בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6 - צניעות איז א חשיבות
צניעות, שטעטל, קעמפ

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, ט"ו מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים, משפחת ... שיחיו.


איך האב ערהאלטן די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האב זייער הנאה געהאט אז איר זענט געקומען זוממער אין קעמפ "מחנה תפארת התורה ברסלב, מאנטיסעלאו" - זיין צוזאמען מיט אנשי שלומינו, זיך מחזק זיין מיט די ליכטיגע עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך הער אז איר הייבט אן בקרוב בויען אייער הויז אין שטעטל קרית ברסלב; דאס איז פאר מיר א גרויסע שמחה, איך פריי זיך צו האבן אזעלכע חשוב'ע משפחות ביי אונז אין קרי'. משפחות וואס צניעות איז ביי זיי א חשיבות, אן ארויפגעקוקטע זאך. דאס וועט העלפן אונזערע קינדער און קינד'ס קינדער זאלן זיך האלטן ערליך און הייליג.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט ענק, וועט איר זוכה זיין צו נאך ניסים ונפלאות.

#5 - דאס חשיבות פון ארבעטן פאר'ן מוסד
מוסדות, קעמפ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האב יעצט גערעדט מיט די מנהלת מרת ... תחי'; זי דערציילט אויף דיר גרויסע זאכן, אז די גאנצע חיות אין קעמפ ביי די מיידלעך קומט פון דיר. ווען דו ביסט מיט די מיידלעך הערשט א חיות און א געשמאק.


דערפאר שרייב איך דיר אפאר חיזוק ווערטער אז דו זאלסט וויסן דאס חשיבות פון ארבעטן פאר'ן מוסד; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ווי אויפברענגען קינדער על דרך התורה והיראה.


איך ווייס אז עס איז נישט גרינג; איך אליינס פאל פון די כחות פון ארבעטן מיט בחורים וכו', וכו', אבער אנשטאט אויפהייבן מיינע הענט און אויפגעבן הייב איך אויף מיינע הענט צום אייבערשטן, איך בעט אים איך זאל מצליח זיין מיט יעדן תלמיד, אזוי האב איך כח ווייטער אנצוגיין.


איך בין דיר דאנקבאר פאר אלעס וואס דו טוסט מיט די מיידלעך; פאר יעדן טאג וואס דו ביסט מיט זיי, פאר יעדע מינוט און פאר יעדע רגע.


א גריס פון דיין מאן, איך האב אסאך נחת פון אים.

#4 - טראכטן פון יענעמ'ס געפילן
מדות טובות, חיזוק פאר מיידלעך, קעמפ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בלק, ט"ו תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


די מעשיות וואס דו דערציילסט מיר, ווי מען געבט אכטונג אויף יעדע מיידל'ס געפילן, אפילו ווען א מיידל קען נישט טאנצן – מאכט מען נישט חוזק פון איר, און ווען א מיידל רופט זיך אן נישט קלוגע רייד – מאכט מען נישט קיין געשפעט, נאר מען שמועסט ווייטער כאילו לא הי'; די מעשיות מאכן מיר זייער פרייליך, זעענדיג אז די תלמידות פון "בית פיגא" טראכטן אויך פון יענעמ'ס געפילן.


שטארק זיך ווייטער מיט דיינע גוטע מידות; נאך אביסל וועסטו טרעפן א גוטע שידוך.


פון דיין ראש ישיבה.

#3 - כ'האף דו וועסט ארויסקומען פאר א באזוך אין קעמפ
חברים, דרשות, קעמפ

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך בענק זיך זייער נאך דיר, איך האף אז דו וועסט ארויסקומען פאר א באזוך אין קעמפ; איך וויל נישט עס זאל אריבערגיין צען גאנצע וואכן וואס מיר וועלן זיך נישט זען.


דיין חבר, האברך ... נרו יאיר איז געווען דעם שבת אין קעמפ, ער איז געקומען צו פארן פון ארץ ישראל ביז אמעריקע צו זיין פאר "איין שבת" צווישן אנשי שלומינו. ער זאגט אז ער דארף דאס האבן פאר "לופט", אקסידזשען; איז דאך זיכער אז דו דארפסט קומען פון ברוקלין צו קעמפ, א וועג פון צוויי און אהאלב שעה זיך מחזק זיין מיט אנשי שלומינו.


איך פריי זיך זייער יעדע מאל וואס דו שרייבסט מיר דיינע סיומים אין משניות און אין מסכתות פון ש"ס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


פון דיין ראש ישיבה וואס בענקט זייער נאך דיר.

#2 - נוץ אויס די קעמפ ווי עס דארף צו זיין
שידוכים, מדות טובות, חיזוק פאר מיידלעך, קעמפ

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב זייער האנה צו הערן פון אונזער חשוב'ע מנהלת מרת ... תחי'  גוטע גריסן אויף דיר.


אויך הער איך פון אלע שיינע זאכן אויף דיר; פון דיינע גוטע מדות, פון דיין גוט הארץ ווי דו געבסטו אכטונג אויף אנדערע מיידלעך, אויך ער איך אז דו פירסט זיך בצניעות.


וויל איך דיר מחזק זיין דו זאלסט זיך ווייטער פירן אויף דעם שיינעם וועג, אזוי וועסטו זיך איינקויפן די וועלט – דו וועסטו באקומען א גוטע נאמען און טרעפן א גוטע שידוך, און אויך וועסטו זיך איינקויפן יענע וועלט – דו וועסט באקומען שכר פונעם אייבערשטן.


יעצט ווען מיר געפונען זיך אין קעמפ צווישן די גראז און ביימער איז א גוטע צייט צו גיין אביסל שפאצירן צווישן זיי און זינגען צום אייבערשטן. אים דאנקען און לויבן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט אונז, בפרט אויף די חסד אז מיר ווייסן פונעם הייליגן רבינ'ס עצות וואס משיח וועט אויסלערנען פאר אלעמען, די עצה פון שמועסן מיט'ן אייבערשטן; אים דערציילן אלעס וואס גייט אריבער און אלעס וואס מען טראכט – פחדים, דמיונות, מחשבות רעות וכו', וכו'.


ווי מער מען געוואוינט זיך צו צו טון די עצה – אלץ מער ווערט דאס לעבן בעסער און זיסער.


זע צו זאגן תהלים יעדן טאג.


פון דיין ראש ישיבה.

#1 - אזא הייליגע פלאץ וואו אונזערע קינדער ווערן מחונך בקדושה ובטהרה
חיזוק פאר מיידלעך, מוסדות, קעמפ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חקת, ח' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


א גריס פון אייער זון ... נרו יאיר, איך בין אים זייער מקרב; איך האב אים איינגעלאדנט צו די שבת'דיגע סעודות. אויך ביים דאווענען דאוונט ער נעבן מיר, ער פירט זיך מיט יראת שמים.


נעכטן – נאכן זיין ביי די מיידלעך, זעענדיג פון דער נאנט זייער צניעות און דרך ארץ האב איך אויפגעהויבן מיינע הענט צום אייבערשטן מיט לויב און דאנק אז מיר האבן זוכה געווען צו האבן אזא הייליגע פלאץ וואו אונזערע קינדער ווערן מחונך בקדושה ובטהרה.


איך האב געזאגט פאר די וואס מאכן דעם עירוב אין מיידל קעמפ אז יעצט פארשטיי איך פארוואס מען האט געמאכט דעם עירוב מיט רויטע בענדל, ווייל אזא קעמפ מוז מען ארומנעמען מיט א רויטע בענדל אנטקעגן אן עין הרע.


שטארקטס אייך און זייטס מחזק די מיידלעך.


אין די קומענדיגע וואכן וויל איך איבערגיין מיט אייך דעם פלאן פאר'ן קומענדיגן יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.