קרעדיט: מו"ה אלי קנאל הי"ו - פּלען איט רייט 845-678-3555
שטייענדיג ערב ראש חודש אב, בלויז צוויי חדשים בעפאר ראש השנה, איז וויכטיג צו אויפמערקן דעם ציבור, אז "דער לעצטער מינוט" איז שוין אנגעקומען... פילע באמערקן אין די טעג אז זייער פאספארט לויפט-שוין-אָפּ/איז-שוין-אפּגעלאפן, טיילווייז צוליב וואס פילע האבן נישט גענוצט דעם פאספארט פאראיאר, האבן אסאך פארזען דעם אפלויף דאטום.
דערפאר קומען מיר דא מיט א וויכטיגע אלערט: קוקט שוין היינט איבער אייער פאספארט, אויב זעט איר עס לויפט אפ בעפאר צום גדליה תשפ"ב הבעל"ט, דארף מען תיכף ומיד באנייען דעם פאספארט. מען קען שוין נישט אפלייגן, בפרט ווען עס איז באריכטעט אז די פאספארט אפיסעס זענען יעצט היבש איבערגעפולט מיט אפליקאציעס, און זענען דערפאר שטארק הונטערשטעליג מיט די ארבעט.
פון די אנדערע זייט איז דא גוטע נייעס, אז כאטש רוב לענדער פארלאנגען אז מען דארף האבן א פאספארט וואס איז גילטיג פאר גאנצע זעקס חדשים נאכדעם וואס מען קומט אן, איז די רעגולאציע אין אוקריינע אז עס איז זיי גענוג אז דער פאספארט לויפט נישט אפ ביז דער ריטוירן טיקעט. דאס מיינט אז ווען מען נוצט א פאספארט וואס לויפט שוין אפ בעפאר די קומענדיגע זעקס חדשים, וועלן זיי זיין צופרידן און אריינלאזן, אויב מען ווייזט זיי אז מען האט א טיקעט אהיים צו פארן בעפאר דער פאספארט לויפט אפ. 
*
אין אנדערע נייעס איבער די טיקעטס קיין אומאן, זעט מען ווי דער עולם קויפט שוין טיקעטס אין גרויסן. בפרט איז שטארק פאפולער דער "טשארטער פלייט" פון "פלען איט רייט", וואס אנטשפרעכט צו זיין בעז"ה א גאר גוטע עקספריענעס פאר אלע רייזענדע. דער פליגער וועט האבן בלויז אידן, עס וועט האבן די בעסטע סערוויס, עס וועט זיין א באקוועמע "דריעמליינער" פליגער. און וועט קאסטן בלויז $1,750 א טיקעט. דער טשארטער וועט בעז"ה ארויספארן מוצש"ק אום 1:30 נאך חצות הלילה פון נוארק ניו דזשערסי, און וועט בעז"ה אנקומען קיין קיעוו אום 7:00 פארנאכטס ערב ליל זכור ברית. אויף צוריק וועט מען זיך ארויסלאזן בעז"ה צום גדליה אום 5:00 פארטאגס, און מען וועט זיין צוריק אין ניו יארק בעז"ה צום גדליה אום 11:45 פארמיטאג. אנגעפילט מיט ישועות און רפואות, און געפועלט אלעס גוטס.
אויך זענען דא נאך אפציעס פאר ווער עס וויל צאלן ביליגער. מען קען קויפן גרופ טיקעטס פון טורקיש ערליינס, לאט ערליינס, לופטהאנזא עירליינס און נאך.
פאר מער אינפארמאציע איבער טיקעטס קיין אומאן אויף ראש השנה הבעל"ט קען מען רופן פּלען איט רייט אויף 845-678-3555 עקסטענשאן 5.
קיינער טאר נישט פעלן
📰 בעט רעזערוואציעס אינעם בנין פון אנשי שלומינו
📰 אוקראַינע רעגירונג פאַרשפּרעכט אַן אָפענעם גרעניץ פאַר ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט
📜 רעד שיין צו דיין ווייב וועט זיך דיר לאזן פארן קיין אומאן אויף ראש השנה
📚 קונטרס "ראש השנה ביי צדיקים"
💿 ניגונים פון תשובה - וואקאליש
📚 קונטרס "קריך ארויס פון שמוץ"

📚 קונטרסים אויף שמירת ענינים, עצות און חיזוק