די איינוואוינער פון שטעטל קרית ברסלב ליבערטי נעמען אויף מיט גרויס פרייד די נייעס אז דער ראש ישיבה שליט"א פלאנט מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו וויילן ביי זיי אין שטעטל אויפן קומענדיגע יום טוב שבועות.
פילע אנשי שלומינו וואס האבן קיינמאל פארפאסט א שבועות מיטן ראש ישיבה אין וויליאמסבורג ווילן אויך היי יאר נישט אויפגעבן דעם געהויבענעם געשמאקן שיינעם יום טוב מיטן ראש ישיבה, און מעלדן זיך איין ביי די איינוואוינער וואס זענען וואויל באקאנט מיט די ווארימע הכנסת אורחים.
וואך איין וואך אויס איז דער שטעל פול מיט פילע געסט וואס קומען באזוכן דעם שיינעם פלאץ און האלטן מיט א שבת אין קרית ברסלב ליבערטי, און זיי קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן פונעם שיינעם און ריינעם שטעטל, ווי אלע לעבן א פשוטע און פרייליכע לעבן, און לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבין. זיי קוקן צו מיט ווינדער ווי אלע איינוואוינער אפילו די קליינע קינדער זעט מען אלץ אדער כאפן א שפאציר און שמועסן זיך אויס מיטן אייבערשטן, אדער איז מען אין בית המדרש מיט א ספר אין האנט, זאל עס זיין תהלים, א חומש, א משניות צי א תהלים.
צוליב וואס עס ווערן ערווארטעט א ריזיגער פלייז פון פילע אנשי שלומינו פון איבער גרעיטער ניו יארק וואס וועלן קומען מיטהאלטן דעם יום טוב אין שטעטל איז דער ראש ישיבה ארויסגעקומען מיט א רוף צו די איינוואוינער אין קרית ברסלב אז מען זאל נאך מער און נאך ברייטער עפענען די טירן און אריינעמען וויפיל געסט נאר מעגליך אויף יום טוב.
מְרוֹמָם הוּא אֱלָהִין, בְּקַדְמָא וּבַתְרַיְתָא, צְבִי וְאִתְרְעִי בָן, וּמְסַר לָן אוֹרַיְתָא
📸 ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג באצירט לכבוד שבועות תש"פ
📸 ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל פרעמישלאן ווערט באצירט מיט בלומען שבועות תשע"ט
📸 ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל העיס אויסגעצירט לכבוד שבועות תשע"ח‎
📰 הערליכע יום טוב אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי ראש השנה תשפ"א
📰 הערליכע יום טוב אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי יום כיפור תשפ"א
📰 געהויבענע יום טוב אין שטעטל מיטן ראש ישיבה שליט"א פסח תשפ"א
📰 שיינע שיעור הכנה לחג השבועות תשע"ט
📰 שיינער יום טוב שבועות און שבת באווארפן ביים ראש ישיבה תשע"ט
📖 די קורצע תיקון ליל שבועות פון קרן הדפסה היכל הקודש
📰 הערליכע יום טוב שבועות אין ביהמ"ד היכל הקודש בארא פארק מיט הרה"ג ר' יצחק לעססער שליט"א
📰 תיקון ליל שבועות ווערט איבערגעדרוקט