן, ווי דער ראש ישיבה ענטפערט פאר די שואלים בטוב טעם ודעת אויפן וועג פונעם הייליגן רבין ווי געלערענט ביי מוהרא"ש זי"ע.
די הייליגע בריוו האבן שוין באלאכטן אן א צאל אידישע קינדער, און געראטעוועט פילע אידישע שטובער פון אונטערגאנג ברוחניות ובגשמיות. עס האט שוין אויפגעהויבן פילע ערליכע אידן מיט עצות און הדרכה צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, דורך גיין אויף א שפאציר און זיך אויסשמועסן דאס הארץ צום אייבערשטן, און צוגעבינדן טויזנטער אידישע נשמות צום אייבערשטן און זיין הייליגע תורה, מיט די זיסע עצה פון סדר דרך הלימוד און "זאגן" גמרא און משניות טאג טעגליך. עס ראטעוועט טאג טעגליך אידישע שטובער דעם שלום בית, ווען אידן נעמען טעגליך א טעגליכע דאזע פון התחקות און עצות, און ווערן דערמאנט דורך די הייליגע בריוו צו האבן סבלנות, און רעדן שיין צו די ווייב און קינדער, און נישט אויפגעבן.
הונדערטער אידן איבער די וועלט שלינגען מיט דורשט די הייליגע בריוו, און איז ביי זיי א חוק קבוע צו לערנען יעדן טאג א פארציע פון דעם הייליגן ספר, וואס איז זייער פלייצע און חיזוק זיך צו האלטן שטארק, איז זייער פאנצער פאר אלע זייערע שווערע נסיונות, און איז זייער מעדיצין פאר אלע זייערע גייסטישע פראבלעמען.
יעצט אז דער ספר איז שוין ב"ה אנגעקומען צום בית הדפוס, איז דער שטאב זייער פארנומען ארויסצושיקן די ספרים צו אלע וואס האבן עס באשטעלט.
עס איז דא נאך דא צו באקומען ביי קרן הדפסה פאר בלויז $13 אריינגערעכענט שיפינג צום שטוב. רופט אריין ווילאנג עס איז נאך דא, וכל הקודם זכה. קרן הדפסה היכל הקודש 718-387-2691 עקסט. 2,
אדער שיקט אן אימעיל צו info@kerenhadfusa.org.
 
💬 דער ראש ישיבה ענטפערט אויף שאלות איבער עצתו אמונה
📜 דער ראש ישיבה שרייבט איבער עצתו אמונה
📸 די ספרים קומען אן צום בית הדפוס
📸 דער ראש ישיבה טיילט דעם ספר עצתו אמונה פאר תלמידים
🗞️ יא, איר קענט אויך זיין א מפיץ!
📰 עצתו אמונה אויף די פאסט פאר בלויז $2.99 א וואך
📰 וועכענטליכע עצתו אמונה: מעשיות און גורלות פאר קינדער, און מפתח פון קול ברסלב