שטייענדיג צוויי וואכן אריין אין די מלחמה פון רוסלאנד און אוקריינא, איז דער ראש ישיבה שליט"א ווייטער מחזק און מעורר אז יעצט איז די צייט צו חזר'ן אסאך אמונה, וויסן און גלויבן אז גארנישט פאסירט פון זיך אליין, אלעס און יעדער איז נאר אין דעם אייבערשטנ'ס הענט, און מיט דעם גייט אוועק אלע פחדים און שרעק. ווען מען נעמט גוט אריין אין קאפ די הייליגע אמונה, ווייסט מען אז די איינציגסטע אדרעס וואו זיך צו ווענדן איז נאר צום אייבערשטן אליין, מיר דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז קיין שום איד זאל נישט געשעדיגט ווערן, עס זאל נאר שלום אויף דער וועלט, און גלייכצייטיג בעטן מיר דעם אייבערשטן אז מיר זאלן קענען פארן אויף ראש השנה קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, אן קיין שום שטער.
 
ווי באריכטעט פארגאנגענע וואך, האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעגעבן א ספעציעלער מוזיק ווידיא אויף די מלחמה, צו חזר'ן און געדענקען אז די איינציגסטע עצה פאר יעדע זאך איז נאר אמונה און תפלה. די וואך איז ארויסגעקומען א פרישער מוזיק ווידיא איבער דעם.
 
פאלגענד זענען די ווערטער פונעם ניגון:
 
איך בין דערשראקן - אלעס איז שווארץ,
ס'שטעלט זיך אפ די פולס פון מיין הארץ,
קאמיוניסטן סאציאליסטן - נעמען איין די גאנצע וועלט.
 
איך לאז איבער מיין גאנצע הויז,
איך נעם מיין ברויט און איך לויף,
ארויס, אין א וואלד איך באהאלט זיך,
אין א טונקעלע געצעלט.
 
זיי נישט דערשראקן, זיי נישט צעבראכן,
רעד צום באשעפער, וועט דיר ווערן בעסער.
זאג: "ראטעווע מיך באשעפער, בארואיג מיך באשעפער,
איך האלט מער נישט אויס, הייל מיך שוין אויס."
 
אוי געוואלד - איך פיל נישט גוט,
איך קען שטארבן יעדע מינוט,
רוסן זע איך, באמבעס הער איך,
די פחד איז ממש געפערליך.
 
רוף הצלה און א דאקטער ברענג,
ווייל מיין מח איז שוין זייער ענג,
שנעלער געב מיר טיילענאל,
אדער אפשר אלקאהאל.
 
זיי נישט דערשראקן, זיי נישט צעבראכן,
רעד צום באשעפער, וועט דיר ווערן בעסער.
זאג: "ראטעווע מיך באשעפער, בארואיג מיך באשעפער,
איך האלט מער נישט אויס, הייל מיך שוין אויס."
 
אויך אויפ'ן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין (212-444-9191) איז געעפנט געווארן א ספעציעלער אפטיילונג איבער די יעצטיגע מלחמה צושטאנד, וואו מען קען הערן ניגונים, קורצע דברי חיזוק, לענגערע דרשות, און בריוו פארגעליינט. צו הערן דרוקט 1 פאר אידיש, און דערנאך 1 און 6 פאר די נייע אפטיילונג.
 
גלייכצייטיג איז דער ראש ישיבה שליט"א מעורר אז אין א צייט וואס יעדער וואונדערט זיך "וואס איז פשט פון די גאנצע מלחמה, צוליב וואס דארף מען זיך קריגן:? זאגט דער ראש ישיבה, אז מען דארף זיך אליין קוקן אין שפיגל און טראכטן צי עס איז טאקע וויכטיג די מחלוקת'ן וואס מען קריגט זיך מיט דעם און מיט יענעםץ. אין א בריוו שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א, "יעצט איז דא א מלחמה צווישן צוויי גרויסע לענדער, רוסלאנד מיט אוקריינא; וואו מען גייט און וואו מען שטייט זאגן אלע 'פארוואס דארף מען זיך קריגן?' מענטשן האבן נישט קיין כח פאר מלחמות, אבער קיינער כאפט זיך נישט אז מיר דארפן אליינס אנהויבן לעבן בשלום, זיך נישט קריגן איין איד מיט'ן צווייטן".
 
לא ישא גוי אל גוי חרב ולא ילמדו עוד מלחמה!
 
📰 ארויסגעראטעוועט פון מלחמה
🎦 מלחמה אין אוקריינא
🎦 אוקריינא אדער רוסלאנד
 
🛒 פורים אין ברסלב סענטער