דער נייער "קרית ברסלב בלעטל": שענער, בעסער און גרעסער
כד אלול תשפ"א 📝
קרעדיט: מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו
ווען דער בארימטער "קרית ברסלב בלעטל" איז ערשינען צום ערשטן מאל פאר פונקט צוויי יאר צוריק אויף ראש השנה שנת תש"פ האט מען זיך נישט געראכטן אויף אזא הצלחה בס"ד. געלויבט דער אייבישטער אז מען הערט צוריק פון פילע אידן ווי סאך דער בלעטל האט שוין אויפגעטון אין די קארגע צוויי יאר.
גאר שטארק האט געכאפט דאס אויג "די מעשיות פון תפלה" אינעם גליון, מענטשן האב געזען "אינגעלייט" שרייבן פערזענליכע מעשה וואס זיי האבן געהאט, ווי דער אייבישטער הערט אויס יעדעם איינעם אויף יעדע זאך, און האבן זיך געעפענט די אויגן אז בעטן דעם אייבערשטן "מיינט מיר אויך", איך קען אויך בעטן יעדע זאך דעם אייבערשטן, איך דארף נישט שרייען און זיך רעגן אויף מיינע ארומיגע ווען עפעס גייט נישט ווי איך וויל, קיינער איז נישט שולדיג אויף מיינע פראבלעמען, עס איז פשוט דער אייבישטער וויל מיר דערמאנען איך זאל רעדן צו אים און אים בעטן וואס איך וויל, און דער אייבערשטער העלפט.
באזונדער האבן פילע אידן זייער הנאה געהאט פון די "נייעס אין שטעטל", מענטשן גלייכן נייעס, מען וויל מיטהאלטן וואס ס'טוט זיך, בפרט ווען עס בויעט זיך א נייע שטאט, און נאך מער ווען עס רעדט זיך פון א "ברסלבע שטעטל", א זאך וואס איז נישט געווען ביז היינט אין אמעריקע, א שטעטל וואו אלע לעבן מיטן אייבערשטען, קינד און קייט לעבן מיט די עצות פונעם הייליגן רבי'ן.
גאר שטארק האבן זיך אידן צוגעכאפט צו די "בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א" ווי מען ליינט יעדע וואך א פאסיגע בריוו פאר די צייט, פון וואס אלע נעמען הדרכה חיזוק און עצות, און שטייגן אין עבודת ה' מיט די הייליגע ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א.
אלע טייערע קינדער האבן דאס מערסטע ארויסגעקוקט אויף די "חידות אפטיילונג", וואס איז געשטעלט אריינצוברענגען אין די קינדער, צו קענען די שיחות און לעבן די שיחות פון הייליגן רבין.
דאס איז אלעס געווען ביז יעצט. אבער יעצט האבן מיר א גוטע בשורה, אז נאך גאנצע צוויי יאר פונעם שיינעם בלעטל, האט דער וועד פונם בלעטל האט באשלאסן אז איז צייט צו גיין מעלין בקודש און ארויפגיין א שטאפל מיט דעם בלעטל, וואס איז גאר וויכטיגט בפרט ווען עס קומט אריינצוברענגען דעם הייליגן רבינ'ס עצות דארף מען אלץ זען וויאזוי מען קען מאכן בעסער און שענער, אז נאך א מענטש זאלן וועלן הערן פון די עצות וואס דער הייליגער רבי האט אונז צו פארקויפן.
צום ערשט איז דער בלעטל שטארק פארשענערט געווארן מיט א גאר פראפעסיאנאלן אויסשטעל וואס איז געשמאק צום אויג צום ליינען, און אויך האט מען צוגלייגט נאך בלעטער און אנגעפילט מיט פילע נייע אפטיילונגען מיט שיינע און רייכע תוכן.
צום ערשט איז צוגעקומען דער פרישע אפטיילונג "היכל הקודש נייעס", וואס דארט וועט ווערן געדעקט די נייעס אינערהאלב קהילות היכל הקודש.
אויך איז געווארן צוגעלייגט אן אפטיילונג "א מעשה פון א צדיק", וואס וועט אנטהאלטן בעז"ה יעדע וואך א שיינע מעשה פון א צדיק שיין און דראמאטיש ארארפגעלייגט. ווי באקאנט רעדט דער דער ראש ישיבה שליט"א כסדר איבער די שטארקע וויכטיגקייט שטענדיג ליינען און פארציילן מעשיות פון צדיקים, וואס וועקט אויף דעם איד ער זאל וויסן אז אויך ער קען נאכמאכן דעם צדיק.
דערנאך איז צוגעלייגט געווארן א "פארזעצונג אפטיילונג", וואס וועט האבן א לאנגע שפאנענדע אמת'ע מעשה צוטיילט אין וועכענטליכע פארזעצונגען. אלץ דער ערשטער מעשה אינעם אפטיילונג וועט פארציילט ווערן די העכסט דראמאטישע מעשה פון די נסיעה פון הייליגן רבינ'ס קיין ארץ ישראל. וואס וועט האלטן געשפאנט קינד און קייט פאר א לאנגע וואכן, ביז די דראמאטישע ענדע, וואס וועט בעז"ה גלייך נאכפאלגן מיט א נייע שפאנענדע פארזעצונג.
אזוי זענען אויך צוגעלייגט געווארן נאך פילע אינטערסאנטע אפטיילונגען, וואס אלע ליינער וועלן מיטן אייבערשטענ'ס הילף שטארק הנאה האבן.
פילע האבן זיך סובסקרייבט צו באקומען דעם שיינעם גליון יעדע וואך, מיט וואס אלע אין שטוב די טאטע, מאמע קינדער זענען זיך מחיה יעדע וואך. זיך איינצושרייבן צו באקומען דעם גליון אדער די אנדערע גליונות רופט אין אפיס פון קרן הדפסה 718-387-2691 עקסטענשאן 3.
פאר הערות און קאמענטארן וויאזוי צו פארבעסערן דעם גליון קענט איר שטענדיג רופן 347-379-1161
📌 דער נייער קרית ברסלב בלעטל
📰 פדיון נפש פאר ראש השנה
💳 לינק צו פדיון נפש
📸 א' סליחות ביים ראש ישיבה אין וויליאמסבורג
📸 פדיון נפש ביים ראש ישיבה ערב ראש השנה תשע"ט
📰 לעצטע אפדעיטס פון די נסיעה קיין אומאן
📚לוח ברסלב תשפ"ב אידיש
📰 ברסלב פריים שטארק פאפולער ביי אנשי שלומינו
📰 איבערזיכט איבער די גליונות פון היכל הקודש - טבת תשפ"א