הונדערטער באגלייטן מיט גרויס צער הבחור החשוב שמעון ענדצווייג ע"ה
ה ניסן תשע"ט 📝
נעכטן איז פארגעקומען די לוי פון הבחור החשוב שמעון ענדצווייג ע"ה וואס איז אוועקגעריסן געווארן פון אונז אין אינגן עלטער פון 18 יאר, נאכדעם וואס ער איז אריבערגאנגען עטליכע יאר פון יסורים און מוטשענישן, וואס ער האט אלעס מקבל געווען באהבה.
דער נפטר ע"ה האט פארברענגט די לעצטע 3 יאר אין די הייליגע ווענט פון ישיבה תפארת התורה ברסלב וויליאמסבורג, ווי ער איז געזיצן און געלערענט מן הבוקר ועד הערב, מיט גאנצע הויפענעס ספרים.
דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט ביים הספד ווי מ'האט געזען די קבלת יסורים באהבה פון שמעון, ווי טראץ אלע זיינע ווייטאגן און יסורים - צו די וואונדער פון אלע דאקטוירים וואס האבן געוויסט וואס אלץ ער גייט דורך - האט ער אייביג געהאט א שמייכל אויפן פנים, און אלץ געענטפערט "ברוך השם" מיט א שמייכל פאר יעדעם וואס האט אים געפרעגט וואס ער מאכט.
דער ראש ישיבה האט אראפ געלייגט ווי ער פלעגט זיך אויסמועסן דאס הארץ צום אייבערשטן, בפרט פלעגט ער מאכן א סטאנציע ביי ברכת "רפאינו" ביי שמונה עשרה פון יעדע תפלה יעדן טאג, וואו ער פלעגט פארריגסן טייכן טרערן און זיך איינבעטן ביים אייבערשטן כבן המתחטא לפני אביו, און ווען די בחורים פלעגן צוריק קומען פון פרישטאג פלעגט מען אים נאך טרעפן אויף זיין פלאץ אינמיטן שמו"ע.
דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט וויפיל ער האט אלץ אנגעיאגט אין די קורצע צייט דורכצולערענען כמעט כל התורה כולה, אריינגערעכענט צוויי מאל ש"ס, און בערך אכציג מאל משניות.
והחי יתן אל לבו
שמעון ע"ה'ס צווייטע סיום הש"ס א יאר צוריק
שמעון ווערט אויפגענומען מיט פרייד אין קעמפ נאכן אהיים קומען פון שפיטאל
די הספד פונעם ראש ישיבה ביים לוי'
בריוו פון דינסטאג איבער די פטירה פון שמעון ע"ה
בריוו פון מיטוואך איבער די הספד אויף שמעון ע"ה