די הייליגע ברסלב'ע ישיבה איז שוין גאר שטארק באקאנט אין די היינטיגע טעג, עס איז ברייט באוואוסט די גרויסע פעולות פון די הייליגע ישיבה, סיי וואס מען קען זען אויף די טייערע בחורים, הכרת פניהם ענתה בם, די תורה און תפלה, די יראת שמים און מדות טובות, וואס זיי האבן זיך איינגעקויפט בין כותלי הישיבה; און סיי די געוואלדיגע שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט יעדן טאג אין ישיבה, און ווערט געהערט דורך פילע צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט, וועלכע זענען זיך מחי' מיט די דרשות, און גלייכצייטיג מיט די "חיזוק יומי" טעגליכע קורצע אויסצוגן פון די דרשות, - וואס גאר אסאך אידן זאגן עדות אז די דרשות האבן געטוישט זייער לעבן צום גוטן אין אלע הינזיכטן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. פילע זענען זיך מחיה מיט די הערליכע ניגונים פון אמונה וואס האט איינגענומען די וועלט, אזוי אויך שעפן פילע אידן זייער גאנצע אידישקייט און לעבן פון די הייליגע בריוו פון די קונטרסים "עצתו אמונה", וואס ווערט פארשפרייט און צוכאפט דורך טויזנטער אידן וועכנטליך.
 
עס איז זייער מערקווירדיג דער גרויסער חילוק וויאזוי עס האט אויסגעזען מיט יארן צוריק ווען די ישיבה איז געעפנט געווארן, ביז היינט. אין אנהויב האט מען פארטריבן די בחורים און נישט געוואלט הערן בכלל פון די ישיבה, נישט באגרייפנדיג די געוואלדיגע תועלת וואס די הייליגע ישיבה ברענגט פאר די בחורים און פאר יעדן איינעם, און אצינד איז דאס פונקט פארקערט, ווען עס הערשט אזא צמאון א דארשט אויף די ישיבה, לא צמא ללחם ולא צמא למים, אידן שפירן פאר א גרויסע זכי' צו קענען האבן א חלק אין די געוואלדיגע פעולות פון די הייליגע ישיבה, לשמוע את דבר ה'.
 
די נאכפראגע איז שוין אזוי שטארק אז פארגאנגענעם יאר האט מען בשום אופן נישט געקענט נאכקומען דער פארלאנג, פון אלע זייטן האט מען געבעטן אז די בחורים זאלן ארויפצוקומען צו זיי אום פורים, און דאס איז ב"ה געווען גאר שיינע הכנסה פאר די הייליגע ישיבה.
 
אזוי ווי די צייט זייער באגרעניצט. וועט מען נישט קענען ארויפגיין צו קיינעם נאר מיט א פאראויס באשטימטע אפוינטמענט. רופט 917-232-9070 צו באשטעלן די בחורים צו קומען משמח זיין ביי אייך אום פורים.
 
ליהודים היתה אורה ושמחה!
 
📰 ברסלב פריים שלאגט ווארצלען
📸 פורים קטן תשפ"ב אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי
📖 ספרים אויף פורים פון מוהרא"ש זי"ע
🛒 ספרים און קונטרסים אויף פורים
📰 פורים המשולש תשפ"א אין ישיבה
🎧 דרשה ביים סעודת שושן פורים תשפ"א
📰 פורים תשפ"א אין היכל הקודש אין ירושלים
📰 דער ראש ישיבה רעדט צו די קינדער איבער זיך פארשטעלן פורים
📜א בריוו פון ראש ישיבה וויאזוי עס איז דורך פורים אין ישיבה
 
📰 ספר "איש יהודי" אויף מגילת אסתר פון ראש ישיבה שליט"א