וועד האש"ל פארמירט אין שטעטל; גרייט זיך אויפצונעמען די פילע געסט
ז אייר תשפ"א 📝
אין שטעטל טוט זיך פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צו קענען אקאמאדירן די פילע געסט וואס מעלדן זיך צו קומען פראווען דעם הייליגן יום טוב שבועות און אפרעכטן דעם יום טוב פון "קבלת התורה" אויף די בערג פון קרית ברסלב ליבערטי.
די פילע איינוואוינער פון שטעטל זענען מוכן ומזומן אויפצונעמען די פולע געסטן. אלע גרייטן צו זייערע הייזער און צימערן, און פולן אן זייערע שטובער מיט בעטן און מאטראצן צו מאכן פלאץ פאר די פילע אנשי שלומינו וואס וועלן קומען צוזאמען מיט זייערע משפחות וויילן אויף יום טוב אין שטעטל, צוזאמען מיטן ראש ישיבה שליט"א.
עס האט זיך פארמירט א "וועד האש"ל" אין שטעטל, וואס געבט זיך אפ מיט אלעם נויטיג צו קענען אויפנעמען די געסט מיט אלע געברויכן, ווי גענוג בעטן, צימערן, עסן, און אזוי ווייטער. מען ארבעט אינאיינעם מיטן בית התבשיל, מיט די הנהלה פון שטעטל, מיט די באזאר אין שטעטל, צוצושטעלן אלעס וואס פעלט נאר אויס.
אזוי האבן זיי גענומען אויף זיך די אויפגאבע אז אלע אנשי שלומינו וואס ווילן קומען אויף יום טוב, און זוכן אן אכסניא, וועלן זיי בעז"ה צושטעלן פיינע דירות פאר די אלע משפחות.
דער נומער פון וועד האש"ל איז 718-306-2448
גְּדוֹלָה הַכְנָסַת אוֹרְחִים יוֹתֵר מִקַּבָּלַת פְּנֵי הַשְּׁכִינָה (שבת קכ"ז)
📰 דער ראש ישיבה וועט בעז"ה וויילן שבועות אין שטעטל
📸 די קינדער פון חדר מאכן א ברכה אויף די ביימער, זונטאג תזו"מ תשפ"א
📸 א קריאת שמע ליינען אין שטעטל, אלול תש"פ
📸 ברסלב באזאר
📸 נייע באס פאר די מוסדות אין שטעטל
🎞️ די זיסע קינדערלעך אין שטעטל לייגן אראפ א דאווענען חנוכה תשפ"א
📸 הושענה רבה תשפ"א אין שטעטל - עס ווערט פארטיילט הושענות פונעם פעלד פון מו"ה יואל מענדלאוויטש הי"ו
🎞️ הושענא רבה תשפ"א אין שטעטל מיטן ראש ישיבה שליט"א
🎞️ שמחת בית השואבה אין שטעטל סוכות תשפ"א
📰 קורצע תיקון ליל שבועות ווערט פריש איבערגעדרוקט דורך די קרן הדפסה
🎞️ זיכוי הפת אויפן עירוב אין שטעטל - ערב פסח תשפ"א
📜 דאווענען אום יום טוב שבועות מיט ברסלב'ע חסידים
📸 קמחא דפסחא ע"י בית התבשיל קרית ברסלב ליבערטי - פסח תשפ"א