אין שטאט צפת - גליל ארץ ישראל, געפונט זיך א גאר שיין ווינקל א חבורה פון אינגעלייט און בחורים און רעדן פונעם אייבערשטן מיטן גאנצן ברען און פייער, מען זיצט און מען לערנט שיעורים כסדרן אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט, ממש א גן עדן אויף דער וועלט!
 
דער חבורה איז געגרינדעט געווארן מיט א צייט צוריק, ווען עטליכע אינגעלייט האבן געטראפן די דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און עס האט זיי געעפענט א נייע וועלט, זיי זענען געוואר געווארן אז מען קען לעבן אויף דער וועלט א געשמאקע לעבן ווי אין גן עדן.
 
איינע פון די חשובע אינגעלייט האבן קודם געקויפט א מאשין צו דרוקן די גליונות היכל הקודש און אריינגעלייגט דעם מאשין אינעם "דיינינג רום" ביי זיך אינדערהיים, ווען די גליונות ווערט צושפרייט יעדע וואך דורך די חשובע מקורבים, און דורך דעם טרעפן מענטשן די געוואלדיגע עצות און הדרכות פונעם הייליגן רבין.
 
צוביסלעך - דורך הפצה - איז דער חבורה געווארן גרעסער און גרעסער, נאך אידן קומען צו און געפינען אויס פון די לעכטיגע ווינקל וואס געפונט זיך ביי זיי אין שטאט צפת. נאך א שטיק צייט האט מען געזען אז ס'איז צייט צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין שטאט, אזוי וועט מען קענען דאווענען און זיך מחזק זיין אינאיינעם יעדן שבת קודש.
 
אנשי שלומינו האבן געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל טרעפן א פלאץ וואס זאל זיין געאייגנט פאר א בית המדרש, און וואונדער איבער וואונדער, ברוך השם אויף שבת פרשת שמות תשפ"ב דער ערשטער וואך פון שובבי"ם, האט מען זוכה געווען צו טרעפן גאר א פאסיגע פלאץ, וואס איז שוין געווען פארדעם א בית המדרש, מיט אסאך ספרים, און אפילו אויך א ספר תורה.
 
דער אייגענטומער פונעם בית המדרש האט געזאגט פאר די גבאים אז ער האט זייער ליב ברסלב, און ער איז דא צו צו העלפן מיט וואס עס פעלט נאר אויס. ווען די גבאים האבן אים געפרעגט "מיט וואס קענען מיר אייך באצאלן"? האט ער געזאגט "איך דארף גארנישט, נאר איין טובה, בעטס דעם אייבערשטן איך זאל מצליח זיין אין מיינע וועגן".
 
זינט דאן קומט מען זיך צאם יעדן שבת קודש, ווי מען דאוונט צוזאמען מיט געשמאק, נאכן דאווענען גייט מען ארויס אין א פרייליכן טאנץ, מען פריידט זיך אז מען האט די זכי' צו זיין אין אזא הייליגע חבורה וואס מען רעדט שטענדיג פונעם אייבערשטן.
 
בשעת'ן דאווענען איז דא א גבאי וואס טיילט נאש פאר די קינדער וואס דאווענען שיין מיט, אויך טיילט מען "קארטלעך" - וואס האט אויף זיך אן אות פון א שיחה פון רבי'ן, רבי נתן אדער מוהרא"ש, און ווען מען האט אלע אותיות פון די גאנצע מימרא - באקומט מען א ספר פון מוהרא"ש זי"ע. - יעצט האט מען געמאכט קארטלעך וואס האט די ווערטער וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט "אני נהר המטהר מכל הכתמים".
 
שבת אינדערפרי נאכ'ן דאווענען לערנט מען פאר 'סיפורי מעשיות' אזוי ווי עס איז די מנהג אין היכל הקודש. אויך ביי שלש סעודות איז גאר שיין, מען זינגט צוזאמען זמירות פון שלש סעודות - אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אונז אנגעזאגט אז מען דארף זינגען זמירות שבת, דערנאך זינגט מען א אידישע ניגון אויפצואוועקן דאס הארץ צום אייבערשטן, דערנאך לערנט פאר
ר' נחמן יאקאבאוויטש הי"ו א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז פאסיג פאר די סדרה.
 
מוצאי שבת נאך מעריב לאזט מען זיך ארויס אין פרייליכע טענץ פאר די גאר גרויסע זכי' וואס מען האט אז מען האט געקענט נאך א שבת זוכה זיין צו קומען צום רבי'ן און הערן און פאלגן זיינע עצות.
 
יעדן זונטאג קומט מען זיך צאם צו הערן א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א. איין טאג אינמיטן וואך - מיטוואך אדער דאנערשטאג, קומען זיך צאם די אינגעלייט פון שטאט צפת און
טברי' אויף איין פלאץ, יעדע וואך ערגעץ אנדערש, אסאך מאל קומט מען זיך צאם ביי א קבר פון א צדיק, מען איז מתפלל דארט, און מען זינגט צוזאמען אידישע ניגונים, דערנאך לאזט מען זיך
ארויס אין א טאנץ.
 
ברוך השם אז די קהילה וואקסט און בליעט קע"ה, און פאריגע וואך שבת איז שוין נישט געווען קיין פלאץ פאר יעדעם צו זיצן, און אויף די בקשה פון די גבאים בעט מען דעם ציבור אנשי שלומינו זאל בעטן דעם אייבערשטן זיי זאל טרעפן א גרעסערע בית המדרש.
 
ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם
 
📰 מסיבת הכרת הטוב דורכן רענט קאמפיין
 
📰 דראמאטישע מוזיק ווידיא - אוקראינא אדער רוסלאנד?
 
 
📰 פילע זענען זיך מחיה מיט די נייע יו-עס-בי'ס - דרשות פון ראש ישיבה