בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#12 - שאלות ותשובות עצתו אמונה
הפצה, עצתו אמונה, בריוו, ספיקות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר, ט"ז אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן די זכותים וואס דו האסט פון דעם וואס דו ביסט מסדר און מגיה די בריוון פון שאלות ותשובות עצתו אמונה; איך באקום צוריק אזויפיל גריסן פון בחורים, יונגעלייט און פרויען וואס זייער זיי לעבן פון די חיזוק פון דעם ספר.


אלעס וואס שטייט אינעם ספר "עצתו אמונה" איז גענומען געווארן פון ספר הקדוש "אשר בנחל", די שכל און חכמה פון מורי ורבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס האט אונז מזכה געווען מיט די הייליגע ספרים אשר בנחל און די הייליגע קונטרסים וואס זענען געבויט און באגרינדעט אויף די ווערטער פון הייליגן רבי'ן.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך שטארקן מיט די הייליגע ארבעט; זוך נישט קיין אנדערע זאכן וואס צו טון. דאס איז עצת היצר צו פארדרייען דעם קאפ. יעדעס מאל א מענטש הייבט אן עפעס טון אין עבודת ה' קומט דער יצר הרע מבלבל זיין מיט ספיקות ובלבולים: 'אפשר זאל מען טון עפעס אנדערש?' 'אפשר זאל איך מאכן אן אנדערע ספר?' וכו' וכו'. דעריבער אז דער אייבערשטער האט דיר מזכה געווען מיט די ארבעט צו מסדר זיין די בריוון זאלסטו זוכן דאס נאר שענער און בעסער מאכן. לייג אריין קאפ, מח און דיין הארץ אז דאס זאל ארויסקומען אויף די שענסטע וועג.


פרעג דיין ווייב תחי' צי זי וויל דיר העלפן אויפטייפן, מגיה זיין, מנקד זיין וכו' וכו', וועט דאס זיין א זכות פאר איר להפקד בבנים ובני בנים.


...


ענקער ראש ישיבה.

#11 - אשריך ואשרי חלקיך אז דו פארשפרייטסט די נייע ספרים "עצתו אמונה"
הפצה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', אסרו חג, כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


 לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו פארשפרייטסט די נייע ספרים "עצתו אמונה" פאר בחורים און יונגעלייט. עס גייט נישט אריבער א טאג וואס בחורים און יונגעלייט זאלן מיר נישט זאגן אז דאס האט זיי געטוישט זייער לעבן צום גוטן.


ערב יום טוב האט מיר א פרוי פון מאנסי געשריבן אז זי האט באקומען אן עצתו אמונה (פרשת בשלח, ע"ט) און דאס האט איר געטוישט איר לעבן. זי קריגט זיך מיט איר מאן שוין פאר איבער 40 יאר און די קונטרס האט איר געגעבן שכל צו האבן שלום בית; אזוי אויך אז 50 יאר ליידט זי פון פחדים און דמיונות און אין דעם קונטרס איז דא א תפילה פאר א פרוי ניצול צו ווערן פון פחדים, זי זאגט דאס יעדן טאג און עס ווערט איר בעסער און בעסער. אויך האט זי זיך אנגעהויבן פארטראגן מיט אירע קינדער וכו', וכו'.


לויט ווי איך שטעל זיך פאר האט זי דאס באקומען פון דיר, ווייל דו ביסט דער מפיץ אין מאנסי-מאנרא; דו ווייסט גארנישט וואס א קונטרס טוט מיט א מענטש. די מפיצים ווייסן נישט וואס זיי טוען אלץ אויף, בעט איך דיר טייערער מפיץ, הייב אן פון פריש מיט א פרישקייט מפיץ זיין די נייע ספרים "עצתו אמונה" און די בריוון פון "איש אמונות", דאס איז נישט קיין נייע זאכן, דאס איז אלעס גענומען פונעם ספר הקדוש והנורא "אשר בנחל", עס איז נאר אנדערש געפאקט, אויף א נייע שפראך פאר די היינטיגע דור, אויף א וועג אז בחורים און מיידלעך זאלן דאס פארשטיין.


טייערער חבר, ליבער ברודער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כחות צו זיין פרייליך; ווארף אוועק אלע עצבות ומרירות און לאז זיך פירן פונעם אייבערשטן. גיי ארום שטענדיג מיט א שמייכל.


ווען דו גייסט ארויף צום ציון פון הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו אדער צום ציון פון הרב הקדוש מריבניץ זי"ע זאלסטו מיר מזכיר זיין: יואל בן ריצא רעכיל, איך זאל האבן כח ממשיך צו זיין מיט'ן משמש זיין דעם רבי'ן, משמש זיין מוהרא"ש, און קענען ווייטער פארשפרייטן די זיסע עצות פאר די וועלט.


...

#10 - פון אייער שטוב גייט ארויס א "ליכטיגקייט פון אמונה"
עצתו אמונה, זיכוי הרבים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', אסרו חג, כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


 לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האב געשריבן א בריוו פאר דיין ווייב תחי' איר צו מחזק זיין מיט איר הייליגע ארבעט וואס זי טוט מיט די בריוון; אלע מפיצים זאגן אז מענטשן זענען זיך מחי' מיט די ענגלישע קונטרסים מתורגם פון "עצתו אמונה" און פון "איש אמונות".


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז עס איז אייך אונטערגעקומען אזא זכות, אז פון אייער שטוב גייט ארויס א "ליכטיגקייט פון אמונה", וואס מאכט ליכטיג פאר אידישע קינדער.


בעט איך דיר דו זאלסט זיך שטארקן און שטארקן דיין ווייב; דו האסט זוכה געווען צו א וואוילע ווייב תחי', דארפסטו איר פרייליך מאכן. פארברענג מיט איר, אזוי אויך זאלסטו זען צו מאכן צייט אביסל ארויסצוגיין מיט איר; עס איז זייער געזונט פאר א פרוי אביסל ארויסצוגיין פון שטוב. זיי זיצן טעג, נעכט און וואכן אין שטוב מיט די קינדער, דארף דער מאן האבן שכל ארויס צו נעמען די ווייב אביסל צו שעפן פרישע כחות.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.


...

#9 - דאס גרויסקייט פון זיין א "מזכה את הרבים"
עצתו אמונה, זיכוי הרבים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', אסרו חג, כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


 מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א "מזכה את הרבים"; בפרט ווען מען איז מזכה א צווייטן איד צוריק צו קומען צו די אמונה און צו די וועג פון די תורה.


איך באקום צוריק גריסן פון די מפיצים אז מענטשן זענען זיך מחי' מיט די קונטרסים אין ענגליש וואס איר זענט מתרגם; די נייע קונטרסים פון "עצתו אמונה".


בעט איך אייך מרת ... תחי' איר זאלט ווייטער ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט וואס איר טוט; נאך אביסל וועלן מיר צוזאמנעמען אלע בריוון און מאכן פון דעם א שיינעם ספר וואס וועט פארשפרייט ווערן אין די הונדערטער טויזנטער און וועט מחי' זיין די גאנצע וועלט.


א גריס פון אייער טייערער מאן נרו יאיר; ער איז ליכטיג און טייער, ער פירט זיך מיט שיינע מידות און ער מאכט א קידוש השם; וואו ער גייט און וואו ער שטייט זעט מען אז דאס איז עפעס אויסנאם.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ממשיך צו זיין מיט אייער הייליגע ארבעט און האבן די כחות צו מגדל זיין אייערע ליכטיגע דורות.


...

#8 - אז מ'ברענגט אריין אמונה אין אידישע קינדער, באקומט מען אלעס גוטס
אמונה, הפצה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, תענית אסתר, י"ג אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך באקום יעדע וואך די קונטרס פון די איבערגעטייטשטע בריוון אויף ענגליש וואס איר זענט מתרגם; אלע זאגן אז דאס איז א וואונדערליכע ארבעט. די מפיצים זאגן מיר אז מענטשן נעמען דאס און זענען זיך מחי' דערמיט.


יעצט ווען מיר שטייען ערב פורים - א צייט וואס אידן האבן נאך אמאל מקבל געווען די תורה, אזוי ווי די הייליגע  חכמים זאגן (שבת פח.), איז יעצט א צייט וואס עס קומט אראפ א הייליגקייט אויף אידישע קינדער. וויל איך אייך מחזק זיין איר זאלט ווייטער טון די הייליגע ארבעט מיט וואס דער אייבערשטער האט אייך מזכה געווען - איבערטייטשן די בריוו אויף ענגליש אז נאך אידן זאלן זיך קענען מחזק זיין.


זייער אסאך מענטשן ווייסן נישט וואס זיי האבן צו טון ווען זיי באקומען א התעוררות צו זיין גוט; מען מיינט אז מען דארף טון עבודות און סיגופים, מען דארף פאסטן און זיך אפשיידן פון די וועלט, און וויבאלד מענטשן זענען ווייט פון די זאכן, איז ווען עס קומט אן התעוררות שטופט מען דאס אוועק און מען גייט ווייטער אן מיט וואס מען טוט - אן תשובה טון, אויף דעם קומט דער הייליגער רבי און געבט אונז אזעלכע שיינע עצות וואס מיר זאלן טון ווען מיר ווילן תשובה טון. דער רבי לערנט אונז אויס מיר זאלן ארויס זאגן א ווארט צום אייבערשטן; מיר זאלן זאגן פאר'ן אייבערשטן: "טאטע, איך וויל זיין גוט"; די איינע קליינע ווארט וועט שוין שלעפן דעם מענטש צו אלעס גוטס.


וויל איך אייך בעטן איר זאלט ווייטער איבער טייטשן די בריוון אויף ענגליש אז נאך מענטשן זאלן וויסן פון די געשמאקע זיסע וועג פונעם הייליגן רבי'ן; איך ווייס אז איר לייגט אריין צענדליגער שעות און דאס גייט אויפ'ן חשבון פון אייער שטוב און פון אייערע קינדער, זאלט איר אבער וויסן אז דער אייבערשטער גיבט א ברכה פאר די וואס טוען פאר אידישע קינדער און מען זעט נחת ביי די אייגענע קינדער.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - איבער טייטשן די בריוון אויף ענגליש
עצתו אמונה, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פ' יתרו, י"ז שבט, יומא דהילולא של מוהרא"ש זצוק"ל שנת תשע"ט לפ"ק


 


מרת ... תחי'.


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל ענק העלפן אז בזכות די צדקה זאלט איר זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע וועגן.


איר אליינס ווייסט נישט וואס איר טוט מיט'ן איבער טייטשן די בריוון אויף ענגליש; וויפיל אידן וואס קענען נישט ליינען אידיש זענען זיך אזוי שטארק מחי' מיט דעם, דאס טוישט זייער לעבן, זייער שלום בית און זייער צוגאנג צו די קינדער.


דערפאר בעט איך אייך איר זאלט זיך שטארקן מיט'ן מתרגם זיין די בריוו ביתר שאת וביתר עוז; עס איז כדאי אויפצוגעבן דאס טיטשן אין 'בית פיגא' אבי צו מתרגם זיין די בריוו. א צווייטע טיטשער איז גרינג צו טרעפן אבער א צווייטן וואס זאל מתרגם זיין איז נישט קיין גרינגע זאך.


א גריס פון אייער מאן ... נרו יאיר, איר האט זוכה געווען צו א טייערע יונגערמאן וכו'.

#6 - איבערטייטשן "עצתו אמונה" אויף ענגליש
חינוך הילדים, הפצה, עצתו אמונה, בריוו

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בא, ה' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן די בריוון וואס איר זענט מתרגם אויף ענגליש.


איך האב דאס געוויזן פאר אפאר מפיצים, זיי זאגן אלע זיי אז דאס איז הערליך געשריבן און זיי ווילן דאס פארשפרייטן פאר אלע וואס קענען נישט קיין אידיש, אז זיי זאלן אויך וויסן פון די שיינע זיסע עצות וואס דער רבי לערנט אונז.


דעריבער וויל איך אייך מחזק זיין איר זאלט ווייטער ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט, צו מזכה זיין אידישע קינדער צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, אז ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדראהביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן איז אים רש"י הקדוש אנקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון דער צדיק רבי מיכל'ע זלאטשובער אז דא אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדראהביטש געענפערט: "ער לייגט אריין שטארקע כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע ווייטער געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י הקדוש נאך אלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדראהביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים"; ווייל ביים אייבערשטן איז זייער חשוב דער וואס ברענגט צוריק זיינע קינדער צו אים.


טראכט'ס אריין, אז א מענטש האט א קינד וואס איז צוקריגט מיט אים, דער קינד וויל נישט רעדן מיט אים און ער טוט נאר זאכן אנטקעגן אים, קומט איינער צו גיין און הייבט זיך אן פארען מיט דאס קינד, ער רעדט צו אים ער זאל צוריק גיין צו זיין טאטע, ער שיקט אים שיינע בריוון פון התחזקות אז זיין טאטע ווארט אויף אים, וועט דאך דער טאטע זיין אזוי דאנקבאר פאר דעם מענטש וואס ברענגט אים צוריק זיין קינד. און אמאל אז דער זון קען נישט ליינען די בריוו וואס ער באקומט, קומט א צווייטער און גיבט אוועק צייט עס איבער צו טייטשן אויף די שפראך וואס דער קינד פארשטייט, ווי דאנקבאר איז דער טאטע פאר אלע וואס באשעפטיגן זיך אז זיין זון זאל שוין צוריק קומען צו אים; ער איז מכיר טובה סיי פאר דער וואס שרייבט די בריוו, פאר דער וואס טייפט עס אויף, פאר דער וואס איז עס מתרגם, פאר דער וואס דרוקט עס און פאר דער וואס טראגט עס וכו' וכו'.


דאס איז די גרויסקייט פון אלע וואס טוען אין הפצה; זיי ווילן צוריק ברענגען אלע מענטשן צום אייבערשטן, און די מענטשן זענען זייער חשוב ביים אייבערשטן.


איך בין אייך זייער מכיר טובה פאר'ן זיין א טיטשער ביי אונז אין סקול; יעדע זאך וואס מען טוט פארן רבי'ן איז א זאך וואס בלייבט אויף אייביג, בפרט אז מען איז מחנך קינדער זיי זאלן זיך פירן מיט דרך ארץ און מידות טובות, איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן.


לייגט אריין אין די מיידלעך דרך ארץ, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סה): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען דאס קינד דרך ארץ ווען ער איז נאך יונג; דאס איז די ארבעט פון א מחנך און מחנכת, אויסלערנען די קינדער זיי זאלן זיך פירן מיט דרך ארץ. קינדער דארפן וויסן אז א ווארט פונעם טיטשער איז א ווארט, און אויב מען פאלגט נישט איז מען נישט קיין 'בית פיגא תלמידה', ווייל דער רבי האט געזאגט: "איך קען יעדן איינעם העלפן, אויסער אן עזות פנים".


אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו נחת פון אייערער קינדער.


איך שרייב א בריוו פאר אייערע תלמידות; איר זאלט דאס מתרגם זיין אויף ענגליש און זיי דאס פארליינען.


אויך שיק איך אייך בריוו פאר די מיידלעך וואס פירן זיך ערוואקסן, איר זאלט זיי דאס איבערגעבן.

#5 - "עצתו אמונה" אין ענגליש
עצתו אמונה, בריוו

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בא, ה' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך שיק דיר דא אסאך בריוון פון עצתו אמונה וואס מען האט מתרגם געווען אויף ענגליש; איך בעט דיר זייער זאלסט דאס אויסשטעלן פאר א קונטרס ווייל די מפיצים האלטן אין איין בעטן אז זיי דארפן די דיבורים און שכל אויף ענגליש.


יעצט איז געקומען ... תחי' און זי איז דאס אזוי שיין מתרגם, ממש צו באוואונדערן; ווייל פון איין זייט קען מען דאך נישט איבער טייטשן ווארט ביי ווארט ווייל עס וועט זיך נישט ליינען גוט, און פון די אנדערע זייט גייט זי נישט אוועק פונעם מכוון.


דעריבער בעט איך דיר, אזוי ווי דו האסט אזוי שיין מסדר געווען די בריוו אין אידיש, זאלסטו יעצט נעמען די בריוו און דאס מסדר זיין, און איינמאל דאס וועט זיין מסודר וועל איך דאס איבער געבן פאר א צווייטן וואס וועט זיך אפגעבן מיט דעם וועכנטליך; זי קומט אריין אזוי שטארק אין דעם אז זי ענדיגט יעדע וואך אלע בריוו וואס קומט ארויס אויף אידיש.


"הַמַּתְחִיל בְּמִצְוָה יְהֵא גּוֹמֵר אֶת כּוּלָהּ (תנחומא עקב, ו)"; געלויבט דעם אייבערשטן אז דו האסט אהער געשטעלט אזא שיינע "בית הדפוס" וואו מען דרוקט ספרים און קונטרסים א גאנצן טאג אן א אויפהער; איך ווייס נישט צי דו ביסט אויך דארט געווען ווען מוהרא"ש איז אריין געקומען דאס ערשטע מאל אין "בית הדפוס", צי דו האסט געזען דעם גרויסן שמייכל אויף זיין פנים און ווי ער האט געזאגט: "רבי נתן וואלט זיך מחי' געווען מיט אזא 'בית הדפוס'". און יעדעס מאל ווען עס איז געווען א שמחה אין ישיבה אדער א מלוה מלכה וואס מוהרא"ש איז געקומען האט ער נאר געוואלט זען דעם "בית הדפוס".


איז יעצט זאלסטו העלפן עס זאל ארויס קומען אויך אויף ענגליש.


איך ווארט צו זען וואס שנעלער א פערטיגע זאך.

#4 - לימוד גמרא פארברענט אלע קליפות
עצתו אמונה, בריוו, גמרא, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זיך ממש מחי' געווען ווען איך האב געליינט אז דו האסט אנגעהויבן לערנען מסכת חולין – יעדן טאג א דף.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט כמה פעמים אז לימוד גמרא האט אזא כח אז עס פארברענט אלע קליפות און כל זמן א מענטש לערנט גמרא האלט ער זיך ביים אייבערשטן.


איך האב זייער הנאה אז דו לערנסט די בריוון פון "עצתו אמונה" און דו ביסט זיך מחי' דערמיט; איך בין גארנישט מחדש אין די בריוון, איך חזר נאר איבער וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט פון הייליגן רבי'ן.


טייערער ברודער, דער רבי זאגט: "יֵשׁ עִנְיָן שֶׁנִתְהַפֵּך הַכֹּל לְטוֹבָה".


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר זייער ליב.


...

#3 - מ'דארף מען קוקן אויף קינדער מיט "רחמנות אויגן"
חינוך הילדים, עצתו אמונה, בריוו, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דיין זכות איז אז דו ביסט מגיהה און מסדר די בריוון פון "עצתו אמונה"; די בריוון זענען מחי' און מחזק זייער אסאך אידן.


הרב החסיד ר' ... נרו יאיר זאגט מיר כסדר אז מענטשן ווארטן אויף די בריוון, מען איז זיך מחי' מיט די בריוון.


איך ווייס נישט צי דו געדענקסט אז דו האסט אנגעהויבן די אלע בריוון; דו האסט מיר אסאך געמוטשעט איך זאל יעדן טאג שרייבן א בריוו פאר די תלמידי הישיבה און פון דעם איז געווארן די קונטרסים "עצתו אמונה".


איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיין ווייב תחי' צי זי איז נאך מחזק די צעבראכענע מיידלעך; זאג איר זי זאל וויסן אז איר פאסטן איז אדער "לחיים" אדער "למות". א מנהלת און א טיטשער קענען אויפבויען א אידישע שטוב אדער דער'הרג'ענען רחמנא לצלן, זאג איר זי זאל רחמנות האבן אויף דעם אייבערשטנ'ס נשמות וועט דער אייבערשטער רחמנות האבן אויף אייך.


זי דארף וויסן אז ווען א מיידל טוט זיך אן נישט אזוי צניעות'דיג איז דאס א סימן אז עפעס באדערט איר, דאס איז א סימפטאם פון זייער שלעכטע זאכן וואס האבן פאסירט צו איר; אפשר האט מען איר אויסגענוצט רחמנא לצלן און דאס איז די וועג ווי אזוי זי וויל צוריק ווערן זעלבסט שטענדיג השם ישמרינו.


דערפאר דארף מען קוקן אויף די קינדער מיט "רחמנות אויגן"; דעמאלט קען מען אלעמען צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


...

#2 - גיי שלאפן צייטליך, וועסטו אויפשטיין אין צייט
עצות, עצתו אמונה, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו בעטסט מיר איך זאל דיר צוריק שרייבן בריוו; איך שרייב דיר יעדן טאג בריוו. אלע בריוו פון 'עצתו אמונה' איז פאר דיר פערזענליך, לייג אריין דיין נאמען און ליין דעם בריוו כאילו עס איז פאר דיר געשריבן געווארן.


די בריוו פון 'עצתו אמונה' זענען געשריבן פאר אלע תלמידים און פאר אלע וואס ווילן לעבן מיטן הייליגן רבינ'ס הקדמות לויט ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


עס איז דא איין עצה אויפצושטיין אין צייט: "גיין שלאפן צייטליך!" אז מען לייגט זיך טויזנט אזייגער שטייט מען אויף סוף טאג. יעצט ביסטו א בחור און דו ביסט נאך אליינס - איז איין זאך, וואס וועט זיין נאך דיין חתונה אז דו וועסט שלאפן א גאנצן טאג? דיין גאנצע שלום בית וועט דיר חרוב גיין.


איך האף אז דו וועסט זיך כאפן אין וואספארא סכנה דו געפונסט זיך, דו וועסט אנהייבן צו היטן די צייט - זיך לייגן צייטליך און אויפשטיין צייטליך.

#1 - שטארק זיך ווייטער זיך אפצוגעבן מיט די בריוו
התחזקות, עצתו אמונה, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-ב, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט ווייטער עוסק זיין אין דיין הייליגע ארבעט וואס דו האסט זיך אונטערגענומען, ארויס צו געבן אלע בריוו וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו ענטפערן פאר אידישע קינדער.


באמת האב איך גארנישט מחדש געווען אין די בריוו; אלעס וואס איך שרייב איז וואס איך האב זוכה געווען צו לערנען פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס ער האט מיט אונז געלערנט די שכל און חכמה פונעם הייליגן רבי'ן.


בחורים און אינגעלייט, פרויען און מיידלעך שרייבן מיר אז זיי זענען זיך זייער מחי' און מחזק מיט די בריוו פון "עצתו אמונה". לעצטנס נעמען די מפיצים די קונטריסם פון "עצתו אמונה" און זיי גייען מיט דעם אין כוללים און אין ישיבות ווי די אינגעלייט און בחורים זאגן אלע בפה מלא אז דאס איז זיי מחי' און מחזק זיי זאלן זיך שטארקן אין עבודת השם.


איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט ווייטער מגיה זיין די בריוו; הלואי זאל איך שוין זוכה זיין צו זען דעם ערשטן חלק פון עצתו אמונה שיין געדרוקט מיט שיינע אותיות וכו'. וואויל איז דעם וואס וועט צו העלפן דרוקן די בריוו וואס זענען מחזק אידישע קינדער.


איין זאך בעט איך דיר, דו זאלסט דאס זייער גוט מגיה זיין אז עס זאל נישט זיין קיין איין גרייז, עס זאל זיין זיין מנופה בי"ג נפה; איינמאל דאס וועט זיין שיין געדרוקט אין א פארעם פון א ספר וועט דאס מאכן א גרויסע מהפיכה צווישן בחורים און אינגעלייט, אלע וועלן זען וואס דער רבי וויל פון אונז און אלע וועלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.