ווערט געזוכט א קעמפ פאר די ישיבה פאר זומער תשפ"א
ג אייר תשפ"א 📝
אין די זומער וואכן ווען די גאסן אין די גרויסע שטעט ווערט אומדערטרעגליך איבערצוטראגן בגשמיות און ברוחניות, סיי די היצן זענען גאר שטארק, און סיי די אויגן "טוען זייער וויי", די גויים גייען אנגעטון אויף א געפערליכע נידעריגע וועג, ממש אזוי ווי... גוים טוען. אידישע קינדער דראפען זיך אויף גראדע ווענט צו קענען היטן די אויגן.
דערפאר האט דער ראש ישיבה אריבערגעפירט די ישיבה צו א קעמפ אין די אלע זומערס אין די פארגאנגענע יארן, ווי די בחורים האבן אויסגענוצט די זומער וואכן אינעם ריינעם קעמפ צו לערנען אסאך תורה, און אסאך רעדן צום אייבערשטן צויישן די גראז און ביימער.
פילע קעמפס האבן שוין געהאט די זכות צו האבן די ברסלבע בחורים פארברענגען די זומער וואכן ביי זיי, אויך האט מען געהאט די זכיה עטליכע מאל אז מוהרא"ש איז ארויסגעקומען און געזאגט א דרשה פאר די תלמידים. בפרט געדענקען די בחורים גוט איין מאל בשנת תש"ע וואס מוהרא"ש זי"ע האט געוויילט א גאנצע שבת אין קעמפ, וואו די בחורים האבן געהאט די געלעגענהייט צו דאווענען און הערן פילע דברי תורה און עסן די סעודות שבת קודש אינאיינעם מיט מוהרא"ש זי"ע.
מען קען נישט שרייבן איבער דעם קעמפ אָן דערמאנען כאטש בקיצור וואס איז אריבער אין קעמפ זומער תשע"א ביי האריקעין איירין. מוהרא"ש איז דאן ארויסגעקומען אין קעמפ יענעם חמשה עשר באב, און האט געזאגט ביים דרשה פאר די בחורים אז זיי זאלן ענדיגן גאנץ מסכת תענית - 30 בלאט, יעדן טאג פאר פערציג טעג ביז ראש השנה, און בזכות דעם וועלן זיי טרעפן זייער שידוך גרינג און שנעל. פון יענעם טאג, איז נישט געווען צו וועם צו רעדן אין קעמפ. די בחורים זענען געזעצן א גאנצן טאג מיט די גמרות און זיך נישט געלייגט שלאפן ביז זיי האבן געענדיגט די גאנצע מסכת. דאן איז אונטערגעקומען דער נסיון פון האריקעין איירין. עס האט אזאנס גע'מבול'ט, די וואסער פון די דערנעבענדיגע טייך האט זיך כסדר געהויבן מיט יעדע מינוט, ביז דער גאנצער קעמפ איז געווארן ווי איין ריזיגער ברייטער טייך מיט עטליכע פוס וואסער, מען האט אין איילעניש געמוזט אנטלויפן פון קעמפ, די בחורים האבן געכאפט בלויז צוויי זאכן, זיי זענען געלאפן מיט זייערע תפילינ'ס און מיט זייערע גמרות מסכת תענית. פילע זענען אנגעקומען צו א פייער סטאנציע וואו זיי זענען געזיצט אויף דער ערד און ... יא, זיי האבן געלערנט מסכת תענית. זיי האבן עס געמאכט. דער סמ"ך מ"ם האט נישט אויסגעפירט, און אויך אינעם גאנצן איבערקערעניש האבן זיי געענדיגט דעם גאנצן מסכת. נאך ראש השנה, האבן זיך טאקע אנגעהויבן די שמחות. איינס נאך די אנדערע זענען די בחורים געווארן חתנים, נאכדעם וואס אין די יאר פריער תשע"א, איז כמעט נישט געווען קיין חתנים, זענען אין די עטליכע חדשים פון יאר תשע"ב געווען גאר גאר אסאך חתנים, אלעס אין זכות פון פאלגן א צדיק, און טון וואס ער הייסט.
און דאס ווערט איבערגעחזרט יעדעס יאר, די בחורים לערנען פלייסיג גאנץ זומער, און כסדר קומען פאר סיום הש"ס'ן אין קעמפ ווי אינגע בחורים האבן זוכה געווען לברך על המוגמר, און פראווען זייער סיום הש"ס צוזאמען מיט זייער משפחה, און מיטן ראש ישיבה.
אבער ווען עס קומט חמשה עשר באב, הייבט זיך אָן יעדעס יאר "אפעראציע מסכת תענית", ווי די בחורים ווערן ממש צוגעקלעבט צו די גמרות, און די סגולה פון די צדיק איז א נצחיות, און דער אייבערשטער שיקט צו גוטע שידוכים פאר די בחורים איינע נאך די אנדערע.
פאר דעם יאר תשפ"א, האט נאך די ישיבה דערווייל נישט געטראפן קיין קעמפ. דער ראש ישיבה איז העפטיג פארנומען די טעג מיט זוכן א פאסיגע פלאץ פאר די טייערע בחורים. דער ראש ישיבה זאגט אז ער זוכט צו האבן בלויז א קליינע קעמפ. עס דארף נישט האבן מער פון איין באנגעלאו פארן ראש ישיבה, מיט באנגעלאוס פאר נאך ארום 35 בחורים, דער ראש ישיבה זאגט אז היי יאר וויל ער נאר נעמען די בחורים וואס האבן נישט קיין טעלעפאן. דער ראש ישיבה איז ארויס מיט א בקשה אז ווער עס ווייסט פון א קעמפ צו פארדינגען זאל זיך ביטע ווענדן צום ראש ישיבה.
"אִם הָיִיתָ זוֹכֶה לִשְׁמֹעַ אֶת קוֹל הַשִּׁירוֹת וְהַתִּשְׁבָּחוֹת שֶׁל הָעֲשָׂבִים... כַּמָּה יָפֶה וְנָאֶה כְּשֶׁשּׁוֹמְעִין הַשִּׁירָה שֶׁלָּהֶם" (שיחות הר"ן, קסג)
💬 בעסער רעדן צום אייבערשטן אין פעלד, אדער ענדערש אינדערהיים?
📜 גיי שפאצירן צווישן גראז און שמועס זיך אויס מיטן אייבערשטן
🎧 חמשה עשר באב תשע"א אין קעמפ. מוהרא"ש ברענגט שידוכים
📸 מוצש"ק מטות מסעי תש"פ - מלוה מלכה אין קעמפ
📸 קעמפ תשע"ד
📸 דער ראש ישיבה שליט"א טיילט נאכטמאל אין קעמפ אין יאר תשע"א
📸 די בחורים האקן שטיקער אויף מסכת תענית אין קעמפ
▶️ ס'קומט שידוכים מיט מסכת תענית
📸 מוהרא"ש אויף א שבת אין קעמפ בשנת תש"ע
📸 מוהרא"ש באזוכט אין קעמפ דינסטאג מטות-מסעי תשס"ט
📸 תשס"ט - ערשטער זומער אין קעמפ
📜 די געוואלדיגע זכות פון צושטעלן א קעמפ פאר די זומער טעג
📰 דער "יערליכער סיום הש"ס אין קעמפ" פון הרב יעקב משה אינדארסי שליט"א
📰 בחורים לערנען פערציג מאל מסכת תענית ביז ראש השנה
🎦 דראמא: דער קעמפ ווערט אוועקואירט ביים האריקעין איירין
📰 נאך נייעס פון קעמפ
📜 נאך בריוו איבער קעמפ