Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • מען מאכט א נייע צוים ארום די סווימינג פול אין מחנה אילן החיים

    אין מחנה אילן החיים לערנען די קינדער און די בחורים זייער פלייסיג, און אין די פרייע צייטן געבט מען פאר די קינדער אינהאלטסרייכע אקטיוויטעטן וואס געבט זיי סיפוק און גרייט זיי אן צום לעבן.   דאס זעט זיך זייער שטארק ביים סווימינג פול, וואס האט געהאט א פראבלעם ביז יעצט, נאכדעם וואס דער פלאץ איז געווארן אפגעקויפט פון אידן וועלכע האבן נעבעך נישט געוויסט צופיל פון אויבערשטן רח"ל, האט מען - פארשטייט זיך - נישט געקענט נוצן דעם סווימינג פול איידער מען מאכט א געהעריגע גרויסע מחיצה וואס זאל עס ארום נעמען. ביז יעצט איז עס געווען ארומגענומען אויף א פראוויזארישע און ביליגע וועג מיט גרויסע בלויע שלאקן, וואס איז במשך יעדן ווינטער חרוב געגאנגען און האט געדארפט איבערגעמאכט ווערן יעדעס יאר, האט די מענעדזשמענט באשלאסן אז עס איז כדאי עס איבערצומאכן אויף א שטארקע פראמינענטע וועג.   מען האט באשלאסן צו מאכן דעם גדר גרעסער און העכער, און אנשטאט וואס עס איז געווען ביז יעצט דרייסיג ביי זעכציג פוס, וועט מען עס יעצט מאכן פערציג ביי פינף און זיבעציג פוס, אז עס זאל זיין גענוג פלאץ צו שפילן און פארברענגען אינעווייניג, אזוי אויך וועט מען מאכן שטארקע שטיבלעך וואו די קינדער וועלן זיך קענען איבערטון, אין צוגאב צו פעסטע בענק פון אלע זייטן די קינדער זאל זיך קענען זעצן און זיך אפרוען ווען זיי דארפן.   אינעם קעמפ לייגט מען א געוואלדיגע דגוש אז אין די פרייע צייט וואס די קינדער שפילן און פארברענגען פילט מען זיי אן מיט באלערענדע אקטיוויטעטן וואס זאל זיי געבן סיפוק און זיי אויסלערנען נוצבארע סקילס וואס וועט זיי צוגעבן צום לעבן וואס ערווארט זיי ווען זיי וועלן ווערן ערוואקסן, אנשטאט מאכן צוויי טיעמס וואס איינער זאל שרייען "קאלט" און דער צווייטער "הייס", אדער מען זאל דארפן אראפ ברענגען קונצן מאכערס פון די אנדערע עק וועלט, זענען די קינדער אויסגעלערענט צו זיין צופרידן, און זיי פרייען זיך צו קענען צוגעבן עפעס צו זייער סביבה.   יעצט האט מען אויך אריינגענומען די תלמידים אינעם "סווימינג פול פראיעקט". די קינדער קענען קוים ווארטן מען זאל זיי ערלויבן אונטער די אויפזוכט פון די געטרייע מלמדים און סטעף צו צולייגן א האנט. יעדן נאכמיטאג קענען די קינדער וואס האבן שוין געענדיגט זייערע שיעורים העלפן בפועל און גראבן און שלעפן און לערנען זיך אויס דעם גוטן טעם פון העלפן און צוזאם ארבעטן מיט די ארומיגע, א זאך וואס זיי וועלן מיטנעמען אויפן גאנצן לעבן.

    < זעה מער ב אב תשפ"ד 📝
  • נייע שיעור אין ליקוטי מוהר"ן דורכן ראש ישיבה שליט"א

    די בחורים אין ישיבה לעבן אויף אלע באקן אין מחנה אילן החיים. די בחורים לערנען פלייסיג די שיעורי הישיבה, די זעלבע ווען עס קומט צו דאווענען, זעט מען ווי די בחורים שפירן א חיות אינעם דאווענען,די בחורים פילן אן זייער פרייע צייט מיט פילע שיעורי תורה, אלע זאגן פילע פרקים משניות יעדן טאג, מען ענדיגט מסכתות פון ש"ס, מען זאגט תהלים, אלע ענדיגן מעביר סדרה זיין יעדע וואך. די איבעריגע פרייע צייט פארברענגען די בחורים געשמאק, מען פירט זיך מיט יראת שמים און מיט מידות טובות מען רעדט צום אויבערשטן. &nbsp; אין א שמועס מיט איינע פון די חשובע תלמידים יעקב רייכמאן הי"ו פארציילט ער אונז ווי די תלמדים לעבן א גאנצן טאג מיט'ן אויבערשטן, אפילו ביים עסן, שווימען, און שפילן, טוט מען עס מיטן אויבערשטן. ווען מיר האבן אים געפרעגט פאר א ביישפיל וואס הייסט "שפילן מיטן אויבערשטן", און וואס וואלט געווען ווען מען איז נישט מקורב צום רבי'ן, וויאזוי מען וואלט געשפילט, זאגט ער אונז אז אין ברסלב ווען עס שפילן צוויי טיעמס בעטן ביידע זייטן דעם אויבערשטן אז זיי זאלן געווינען דעם געים, און דערנאך ווען איינער געווינט וועלן אלע דאנקען דעם אויבערשטן, איין זייט "שכח אייבישטער אז מיר האבן געווינען", און די אנדערע זייט וועט דאנקען דעם אויבערשטן אז "זיי האבן געווינען". ער פארציילט ווי אלע תלמידים זענען צופרידן און פרייליך, און אפילו ווען עס איז דא א פאנטשער, און מען קען איינעם בלעימען, וועט מען זיך בלויז ווענדן צום אויבערשטן און אים בעטן ער זאל העלפן, וויסענדיג אז נאר אין אים ווענדט זיך עס. &nbsp; דאס יאר האט דער ראש ישיבה מחליט געווען אז מען וועט אנהייבן א נייע שיעור פאר די תלמידים א ספעצילע זומער שיעור. און אזוי ווי דער רבי האט געוואלט מען זאל לערנען אין ישיבה זיין ספר ליקוטי מוהר"ן, איז צייט מיר זאלן טון זיין רצון. און יעדן טאג - אויב די וועטער ערלויבט - גייען די בחורים מיט די תלמידים ארויס אין וואלד אונטער די שאטן פון די ביימער צום שיעור. דער שיעור קומט פאר אין מחנה אילן החיים הונטערן קליינעם בית המדרש טעגליך פון 2:30 ביז 3:00 ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר דעם רבי'נס תורה אויף א וועג מען זאל קענען ארויסנעמען דערפון עצות לעובדה ולמעשה. דער ראש ישיבה האט שוין אין די וואך פארגעלערעט דער ערשטער תורה, ווי דער רבי לייגט אראפ א יסוד אז א איד דארף לערנען תורה, כדי ער זאל האבן חן ביים אויבערשטן און זיינע תפלות זאלן ווערן אנגענומען. &nbsp; מען קען מיטהאלטן דעם שיעור אויף ברסלב סענטער, און אויף ברסלב עני טיים. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם

    < זעה מער יז תמוז תשפ"ד 📝
  • חמשה עשר באב: "מסכת תענית טומל" אין ישיבה תפארת התורה

    ווער עס קומט אריין אין ישיבה תפארת התורה ברסלב אין די טעג וועט געכאפט ווערן אין סורפרייז. כאטש די בחורים לערנען פלייסיג אין אלע חדשים אין יאר, ישיבה תפארת התורה איז א חידוש וואס איז נישטא אזוינס אין די גאנצע וועלט, עס האט נישט איר גלייכן אינעם סכום פון די צענדליגע טויזנטע בלעטער גמרא, פרקים משניות, וכו' וכו' וואס קומט ארויס פון דעם בית המדרש. אבער דאך אנגעהויבן פון חמשה עשר באב קען מען ממש נישט רעדן צו קיין בחור, "אנטשולדיגט איך האב נישט קיין צייט" וועסטו הערן ווען דו וועסט צוגיין צו סיי וועם, ער לויפט צו צום שאנק און עפענט אויף א גרויסע גמרא, און זעצט זיך לערנען פאר עטליכע שעה אין א ציה. וואס גייט דא פאר? איך זעה נישט קיין משגיח וואס צייכענט און טרייבט, וואס קען נעמען א אינגע בחור מיט הייסע בלוט און אים ממש ווי צוקלעבן צום באנק מיט א גמרא פאר שעות אריכות, אן קיין פרסות, אן קיין קנסות און אן קיין שעות רצופות קאמפיין? &nbsp; די געשיכטע הייבט זיך אין תשע"א, לאמיר איבערגעבן דאס ווארט פאר ראש ישיבה שליט"א וואס פארציילט עס הערליך אין א בריוו. &ldquo;געווען איז דאס זומער שנת תשע&rdquo;א, מיר זענען געווען אין קעמפ &ldquo;מחנה תפארת התורה ברסלב&rdquo; - עלענוויל ניו יארק, די דריטע יאר פון ווען איך האב געעפענט די ישיבה. דעמאלט איז נישט געווען קיין איין חתן אין ישיבה, ווייל מען האט זייער מבזה געווען די ישיבה, און מען האט ארויסגעלאזט א שלעכטע נאמען אויף מיר און אויף די ישיבה וכו&rsquo;, וואס דאס האט געברענגט אז מענטשן האבן מורא געהאט צו נעמען א בחור פון ישיבה פאר אן איידעם. יעדעס מאל מען האט אנגעטראגן א שידוך פאר איינעם, און יענער האט געהערט אז דער בחור לערנט אין ברסלב, האט יענער גלייך אראפגעהאקט דעם טעלעפאן. איך פלעג כסדר פרעגן פון מוהרא&rdquo;ש: &ldquo;וואס וועט דא זיין, קיינער וויל נישט נעמען קיין בחור פון ישיבה?!&rdquo; און מוהרא&rdquo;ש פלעגט מיר ענטפערן: &ldquo;וועסט נאך זען, עס וועט קומען א צייט, וואס די מיידליך וועלן נאר וועלן בחורים פון דיין ישיבה&rdquo;, דעמאלט האט דאס אויסגעקוקט ווי מוהרא&rdquo;ש וויל מיר סך הכל מחזק זיין, ווייל במציאות, אז עס זאל טאקע אזוי זיין האט מען דעמאלט נישט געקענט טראכטן. &nbsp; אבער היינט צו טאגס זעט מען וואס הייסט א ברכה פון א צדיק; צענדליגער שידוכים זענען געווארן נאר ווייל די מיידלעך האבן זיך איינג&rsquo;עקשנ&rsquo;ט אז זיי ווילן נאר א בחור פון ישיבה, ווייל זיי הערן די דרשות פון ישיבה, און זיי הערן ווי אזוי די בחורים וואקסן אויף מיט מידות טובות, מיט שכל, וואס מען הערט נישט אין אנדערע פלעצער.&nbsp; &nbsp; איך האב דעמאלט געשריבן בריוון פאר מוהרא&rdquo;ש זכרונו לברכה אז די בחורים וויינען צו מיר, זיי ווילן חתונה האבן, און מוהרא&rdquo;ש האט מיר געשריבן אז ער גייט קומען חמשה עשר באב אין קעמפ מאכן א סעודה, און ער גייט ברענגען שידוכים. אזוי איז געווען, מוהרא&rdquo;ש איז געקומען אין קעמפ, און מען האט געמאכט א סעודה לכבוד חמשה עשר באב. &nbsp; ביי די דרשה האט מוהרא&rdquo;ש געזאגט אזוי: &ldquo;איך זאג צו פאר אלע בחורים וואס זענען זיבעצן יאר און העכער, יעדער בחור וואס וועט יעדן טאג לערנען גאנץ מסכת תענית - פון ט&rdquo;ו אב ביז ראש השנה, זאג איך צו אז ער וועט טרעפן זיין שידוך גלייך נאך ראש השנה&rdquo;; וואס זאל איך דיר זאגן, כאשר אמר כן היה, עס האט זיך גלייך אנגעפאנגען שידוכים איינס נאכן צווייטן, און אלע זענען חתנים געווארן און חתונה געהאט, און זיי האבן א שיינע לעבן. עס זענען געווען אפאר בחורים וואס האבן נישט געטראפן זייער שידוך גלייך דעמאלט, אין אנהייב האבן זיי געהאט קשיות - וואס הייסט? וואו איז מיין שידוך? איך האב דאך געזאגט מסכת תענית פערציג מאל? למעשה, שפעטער ווען זיי האבן געטראפן זייער שידוך, האבן זיי געזען אז זייער כלה איז נאך געווען יונג&rdquo;. &nbsp; די זעלבע זאך חזר'ט זיך איבער יעדעס יאר חמשה עשר באב, א געזונטע בחור וויל חתונה האבן, און וועט טון אלעס אויף דער וועלט צו טרעפן א שידוך, און דא הערט מען א סגולה פון א צדיק וואס האט מבטיח געווען. דערפאר דארף זיי קיינער נישט הייסן, קיינער דארף זיי נישט טרייבן. די בחורים שטרענגען זיך אן - אויסער זייער פילע אנדערע שיעורים און לימודים - צו ענדיגן יעדן איינציגן טאג די גאנצע מסכת וואס באשטייט פון דרייסיג בלאט. און געלויבט דער אויבערשטער, די הבטחה פון מוהרא"ש זי"ע גייט נישט פארפאלן, די בחורים טרעפן שידוכים און שטעלן אויף אידישע שטובער.&nbsp; &nbsp; מיט דעם אפשר קען מען משלב זיין ביידע מאמרי חז"ל "לא הי&rsquo; ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב" אז מען האט דעמאלטס געטראפן שידוכים, צוזאמען מיט דעם וואס חז"ל זאגן זייער שארף אז פון חמשה עשר באב דארף מען מוסף זיין בלימוד התורה. אין ישיבה תפארת התורה גייען די ביידע זאכן צוזאמען. &nbsp; 🎧 דרשה פון מוהרא"ש חמשה עשר באב תשע"א אין קעמפ פון ישיבה תפארת התורה ברסלב &nbsp; לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב

    < זעה מער טו אב תשפ"ג 📝
  • ישיבה תפארת התורה פארט ארויס אין קעמפ

    אזוי ווי אלע יארן פארט דער ראש ישיבה שליט"א ארויס מיט די בחורים אין קעמפ צו וויילן אויף די זומער וואכן, ווייט אוועק פון די שטאט, וואו מען קען זיין אפגעזונדערט פון די שטאטישע גאסן, און זיך קונה זיין אסאך גוטע זאכן תורה ותפילה און יראת שמים. &nbsp; אין די לעצטע פיר יאר זינט דער שטעטל איז געווארן אויפגעשטעלט, איז די הייליגע ישיבה געווארן א חלק פון שטעטל אין די זומער וואכן. &nbsp; פאריאר האט שוין דער ראש ישיבה באשטימט אז די ישיבה זאל איבערנעמען דעם בנין אונטערן בית המדרש אויף האשקי פאר די בחורים כדי מען זאל קענען איבערלאזן דעם בית המדרש פארן שטעטל. און ווי שוין באריכטעט האט דער ראש ישיבה שליט"א היי יאר געלאזט בויען א פרישע בית המדרש פארן שטעטל, כדי דער בית המדרש אויף האשקי זאל בלייבן בלויז פאר די כולל אינגעלייט. &nbsp; כאטש מען האט שוין גענוצן דעם בנין אונטערן בית המדרש פאריאר איז עס ביז יעצט געווען אויף א פראוויזארישן פארנעם ווען דער בנין איז געווען רוי און אומפארטיג, היי יאר האט הר"ר יואל הכהן ראזענבערג שליט"א גענומען אויף זיך איבערצובויען דעם בנין הערליך וואס וועט טאקע טראגן דעם נאמען "היכל ראזענבערג", ווי דארט וועלן פארקומען אלע אקטיוויטעטן פון די ישיבה, דארט וועלן די בחורים דאווענען, לערנען, דארט וועט דער ראש ישיבה פארלערנען אלע שיעורים, סיי אין גמרא, סיי חיזוק שמועסן און אזוי ווייטער. &nbsp; אזוי ווי במשך דעם זומער זוכן פילע אידן זיך אריבער צו כאפן אין ישיבה מיטצוהאלטן א שיעור וועלן מיר דא אראפברענגען דעם סדר היום כדי מען זאל וויסן ווען צו קומען.&nbsp; דער סדר פון די ישיבה הייבט זיך אן אכט אייגער אינדערפרי ווען דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר פאר די בחורים א שיעור אין גמרא, איין דף א טאג, דער שיעור איז א געשמאקע שיעור קלאר קורץ און שארף ווי נאכן שיעור נעמט מען ארויס פון די גמרא עצות און חיזוק אויף למעשה. &nbsp; אום עלף אזייגער דאווענט מען שחרית, פיר אזייגער איז מנחה. &nbsp; דער בארימטער שיעור התחקות פון סיפורי מעשיות קומט פאר בעז"ה יעדע נאכט אום 8:15, וואס צו דעם שיעור קומען כסדר צו פארן פילע אידן, און טאג טעגליך זעט מען אידן וואס זענען פונקט דורכגעפארן דעם געגענט און כאפן זיך אז דא איז די ברסלב'ע שטעטל מיט די ברסל'ע ישיבה און זיי שטעלן זיך אפ צו טועם זיין פון די זיסע לעכטיגע עצות און שיעורים פון ראש ישיבה, ווי די צוהערערע דערכאפן זיך דאס הארץ, און דערמאנען זיך א קוק צו טון אויפן הימל, און געדענקען אז דער באשעפער פירט די וועלט וויאזוי ער וויל, און וואס מ'דארף ווענדט מען זיך נאר צו אים. &nbsp; נאכן שיעור וועט מען דאווענען מעריב. &nbsp; יעדע דאנערשטאג נאכט במשך דעם זומער וועט פארקומען אין היכל ראזענבערג דער שיעור פאר די אינגעלייט אום 9:00. &nbsp; יעצט בעת מיר שרייבן די שורות ווערט די ארבעט אין "היכל ראזענבערג" פארטיג, מען האט היינט געפעינט די ווענט, און צוליב דעם וועט דער שיעור פאר אינגעלייט נישט קענען פארקומען אין היכל ראזענבערג, און וועט צוליב דעם פארקומען אין בית המדרש אויבן, אזוי אויך וועט עס פארקומען הערשט אום 10:00 צוליב וואס דער ראש ישיבה שליט"א וויל נישט שטערן דעם סדר אין בית המדרש. &nbsp; די זומער וואכן זענען די בעסטע הכנה צו די הייליגע טעג, מען פארברענגט אין קעמפ נאר מיט די ביימער און הימל און מיט'ן אייבערשטן, עס איז גארנישט דא פאר די אויגן, נאר חומש, משניות און גמרא, און מיט דעם טוט מען מאכן די ריכטיגע הכנה צו ראש השנה, וואס איז שוין אט אט דא. &nbsp; די ישיבה קטנה בחורים וועלן פארברענגען זוממער אין מחנה אילן החיים וואס איז באשימט געווארן פאר זיי, וואס דאס וועט זיכער זיין גאר א גרויסע תועלת, און וועלן מיט'ן אייבערשטענ'ס הילף אריינכאפן אסאך פסוקים חומש פרקים משניות און בלעטער גמרא, און אזוי אויך אלע גוטע מדות ומעשים טובים וואס די חשובע מגידי שיעור שליט"א לייגן אריין אין זיי. &nbsp; מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט דער זומער אויך זיין א גרויסע סוקסעס אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן, מען וועט זיך אנשעפן פילע הויפענעס מיט תורה ויראת שמים. &nbsp; ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה!

    < זעה מער ג תמוז תשפ"ג 📝
  • בית המדרש פאר די בחורים אין שטעטל "היכל ראזענבערג"

    קרית ברסלב ליבערטי. - א הערליכע בנין ווערט צוגעגרייט מיטן אייבערשטנ'ס הילף פאר די טייערע בחורים די תלמידים פון הייליגן ישיבה "תפארת התורה" היכל הקודש ברסלב זאלן האבן א געשמאקע בית המדרש צו לערנען און דאווענען במשך די זומער חדשים. &nbsp; עס קוועלט דאס הארץ זעענדיג די גבולי הקדושה ווערן כסדר נתרחב, דא אין "ברסלב סענטער" קען מען קוים נאכקומען די באריכטן, ווי נאר מען הערט איבער איין בנין, איין בית המדרש, איין מקוה, דארף שוין באריכטן איבער דעם קומענדיגן. &nbsp; דאס מאל איז די רעדע פונעם בנין הונטערן בית המדרש אויף האשקי וואס איז לכתחלה געבויעט געווארן פארן געברויך פונעם קרן הדפסה, אבער אזוי ווי דער אויבערשטער האט געהאלפן איז די הדפסה זייער שנעל אויסגעוואקסן דעם גרויסן בנין. אזוי אויך אין די זעלבע צייט מיטן וואוקס פונעם שטעטל ב"ה, האט מען שוין מער נישט געקענט אנהאלטן האשקי בית המדרש זאל דינען פאר אלעם, און נאך פאריאר האט דער ראש ישיבה באשטימט אז אזוי ווי די הדפסה האט זיך שוין ברוך השם מסדר געווען אין א נייעם ריזיגן פלאץ זאל די הדפסה בנין אריבערגיין פאר די בחורים. אזוי אויך האבן מיר שוין באריכטעט אז פארן געברויך פון די טעגליכע מינים אין שטעטל ווערט יעצט געבויט א נייע בית המדרש, און דער ביז יעצטיגע האשקי בית המדרש וועט באשטימט ווערן בלויז פארן כולל, זיי זאלן קענען אנגיין מיט זייערע לימודים אן קיין שטער. &nbsp; הרה"ח יואל ראזענבערג שליט"א וואס שטייט אונטער יעדע גוטע זאך אין די קהילה איז דא ווידער אנטקעגן געקומען און מנדב געווען אויך דעם פראיעקט, אויף וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט קורא שם געווען דער נייער בית המדרש פאר די בחורים "היכל ראזענבערג", און מען האט אויפגענומען דעם אלעמען באליבטן קאנטראקטער מחשובי אנשי שלומינו הר"ר שלמה יאקאבאוויטש שליט"א וואס אויסער זיינע פילע לייסטונגען פאר די קהילה ווי ער פירט אן מיט די בית התבשיל מיט די גרעסטע מאס איבערגעגעבנקייט, און איז פון די געטרייע גבאים פון בית המדרש צו די צופרידנהייט פון אלע מתפללים, האט ער אויך דא אריינגעלייגט זיין גאנצע הארץ און נשמה, און האט אויסגענוצט זיינע געבענטשטע טאלאנטן זיכער צו מאכן אז מיטן אויבערשטנ'ס הילף קומט דער בנין ארויס א הערליכע, געשמאקע און פראקטישע פלאץ פאר די בחורים, צוגעפאסט מען זאל דארט קענען לערנען במשך די זומער וואכן מיט הרחבת הדעת. &nbsp; אין די לעצטע וואכן האבן זיך דארט געטון גרויסע זאכן, און מיט די געטרייע באגלייטונג פונעם קאנטראקטער הר"ר שלמה שליט"א האט מען אויפגעבויט די נייע פרעימינג, מען האט אינסטאלירט גרויסע געשמאק ליכטיגע פענסטערס, מען האט געלייגט שיטראק, און ער האט אויסגעארבעט די פלענער אויף אזא וועג אז די דאך זאל בלייבן הויך וואס וועט צוגעבן צום געשמאקן לופטיגן אטמאספער. &nbsp; אנשי שלומינו וואס זעען די ארבעט קענען זיך נישט אפוואונדערן פון די גוטע ארבעט וואס ר' שלמה האט דא אריינגעלייגט, ווי שיין געשמאק עס ווערט צוגעשטעלט און ווי אומגלויבליך שנעל די ארבעט רוקט זיך, און ווי די פלענער לויטן וועלן די בחורים - וואס גרייטן זיך שוין אין די טעג ארויסצופארן צו די בערג אויפן זומער - שוין נוצן דעם נייעם רחבות'דיגן בית המדרש אויף היי יאר זומער. &nbsp; די טייערע בחורים און די פולע הונדטערטע געסט וואס קומען ארויס במשך דעם זומער מיטצוהאלטן די שיעורים פון ראש ישיבה וועלן זיך זיכער מחיה זיין אינעם בית המדרש, וואס איז צוגעשטעלט געווארן מיט אלע געברויכן, ווי סענטראל עיר קאנדישאן, אריינגעבויטע קלארע ספיקערס, גוטע קוואליטעטע סערעמיק טיילס, ווען אין דעם בית המדרש וועט דער ראש ישיבה שליט"א פארלערנען די בארימטע דאנערשטאג נאכט שיעור פאר אינגעלייט און די היינט שוין גאר בארימטע טעגליכע חיזוק שיעורים, אזוי אויך וועט פון דא בעז"ה ארויסגיין טויזנטער פרקים משניות, בלעטער גמרא, און פון דא וועלן אומצאליגע אידן ווערן נענטער צום אויבערשטן.

    < זעה מער כז סיון תשפ"ג 📝
  • מען גרייט זיך צו א פרישע זוממער סעזאן אויף די בערג

    קרעדיט מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו אזוי ווי אלע יארן פארט דער ראש ישיבה שליט"א ארויס מיט די בחורים אין קעמפ צו וויילן אויף די זומער וואכן, ווייט אוועק פון די שטאט, וואו מען קען זיין אפגעזונדערט פון די שטאטישע גאסן, און זיך קונה זיין אסאך גוטע זאכן תורה ותפילה און יראת שמים. דאס יאר איז געפלאנט אז דער ראש ישיבה שליט"א מיט די בחורי הישיבה וועלן זיך אויפהאלטן זוממער אין שטעטל אזוי ווי פארגאנגענעם יאר, דאס איז א ספעציעלע זכיה פאר די איינוואוינער פונעם שטעטל, וואס קענען מיטהאלטן פונדערנאנט די שיעורים און תפלות פונעם ראש ישיבה שליט"א, און וועלן מיטהאלטן די שיעורים און תפלות פונעם ראש ישיבה שליט"א, בפרט איז באקאנט דער שיעור התחזקות וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר יעדע נאכט, וואס דעמאלטס קומען צו פארן פילע אידן פון נאנט און ווייט, צו הערן אביסל ווארימע ווערטער און זיך דערכאפן דאס הארץ, און זיך דערמאנען א קוק צו טון אויפן הימל, און געדענקען אז דער באשעפער פירט די וועלט וויאזוי ער וויל, און וואס מ'דארף ווענדט מען זיך נאר צו אים. די זומער וואכן זענען די בעסטע הכנה צו די הייליגע טעג, מען פארברענגט אין קעמפ נאר מיט די ביימער און הימל און מיט'ן אייבערשטן, עס איז גארנישט דא פאר די אויגן, נאר חומש, משניות און גמרא, און מיט דעם טוט מען מאכן די ריכטיגע הכנה צו ראש השנה, וואס איז שוין אט אט דא. די ישיבה קטנה בחורים וועלן פארברענגען זוממער אין א קעמפ וואס איז ספעציעל אפגעדונגען געווארן פאר זיי, וואס דאס וועט זיכער זיין גאר א גרויסע תועלת, און וועלן מיט'ן אייבערשטענ'ס הילף אריינכאפן אסאך פסוקים חומש פרקים משניות און בלעטער גמרא, און אזוי אויך אלע גוטע מדות ומעשים טובים וואס די חשובע מגידי שיעור שליט"א לייגן אריין אין זיי. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט דער זומער אויך זיין א גרויסע סוקסעס אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן, מען וועט זיך אנשעפן פילע הויפענעס מיט תורה ויראת שמים. ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה!

    < זעה מער ו תמוז תשפ"א 📝
  • ווערט געזוכט א קעמפ פאר די ישיבה פאר זומער תשפ"א

    אין די זומער וואכן ווען די גאסן אין די גרויסע שטעט ווערט אומדערטרעגליך איבערצוטראגן בגשמיות און ברוחניות, סיי די היצן זענען גאר שטארק, און סיי די אויגן "טוען זייער וויי", די גויים גייען אנגעטון אויף א געפערליכע נידעריגע וועג, ממש אזוי ווי... גוים טוען. אידישע קינדער דראפען זיך אויף גראדע ווענט צו קענען היטן די אויגן. דערפאר האט דער ראש ישיבה אריבערגעפירט די ישיבה צו א קעמפ אין די אלע זומערס אין די פארגאנגענע יארן, ווי די בחורים האבן אויסגענוצט די זומער וואכן אינעם ריינעם קעמפ צו לערנען אסאך תורה, און אסאך רעדן צום אייבערשטן צויישן די גראז און ביימער. פילע קעמפס האבן שוין געהאט די זכות צו האבן די ברסלבע בחורים פארברענגען די זומער וואכן ביי זיי, אויך האט מען געהאט די זכיה עטליכע מאל אז מוהרא"ש איז ארויסגעקומען און געזאגט א דרשה פאר די תלמידים. בפרט געדענקען די בחורים גוט איין מאל בשנת תש"ע וואס מוהרא"ש זי"ע האט געוויילט א גאנצע שבת אין קעמפ, וואו די בחורים האבן געהאט די געלעגענהייט צו דאווענען און הערן פילע דברי תורה און עסן די סעודות שבת קודש אינאיינעם מיט מוהרא"ש זי"ע. מען קען נישט שרייבן איבער דעם קעמפ אָן דערמאנען כאטש בקיצור וואס איז אריבער אין קעמפ זומער תשע"א ביי האריקעין איירין. מוהרא"ש איז דאן ארויסגעקומען אין קעמפ יענעם חמשה עשר באב, און האט געזאגט ביים דרשה פאר די בחורים אז זיי זאלן ענדיגן גאנץ מסכת תענית - 30 בלאט, יעדן טאג פאר פערציג טעג ביז ראש השנה, און בזכות דעם וועלן זיי טרעפן זייער שידוך גרינג און שנעל. פון יענעם טאג, איז נישט געווען צו וועם צו רעדן אין קעמפ. די בחורים זענען געזעצן א גאנצן טאג מיט די גמרות און זיך נישט געלייגט שלאפן ביז זיי האבן געענדיגט די גאנצע מסכת. דאן איז אונטערגעקומען דער נסיון פון האריקעין איירין. עס האט אזאנס גע'מבול'ט, די וואסער פון די דערנעבענדיגע טייך האט זיך כסדר געהויבן מיט יעדע מינוט, ביז דער גאנצער קעמפ איז געווארן ווי איין ריזיגער ברייטער טייך מיט עטליכע פוס וואסער, מען האט אין איילעניש געמוזט אנטלויפן פון קעמפ, די בחורים האבן געכאפט בלויז צוויי זאכן, זיי זענען געלאפן מיט זייערע תפילינ'ס און מיט זייערע גמרות מסכת תענית. פילע זענען אנגעקומען צו א פייער סטאנציע וואו זיי זענען געזיצט אויף דער ערד און ... יא, זיי האבן געלערנט מסכת תענית. זיי האבן עס געמאכט. דער סמ"ך מ"ם האט נישט אויסגעפירט, און אויך אינעם גאנצן איבערקערעניש האבן זיי געענדיגט דעם גאנצן מסכת. נאך ראש השנה, האבן זיך טאקע אנגעהויבן די שמחות. איינס נאך די אנדערע זענען די בחורים געווארן חתנים, נאכדעם וואס אין די יאר פריער תשע"א, איז כמעט נישט געווען קיין חתנים, זענען אין די עטליכע חדשים פון יאר תשע"ב געווען גאר גאר אסאך חתנים, אלעס אין זכות פון פאלגן א צדיק, און טון וואס ער הייסט.&nbsp; און דאס ווערט איבערגעחזרט יעדעס יאר, די בחורים לערנען פלייסיג גאנץ זומער, און כסדר קומען פאר סיום הש"ס'ן אין קעמפ ווי אינגע בחורים האבן זוכה געווען לברך על המוגמר, און פראווען זייער סיום הש"ס צוזאמען מיט זייער משפחה, און מיטן ראש ישיבה. אבער ווען עס קומט חמשה עשר באב, הייבט זיך אָן יעדעס יאר "אפעראציע מסכת תענית", ווי די בחורים ווערן ממש צוגעקלעבט צו די גמרות, און די סגולה פון די צדיק איז א נצחיות, און דער אייבערשטער שיקט צו גוטע שידוכים פאר די בחורים איינע נאך די אנדערע. פאר דעם יאר תשפ"א, האט נאך די ישיבה דערווייל נישט געטראפן קיין קעמפ. דער ראש ישיבה איז העפטיג פארנומען די טעג מיט זוכן א פאסיגע פלאץ פאר די טייערע בחורים. דער ראש ישיבה זאגט אז ער זוכט צו האבן בלויז א קליינע קעמפ. עס דארף נישט האבן מער פון איין באנגעלאו פארן ראש ישיבה, מיט באנגעלאוס פאר נאך ארום 35 בחורים, דער ראש ישיבה זאגט אז היי יאר וויל ער נאר נעמען די בחורים וואס האבן נישט קיין טעלעפאן. דער ראש ישיבה איז ארויס מיט א בקשה אז ווער עס ווייסט פון א קעמפ צו פארדינגען זאל זיך ביטע ווענדן צום ראש ישיבה. "אִם הָיִיתָ זוֹכֶה לִשְׁמֹעַ אֶת קוֹל הַשִּׁירוֹת וְהַתִּשְׁבָּחוֹת שֶׁל הָעֲשָׂבִים... כַּמָּה יָפֶה וְנָאֶה כְּשֶׁשּׁוֹמְעִין הַשִּׁירָה שֶׁלָּהֶם" (שיחות הר"ן, קסג) &nbsp; 💬 בעסער רעדן צום אייבערשטן אין פעלד, אדער ענדערש אינדערהיים? 📜 גיי שפאצירן צווישן גראז און שמועס זיך אויס מיטן אייבערשטן 🎧 חמשה עשר באב תשע"א אין קעמפ. מוהרא"ש ברענגט שידוכים 📸 מוצש"ק מטות מסעי תש"פ - מלוה מלכה אין קעמפ 📸 קעמפ תשע"ד 📸 דער ראש ישיבה שליט"א טיילט נאכטמאל אין קעמפ אין יאר תשע"א 📸 די בחורים האקן שטיקער אויף מסכת תענית אין קעמפ ▶️ ס'קומט שידוכים מיט מסכת תענית 📸 מוהרא"ש אויף א שבת אין קעמפ בשנת תש"ע 📸 מוהרא"ש באזוכט אין קעמפ דינסטאג מטות-מסעי תשס"ט 📸 תשס"ט - ערשטער זומער אין קעמפ 📜 די געוואלדיגע זכות פון צושטעלן א קעמפ פאר די זומער טעג 📰 דער "יערליכער סיום הש"ס אין קעמפ" פון הרב יעקב משה אינדארסי שליט"א 📰 בחורים לערנען פערציג מאל מסכת תענית ביז ראש השנה 🎦 דראמא: דער קעמפ ווערט אוועקואירט ביים האריקעין איירין 📰 נאך נייעס פון קעמפ 📜 נאך בריוו איבער קעמפ

    < זעה מער ג אייר תשפ"א 📝
  • סיום אין קעמפ פון מסכת תמורה בבלי און מסכת ערלה ירושלמי

    דעם מיטוואך אינדערפרי, נאכ'ן טעגליכן שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א פון א בלאט גמרא בבלי און ירושלמי, איז פארגעקומען א שיינע סעודת מצוה לכבוד די סיומים פון די וואך, ווען מ'האט געענדיגט גמרא מסכת תמורה און ירושלמי מסכת ערלה. ביים סיום האט דער ראש ישיבה נאכגעזאגט וואס דער הייליגער רמב"ם שרייבט ביים סוף פון הלכות תמורה, א טעם אויף די מצוה פון תמורה, אז ווען א מענטש האט א בהמה וואס איז א קרבן און ער זאגט אז ער וויל עס אויפטוישן אז די קדושה זאל אריבערגיין צו א צווייטע בהמה, זאגט די תורה אז ביידע בהמות ווערן הייליג, זאגט דער רמב"ם אז דער אייבערשטער ווייסט אז א מענטש האט ליב געלט, ער שוינט אויף זיין געלט, און דעריבער האט דער אייבערשטער געוואוסט אז ס'קען זיין אז א מענטש וועט זיך כאפן אז ער האט אוועקגעבן צו א גוטע בהמה פאר א קרבן, און ער וועט דאס וועלן אויפטוישן אויף א שוואכערע בהמה, און דערפאר זאגט די תורה אז ביידע בהמות ווערן קרבנות. האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט מיט דעם אז די אלע געלט וואס א מענטש לויפט אזוי שטארק נאך, וועט נישט בלייבן מיט'ן מענטש, אזוי ווי דער רבי זאגט אז געלט מיט'ן מענטש גייען נישט אינאיינעם פאר צו לאנג, אדער נעמט מען אוועק דעם מענטש פון די געלט, אדער נעמט מען אוועק די געלט פונעם מענטש. וואס עס בלייבט יא אייביג מיט'ן מענטש איז די תורה און מצות וואס ער כאפט אריין. דערפאר דארף מען האבן דעם ריכטיגן שכל און אריינכאפן צו לערנען תורה יעדן טאג, וואס דאס איז אן אייביגע פארמעגן פאר'ן מענטש, דאס וועט אים באגלייטן און אפהיטן סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט. בילדער שיעור כי טוב סחרה מסחר כסף!

    < זעה מער כא אב תשע"ט 📝
  • שיינער סיום הש"ס אין קעמפ

    נעכט זונטאג פרשת עקב איז פארגעקומען אין קעמפ א שיינער סיום הש"ס, - ווי טייל האבן זיך אויסגעדרוקט "דער יערליכער סיום הש"ס" - ווי הרה"ח ר' יעקב משה אינדארסקי שליט"א האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס צום זיבעטן מאל. ר' יעקב משה האט זיך איינגעפירט שוין פאר עטליכע יאר צו לערנען יעדן טאג זיבן בלאט גמרא און אזוי ארום ענדיגט ער גאנץ ש"ס יעדעס יאר, און דערנאך קומט ער יעדעס יאר ארויס אין קעמפ צו מאכן דעם סיום. א שיינע סעודה איז סערווירט געווארן, עס זענען זיך צוזאמגעקומען די תושבי המחנה, מיט פילע געסט פון אנשי שלומינו און קרובי המשפחה וואס זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט זיך משתתף צו זיין מיט די שמחה. נאכ'ן מסיים זיין, האט ר' יעקב משה גערעדט מיט גרויס התרגשות אפאר ווערטער, דאנקענדיג דעם אייבערשטן, און זאגנדיג א יישר כח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, וואס געבט אים די חיזוק און התעוררות צו לערנען יעדן טאג זיינע פילע שיעורים אין חומש, משניות, גמרא. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט בשבחו פון ר' יעקב משה, וואס טראץ זיין פארנומענקייט, זייענדיג פאריאגט על המחיה ועל הכלכלה, האט ער זוכה געווען אראפצו'גנב'ן צייט צו לערנען אזויפיל תורה, און האט זוכה געווען די לעצטע זיבן יאר צו ענדיגן ש"ס יעדעס יאר, און דאס איז מחייב אלע אינגעלייט. נישט אז מען מוז דווקא נאכמאכן דאס צו ענדיגן ש"ס יעדעס יאר, נאר דאס אז יעדער זאל זען גוט אויסצונוצן די צייט און לערנען וואס און וופיל וויפיל ער קען. "דאס ווייזט אונז ר' יעקב משה" - האט דער ראש ישיבה געזאגט - "כאטש דו ביזט פאריאגט און פארפלאגט און דו קענסט רואיג האבן גוטע תירוצים און דו האסט נישט קיין צייט צו לערנען, אבער ר' יעקב משה ווייזט אונז אז אויב מען מיינט עס אמת'דיג קען מען טרעפן גענוג צייט צו לערנען יעדן טאג אביסל תורה." אזוי אויך זעט מען ווי ברא מזכא אבא, ווען פאר אכט יאר צוריק איז ר' יעקב משה'ס זון ר' אשר בער אריינגעקומען אין ישיבה און האט זיך געזעצט לערנען פלייסיג און האט ביז א קורצע צייט זוכה געווען און געענדיגט ש"ס, פון דעם האט ר' יעקב משה אויך באקומען די התעוררות, און געטראכט "למה נגרע", און האט טאקע זינט דאן זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס נישט איין מאל, נאר זיבן מאל. נאכדעם האט מען געהערט דברי תורה פון זיין חשוב'ן שווער הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א, וואס האט געזאגט שיינע פערל ווערטער און געדאנקען צום דעם געהויבענעם מאמאנט וואס זיין חשוב'ן איידעם איז זוכה נאכאמאל צו מסיים זיין ש"ס. מען האט געזינגען ווארימע הארציגע ניגונים, און דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט פרישע חיזוק און התעוררות זיך שטארקן מיט א פרישקייט צו לערנען די הייליגע תורה. כי הם חיינו ואורך ימינו! בילדער פונעם סיום &nbsp; נ.ב. דער שיעור וועט אי"ה ווערן ארויפגעלייגט היינט נאכמיטאג, ואתכם הסליחה

    < זעה מער יח אב תשע"ט 📝
  • בחורים לערנען פערציג מאל מסכת תענית ביז ראש השנה

    דעם פרייטאג, חמשה עשר באב, הויבט זיך אן דער "מסכת תענית טומל" אין ישיבה, די בחורים ווערן צוגענאגלט צו די בענקלעך, די אויגן צוגעבינדען צו א גמרא מסכת תענית, מ'הויבט אן לערנען פלייסיג מיט חשק, און מ'ענדיגט יעדן טאג נאכאמאל גאנץ מסכת תענית. אין יאר תשע"א, פאר חמשה עשר באב, האט מוהרא"ש געזאגט פאר'ן ראש ישיבה אז ער גייט אריבערקומען אין קעמפ אום חמשה עשר באב, א טאג וואס איז מסוגל פאר שידוכים, און ער וועט פועל'ן שידוכים פאר די בחורים. אום חמשה עשר באב איז מוהרא"ש טאקע געקומען אין קעמפ, מען האט געמאכט א גרויסע סעודה, מוהרא"ש האט גערעדט א לאנגע צייט צו די בחורים, און ביים סוף פון די דרשה האט מוהרא"ש געזאגט פאר די בחורים אז אלע בחורים פון זיבעצן יאר און העכער וואס וועלן ענדיגן יעדן טאג מסכת תענית אין די פערציג טעג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, וועלן זיי אי"ה טרעפן זייער שידוך גלייך נאך ראש השנה. פון דעם קומענדיגן טאג האט מען מער נישט געקענט רעדן צו קיין בחור אין קעמפ, אלע בחורים האבן זיך צוגעכאפט דערצו און אנגעהויבן לערנען מסכת תענית מיט'ן ציל צו ענדיגן די גאנצע מסכת יעדן טאג פון פריש. עס האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט, דער יצר הרע האט נישט געקענט אויסהאלטן צו זען ווי די בחורים לערנען אזוי פלייסיג, און אז באלד וועלן זיי שוין אלע חתנים ווערן, האט זיך אנגערוקט שווערע שטורעם ווינטן, דער האריקעין "איירין" איז דאן אנגעקומען מיט פולן קראפט, און ווען מען האט זיך אויפגעוועקט איין אינדערפרי, האט מען געזען אז דער טייכל וואס לויפט נעבן קעמפ האט זיך געהויבן מיט איבער צען פיס העכער ווי געווענליך, און די קעמפ ווערט מער און מער פארפלייצט מיט וואסער. די לעקטער און וואסער איז געווארן אפגעהאקט, און די גאנצע קעמפ האט געמוזט זאפארט אוועקואירט ווערן, די שטאטישע רעטונג איינהייטן זענען אנגעקומען מיט פאליציי קארס און פייער טראקס צו נעמען דעם עולם, אזוי ווי די גאסן און וועגן זענען שוין געווען פארפלייצט און מען האט מער נישט געקענט ארויספארן מיט געווענליכע אויטאס. די באאמטע האבן גענומען א טייל עולם צום פייער סטאנציע, און די אנדערע האבן זיך אויסגעשפרייט צו אנדערע געגנטער וואס זענען געווען אביסל העכער און נישט געווארן אזוי שטארק אפעקטירט פונעם האריקעין. יעדער איז ארויסגעלאפן מיט די נשמה אין די הענט, איידער די גאנצע קעמפ געפונט זיך שוין אונטער'ן וואסער. די בחורים האבן אבער מיטגעשלעפט זייער תפלין זעקל אין איין האנט, און די גמרא מסכת תענית אין די אנדערע האנט, ווייל זיי האבן נישט געוואלט פארפאסן אפילו נאר איין טאג פון צו לערנען מסכת תענית. וואו די בחורים זענען נאר אנגעקומען, טייל אין די פייער סטאנציע, טייל אין א גאז סטאנציע, טייל אין אנדערע קעמפ און קאנטריס, האבן אלע געענדיגט די גאנצע מסכת, טראץ די אלע טלטולים און שוועריקייטן. ווען די שטורעמעס האבן נאכגעלאזט און מען האט שוין ענדליך געקענט זיך צוריק קערן אין קעמפ, איז אבער נאכאלץ נישט געווען קיין לעקטער אין קעמפ. אבער די בחורים האבן ווייטער געמוזט ענדיגן די גאנצע מסכת יעדן טאג, און צו די שיין פון ליכט זענען די בחורים געזעסן ביז אין די שפעטע נאכט שעות און געלערנט פלייסיג א בלאט גמרא און נאך א בלאט גמרא. למעשה האבן די בחורים אויסגעפירט און האבן זוכה צו ענדיגן פערציג מאל מסכת תענית, יעדן טאג ביז ראש השנה. צדיק גוזר והקב"ה מקיים, גלייך נאך ראש השנה האבן אנגעהויבן ווערן חתנים אין ישיבה, און אין לויף פונעם ווינטער זמן תשע"ב, האבן אלע בחורים געטראפן זייער שידוך, זיי האבן ב"ה שיין חתונה געהאט און אויפגעשטעלט ערליכע אידישע שטובער לשם ולתפארת. במשך די יארן זינט דעמאלט, האט עס ווייטער אנגעהאלטן יאר יערליך, די פרישע בחורים האבן יעדעס יאר געענדיגט מסכת תענית פערציג מאל פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, און ב"ה פילע שידוכים זענען געשלאסן געווארן אין דעם זכות אין לויף פון די יארן. אויך פילע בחורים פון אנדערע ישיבות, וואס האלטן מיט די דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, האבן זיך אויך צוגעכאפט צו דעם, זיי האבן אויך געלערנט מסכת תענית פערציג מאל, און זענען ב"ה אויך געהאלפן געווארן מיטשיינע שידוכים. אנהויב די וואך האט דער ראש ישיבה שליט"א נאכאמאל מעורר געווען די בחורים זיך צוצוגרייטן די מסכת תענית, ווייל פרייטאג חמשה עשר באב וועט מען אנהויבן לערנען גאנץ מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה. פארשטייט זיך אז די בחורים האבן קוים געקענט ווארטן אויף דעם טאג, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט דאס יאר אויך קומען פילע חתנים אין ישיבה. "גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן", א צדיק אויף יענע וועלט האט ער נאך א גרעסערער כח, און מוהרא"ש וועט זיכער אויס'פועל'ן פאר די אלע בחורים אז זיי זאלן טרעפן זייערע באשערטע בקרוב ובניקל. &nbsp; אין שמחה כשמחת התורה!

    < זעה מער טו אב תשע"ט 📝
  • סדר פון תשעה באב אין קעמפ

    אויפן פארלאנג פונעם ציבור וואס וויל וויסן דער סדר אין קעמפ פון מוצש"ק, ווילן מיר איבערגעבן דעם סדר היום פון תשעה באב. מוצש"ק בערך א האלבע שעה נאכן זמן וועט מען דאווענען מעריב, דערנאך ווען מען זאגן אינאיינעם מגילת איכה. נאכן דאווענען וועט דער ראש ישיבה שליט"א געבן - מיטן אייבערשטנ'ס הילף - א לאנגע שמועס פאר אין מדרש איכה ובעניני דיומא. אינדערפרי איז דער מנהג אז מען זאגט אויך איכה נאכן דאווענען. (כמנהג הגר"א) דער אייבישטער זאל העלפן אז הימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה בביאת גוא"צ. אמן. השבינו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם &nbsp; דער שיעור פון ראש ישיבה ליל תשעה באב פאריאר תשע"ח

    < זעה מער ח אב תשע"ט 📝
  • די וועגן און שטעגן אין מיידל קעמפ פריש איבערגעפלאסטערט

    ווי שוין באריכטעט האט דער ראש ישיבה דעם אנפאנג זומער אפגעקויפט א נייע מיידל קעמפ, נאכדעם וואס - געלויבט דער הייליגער באשעפער - דער ציבור אנשי שלומינו איז שטארק נתרבה געווארן, און עס איז געווארן אוממעגליך אריינצושטעלן סיי די אינגל קעמפ און סיי די מיידל קעמפ אינעם פריערדיגן לאקאל. שוין תיכף פון אנפאנג זומער ווען מען האט אפגעקויפט דעם נייעם קעמפ, האט מען געזען אז מען דארף אריינלייגן אסאך ארבעט מען זאל קענען הנאה האבן פונעם נייעם פלאץ. מען האט טאקע איבערגעמאכט באנגעלאוס, מען לייגט אריין אסאך כחות אין די סווימינג פול, מען האט פארוואנדעלט איינע פון די בנינים אין קעמפ פאר א בית המדרש. אזוי אויך די וועגן וואס פירן צו אלע בנינים אינעם קעמפ, האבן געדארפט א גרויסער תיקון, נאכדעם וואס נאך יעדע רעגן איז געווארן א שווערע בלאטע אין גאנצן קעמפ, און עס איז נישט שייך געווען ווייטער אנצוגיין אזוי. דער ראש ישיבה, וואס איז זיך מוסר נפש פאר די הייליגע מוסדות, אלעס נאר כדי די טייערע קינדער זאלן האבן א פלאץ ווי זיי זאלן קונה זיין אמונה, יראת שמים, גוטע מידות, און זיין אויפגעבויטע קינדער גרייט פיזיש און גייסטיש פאר זייער עכטע לעבן, האט זיך געלאזט קאסטן שווערע געלטער איבערצופלאסטערן אלע וועגן און שטעגן אינעם קעמפ, און אזוי אויך נאך אסאך טייערע און קאסטבארע פאררעכטיגונגען וואס פעלט זיך וויכטיג אויס. &nbsp; כְּשֶׁתִּרְצֶה לֵילֵךְ בַּדֶּרֶךְ, תְּקַשֵּׁר אֶת עַצְמְךָ קדֶם בְּמִדַּת הַבִּטָּחוֹן (ספר המידות - דרך)

    < זעה מער ה אב תשע"ט 📝
  • שיינע באזוך פון הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א שווער פון ראש ישיבה, אין מחנה תפארת התורה ברסלב

    פארגאנגעם ערב שבת קודש פרשת פנחס, האט די קעמפ די געהאט די זכי' צו מקבל פנים זיין דעם חשובן שווער שליט"א פון ראש ישיבה וואס איז געקומען באזוכן אין קעמפ. עס האט זיך אנטוויקעלט זייער א שיינער שמועס מיטן ראש ישיבה שליט"א, און הגה"צ ר' מרדכי אהרן שליט"א האט זייער הנאה געהאט פונעם באזוך, און ער האט זיך אויסגעדרוקט וואס פארא תענוג און קורת רוח ער האט געהאט פונעם באזוך אינעם קעמפ, און וואס פארא ריינע לופט ברוחניות ובגשמיות מ'שעפט דא. &nbsp; ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה

    < זעה מער כח תמוז תשע"ט 📝
  • שיינע שפיל מלא תוכן געשפילט אין בית פיגא מיידל קעמפ

    די טייערע קינדער פון מחנה בית פיגא נוצן אויס די זומער וואכן מיט גאר אינהאלטספולע פראגמאען, וואס גרייט זיי צו צום לעבן מיטן אייבערשטן, די קינדער זאלן וויסן אז דער תכלית אין לעבן איז נאר טון דעם רצון ה', מען לייגט אריין כחות אין כיבוד אב ואם, שמחת החיים, אמונה, א.א.וו. נעכטן מאנטאג איז געווען זייער א תוכנ'דיגער שפיל, וויאזוי עס זעט אויס ווען מ'דארף נעבעך גיין צו טערעפיסט וואס לעבט נישט מיטן אייבערשטן, ווי זיין ערשטע דאגה איז צי דער פאציענט האט געברענגט זיין קרעדיט קארד, ווייל אן דעם קען מען אפילו נישט רעדן. וויאזוי דער אזוי גערופענער טערעפיסט מאכט ליצנות פונעם פאציענט. לעומת זה איז ארויסגעברענגט געווארן אז אמונה גלייבן אז דער אייבישטער איז דא און הערט אויס וואס מ'רעדט צו אים, שפארט מען זיך איין די אלע זאכן. מ'האט ארויסגעברענגט אז דער אייבישטער דארף נישט דיין געלט, ער דארף נישט קיין אפוינטמענט, ער קען דיר העלפן, און ער וויל דיר העלפן, און ער וועט דיר העלפן. דו דארספט בלויז רעדן צו אים, און וואס פשוטער אלץ בעסער, און אזוי וועט דיין ישועה זיכער קומען. &nbsp; כי אתה שומע תפלת כל פה

    < זעה מער כח תמוז תשע"ט 📝
  • הבחור אלחנן ראטה נ"י זון פון ראש ישיבה שליט"א איז מסיים מסכת תענית 101 מאל

    פארגאנגענעם דאנערשטאג איז פארגעקומען אין קעמפ א שיינע סיום מסכת תענית הונדערט און איין מאל, דורך הבחור החשוב אלחנן ראטה ני"ו דער זון פון ראש ישיבה שליט"א. נאכדעם וואס ער האט זוכה געווען מסיים צו זיין גאנץ ש"ס, נאך פאר זיין בר מצוה האט ער זיך גענומען צו מסכת תענית, עס איבערצוגיין הונדערט און איין מאל, אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט פאר די בחורים, און די וואך האט ער זוכה געווען עס צו ענדיגן. נאך מעריב איז זיך דער עולם צוזאמגעקומען אין בית המדרש זיך מיטצופרייען מיט די שמחה של תורה. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט און ארויסגעברענגט זיין גרויסע שמחה אז אז זיין זון האט זוכה געווען צו ענדיגן מסכת תענית 101 מאל, ווי מוהרא"ש האט אויסגעלערענט, און האט זיך יעצט גענומען צו ענדיגן מסכת ברכות - וואס איז די לענגסטע מסכת אין ש"ס מיט ווערטער - 101 מאל. אזוי אויך האט דער ראש ישיבה פארציילט אז שוין עטליכע יאר וואס ער מיט זיין זון האבן צוזאמען געלערענט בחברותא דעם הייליגן זוהר הקדוש. דערנאך האט דער מנהל הרב מרדכי אינדיג ארויסגעברענגט אז אלחנן - אויסער זיין גרויס התמדה - איז ער אלץ גרייט ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות מיט וואס נאר עס פעלט אויס. &nbsp; כי הם חיינו!

    < זעה מער כו תמוז תשע"ט 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 26 results

1 2
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ז
  • תשע״ח
  • תשע״ט
  • תשפ״א
  • תשפ״ג
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com