אזוי ווי עס איז שוין איינגעפירט אין ישיבתינו הק' אין די פארגאנגענע יארן, איז נישטא קיין בין הזמנים אין ישיבה. די בחורים זיצן ווייטער און לערנען מיט התמדה א גאנץ חודש ניסן, עס קומען ווייטער פאר די שיעורים פונעם ראש ישיבה, אלעס גייט ווייטער אן ווי געהעריג.
ווי באקאנט האבן אלע צדיקים געבלוטיגט אויף דעם "בין הזמנים" ווען מען ברענגט אן די צייט מיט נארישקייטן. מוהרא"ש ברענגט אין קונטרס "בין הזמנים" אז עס איז נאר דא איין צייט וואס א מענטש האט "בין הזמנים", דאס איז בין מיתה לקבורה, נאכן שטארבן פארן באערדיגן. אבער א גאנץ לעבן דארף א איד שטענדיג אריינכאפן נאך תורה ומצות, און נישט חס ושלום פארברענגן די צייט, וואס דאס ברענגט דאס ערגסטע ה"י.
די בחורים אין ישיבה פרייען זיך צו קענען ווייטער זיצן בין כותלי הישיבה, און לערנען די הייליגע תורה שיעורין כסדרן, ובנוסף צו קענען הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה וואס אחז מחי' נפשות, וואס געבט אריין חיות פאר די בחורים, און דערנענטערט זיי צום אייבערשטן.
כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ
 
📰 די בחורים גייען ארויס פון שובבי"ם פון פולע קעשענעס
📰 חנוכה אין ישיבה
📸 מוהרא"ש זי"ע זיצט ערב פסח ביים סדר טיש
📜 נישטא אזא זאך ווי 'בין הזמנים'
📖 קונטרס 'די טעג פון בין הזמנים'
💬 וואס טוט מען מיט א בחור וואס האלט ביי גארנישט?