צענדליגע טויזנטער אידן זענען זיך מחי' מיט "קול ברסלב"
טו סיון תשפ"א 📝
די ליניעס פונעם טעלעפאן ליין "קול ברסלב" ווערן פארפלייצט טאג טעגליך מיט צענדליגע טויזנטער רופן פון איבער די גאנצע וועלט, פון אידן וועלכע ווילן שעפן חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן. די פילע אפטיילונגען אויפ'ן ליין, די פילע דרשות, שיעורי תורה, שיעורי התחזקות, ניגונים, פערזענליכע געשיכטעס, מעשיות פון תפלה, און נאך פיל מער, זענען א קוואל פון לעבן פאר אזויפיל אידן וואס זוכן אביסל ליכטיגקייט און ווארעמקייט, זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן און צו מצליח זיין אין לעבן ברוחניות ובגשמיות.
ביים אריינרופן דעם ליין דרוקט מען 1 פאר אידיש, און דערנאך קען מען הערן אויף נומער 0 אלע פרישע זאכן וואס ווערן טעגליך ארויפגעלייגט אויפ'ן ליין.
נומער 1 - קורצע דברי חיזוק פאר'ן טאג: דאס מערסט אויפגעכאפטע קנעפל אויפ'ן סיסטעם איז די באקאנטע "חיזוק יומי" פון ראש ישיבה שליט"א און מוהרא"ש זי"ע. נישט יעדער האט צייט צו הערן לאנגע שיעורים. טויזנטער אידן זענען זיך מחי' מיט די צוויי דריי מינוט חיזוק, דאס געבט זיי די כוחות אנצוהויבן יעדן טאג מיט א פרישקייט.
אונטער נומער 1 געפונט זיך אויך די קנעפלעך אנצוקומען שנעל צו די לעצטע שיעורים, ווי אויך געפונט זיך דארט די אפטיילונג פון "עניני דיומא", וואו מ'קען הערן א גרויסע אויסוואל פון שיעורים, שמועסן, מעשיות, און נאך, איינגעטיילט לויט די ימים טובים און יומי דפגרא.
נומער 2 - א גאר רייכע אויסוואל פון שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א: איינגעטיילט לויט די יארן: טעגליכע און וועכנטליכע שיעורים, מועדים וזמנים, פארגעליינטע בריוו, חיזוק קאלס, שיעורים אין גמרא בבלי און ירושלמי, שיעורים אויף גאנץ נ"ך, משנה תורה להרמב"ם, און נאך גאר פיל.
די שיעורים האבן שוין אויפגעראכטן אזויפיל אידן איבער די גאנצע וועלט, וועלכע האבן דארט געפונען זייער סיפוק אין לעבן, א מהלך פון לעבן מיט'ן אייבערשטן געאייגנט פאר יעדן איינעם מקטן ועד גדול, אין אלע תחומים אין לעבן.
נומער 3 א ריזיגער אויסוואל פון שיעורים פון מוהרא"ש זי"ע: איינגעטיילט אויף די פרשיות השבוע און מועדים וזמנים, א קוואל פון שפורדלדיגע וואסער וואס שטילט דאס דארשט פון אידן הצמאים לדבר ה', די דיבורים זענען מחי' און מחזק אין אלע אומשטענדען.
נומער 4 - פארשידענע שיעורים: וועכנטליכע שיעורים פון הרה"צ מוה"ר יצחק לעזער שליט"א, מיט וואס פילע אידן זענען זיך מחי' און מחזק. ווי אויך דער חינוך אפטיילונג, לענגערע און קורצע שיעורים אין חינוך, ווי אויך א מלמדים שטיבל, וואו מלמדים שמועסן זיך דורך מיט עצות און טיפס ווי אזוי זיך אפצוגעבן מיט די קינדער אויפ'ן ריכטיגן וועג, זיי אויפצובויען צו ווערן אמת'דיגע ערליכע אידן.
נומער 5 - היכל נגינה. פילע הונדערטער הערליכע ניגונים אויף אידיש, ווארעמע און לעבעדיגע, נוסח און גראמען, מיט אדער אן מוזיק, צוגעפאסט פאר יעדנ'ס געשמאק. ניגונים פון אמונה און תשובה, וואס הערן זיך אזוי געשמאק צום אויער, און רעדן צום הארץ פון יעדן איד, צוריק צו קומען צום אייבערשטן פון סיי וואו מ'געפונט זיך נאר.
נומער 6 - מיטצוזאגן אויפ'ן וועג: א גרויסער אויסוואל פון שיעורים כסדרן - תהלים, משניות, חומש, טעגליכע "בי"ת נצחי" בבלי ירושלמי תוספתא, תיקון הכללי, תפלת הדרך, פרשת המן. דער נומער ווערט כסדר אפדעיטעט מיט פרישע שיעורים.
פילע אידן באנוצן זיך מיט דעם קנעפל צו קענען לערנען זייערע שיעורים זייענדיג אויף די וועגן און שטעגן.
נומער 7 - פאמיליע ווינקל. מעשיות פון תפלה, אידן דערציילן זייערע פערזענליכע געשיכטעס ווי אזוי זיי זענען געהאלפן געווארן דורכ'ן בעטן דעם אייבערשטן אויף אידיש אלעס וואס זיי האבן געדארפט. ספורי מעשיות, דער ראש ישיבה שליט"א דערציילט די מעשיות פון הייליגן רבי'ן, באגלייט מיט מוזיק, פון וואס די קינדער האבן גאר שטארק הנאה. ספורי צדיקים, א גרויסער אויסוואל פון ספורי צדיקים דערציילט פאר קינדער. הפצה בליצן, פערזענליכע געשיכטעס וואס אידן דערציילן איבער זייערע מיטלעבענישן ביים טון הפצה, צו געבן פאר נאך אידן טועם צו זיין פון דעם לויטערן קוואל פון הייליגן רבי'ן. אינטערוויוס, גאר רייכע און אינטערעסאנטע אינטערוויוס מיט פילע אידן (א מפתח פון די ערשטע 100 רייכע אינטערוויוס), איבער אלץ און אלעמען. לאנטש ברעיק, וועכנטליכע שמועסן זיך אויסצולופטערן, מיט א ברסלב'ע געשמאק. שיחות חברים, די חשובע חברים מקשיבים שמועסן זיך דורך און זענען זיך מחזק אינאיינעם.
דאס איז געדעקט א גרויס חלק פונעם ליין, בנוסף צו נאך פארשידנס וואס קומט צו כסדר צום ליין. עס קומען כסדר אריין פילע דאנק מעסעזשעס פון אידן וואס זייער לעבן איז אויפגעראכטן געווארן א דאנק דעם טעלעפאן ליניע. פון די גאר ברייטע אויסוואל פון אזויפיל אינטערעסאנטע אפטיילונגען אויפ'ן ליין, איז דא גענוג פאר יעדן איינעם צו טרעפן זיין ווינקל פון וואס ער האט די מערסטע הנאה, און וואס איז אים מחזק און געבט אים מוט צוריק צו קומען צום אייבערשטן אין אלע אומשטענדן.
אויב האט איר נאכנישט אויספרובירט דעם ליין, איז יעצט די צייט דאס צו טון, איר וועט זיך מחיה זיין מיט יעדע אויסוואל באזונדער, און האבן א געוואלדיגע ניצן דערפון אין אלע אספעקטן אין לעבן.
די נומערן צו רופן "קול ברסלב" זענען:
ניו יארק 212-444-9191
אפסטעיט 845-351-0910
קאנאדא 438-300-8080
ענגלאנד 03303502361
ארץ ישראל 0797040066
ישמע חכם ויוסף לקח!
📰 הונדערט אינטערוויוס אפגעצייכענט אויף קול ברסלב - אדר תשפ"א
📰 מסודר'דיגע מפתח פון די ערשטע 100 אינטערוויוס אויף קול ברסלב
📰 מפתח פון "קול ברסלב" אפדעיטס וועכענטליך אין "עצתו אמונה"