פארגאנגענעם מיטוואך און דאנערשטאג חיי שרה האט דער ראש ישיבה באזוכט אין שטעטל, און ארום געגאנגען באזוכן אין אסאך פלעצער, אויפן וועג אהיים פונעם באזוך האט דער ראש ישיבה געשריבן א בריוו איבער דעם באזוך און וואס ער האט מיטגעהאלטן אין שטעטל.
 
דער ראש ישיבה איז ארויסגעפארן ביינאכט צום שטעטל צו א בר מצוה. דער בר מצוה בחור האט מסיים געווען ביי די בר מצוה מסכת שבת, במקום זיין פשעטל.
 
ביי די בר מצוה האט דער ראש ישיבה געזאגט אז עס איז אים נישט גרינג ארומצופארן צו שמחות, דאך איז ער ארויסגעקומען צו די בר מצוה, צוליב וואס די עלטערן האבן געמאכט די סעודת בר מצוה אויף א פשוט’ע איידעלע אופן ביי זיי אין שטוב, און ער האפט אז אנשי שלומינו וועלן זיין קלוג און דאס נאכמאכן, נישט אויסצוגעבן אומזיסטע געלט און זיך מאכן חובות פאר די פאר שעה, צו פראווענען א שמחה אין א זאל.
 
דער ראש ישיבה האט אויך גערעדט פון דאס גרויסקייט פון די אבות און די אמהות. ווי מיר זעען אין די סדרה, "שני חיי שרה" זאגט רש”י: "כולן שוין לטובה", ווי צדיקים טייטשן אז עס איז איר שטענדיג גוט געווען; די אבות און די אמהות האבן געהאט אזא קלארע לויטערע אמונה, זיי האבן געוויסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף זיי - איז פאר זייער טובה.
 
ווייטער זאגט רש”י הקדוש "נסמכה מיתת שרה לעקידת יצחק, לפי שעל ידי בשורת העקדה שנזדמן בנה לשחיטה וכמעט שלא נשחט, פרחה נשמתה ממנה ומתה", שטייט פון ספרים, וואס איז דער כמעט "שלא" נשחט, עס וואלט לכאורה געדארפט שטיין "כמעט שנשחט", אויבנאויף איז דאך דאס געווען די סיבה פון איר מיתה, זאגן זיי א פארקערטע בחינה, אז שרה אמנו האט געוויסט אז אברהם אבינו איז געגאנגען טון די ווילן פונעם אייבערשטן, און ווען זי האט געהערט אז מען האט אים "נישט געשחטן" - פון דעם האט זי זיך דערשראקן, זי האט נישט געוואלט גלייבן אז איר מאן אברהם אבינו און איר זון יצחק האבן זיך נישט געקענט שטארקן אויפ’ן שטן און טון די ווילן פונעם אייבערשטן; ווי קען זיין, נאך אזויפיל נסיונות, און ער איז אלעס בייגעשטאנען - האט ער יעצט נישט געטון די ווילן פונעם אייבערשטן, פון דעם איז געווען מיתת שרה.
 
אבער באמת האט אברהם אבינו יא געטון רצון ה’, ווייל דער אייבערשטער האט אים נישט געהייסן שחט’ן יצחק, נאר געזאגט "והעלהו שם לעולה".
ֹ
דער בר מצוה בחור איז געזיצן מיט א ליכטיגע פנים; אזוי פרייליך. דאס איז פירות פון די חינוך פון אונזערע מוסדות, ווי די מלמדים און טיטשערס לייגן אריין אין די קינדער זיי זאלן זיין גרייט פאר די לעבן, זיי גרייטן אן די קינדער וואס איז א בר מצוה; נישט א זאל, נישט א שפילער, נישט א פארטי פלענער, נישט בלומען וכו’ וכו’, נאר אז מען גייט זוכה זיין צו לייגן תפילין, מען גייט אריין לעול התורה והמצוות.
 
און אזוי אויך ביי די מיידלעך, די טיטשערס לייגן אריין אין די מיידלעך וואס איז חתונה האבן; נישט א זאל, נישט בלומען, נישט א טייערע כלה קלייד, נישט טייערע צירונגען און אזוי ווייטער, נאר לעבן א שיינע זיסע לעבן, אזוי ווי דער אייבערשטער הייסט.
 
נאך די בר מצוה איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען צום נייעם ספרים געשעפט, דער בעל הספרים סטאר האט מכבד געווען דעם ראש ישיבה צו קלאפן מזוזה. עס איז זייער געפאָלן דעם ראש ישיבה דעם געשעפט, ער האט דארט אן אויסוואל פון ספרים פאר אנשי שלומינו וואס ווילן לערנען און מסיים זיין כל התורה כולה. אנגעפאנגען פון חומש - שיינע חמשים, נ”ך - הערליכע סעטס נ”ך, משניות - הערליכע סעטס משניות, תלמוד בבלי - הערליכע שיינע גמרות מיט גרויסע געפינטלטע אותיות, און אזוי אויך תלמוד ירושלמי. הערליכע סעטס רמב”ם. טור, שלחן ערוך. הערליכע סעטס מדרשים, אלע סארטן מדרשים; דער ראש ישיבה האט זיך געקויפט א סעט מדרש, א הערליכע זוהר, הערליכע תיקונים, און אלע דעם רבינ’ס ספרים.
 
דער ראש ישיבה האט באמערקט ווי ער האט אריינגעברענגט טעוועלעך שמירה ליולדת, וואס דער ראש ישיבה האט אים דאס געבעטן אריינצוברענגען, דער ראש ישיבה האט אנגעמערקט אז ער האט געזען אז אסאך ווייסן בכלל נישט פון דעם, אז מען פירט זיך אויפצוהענגען אינעם שטוב פון די יולדות, אויף אלע פיר ווענט - די טעוועלעך פון די שמירה.
 
דער ראש ישיבה האט פארציילט ווי ער איז אריין צו מוהרא”ש זכותו יגן עלינו פאר די וואך נאכט פון זיין זון יצחק דוד נרו יאיר, און ער האט געפרעגט מוהרא”ש וואס ער דארף טון, צי ער דארף אויף זיין און לערנען א גאנצע נאכט, האט מוהרא”ש געזאגט: “דארפסט נישט אויף זיין א גאנצע נאכט, איין זאך יא, הענג אויף די טעוועלעך אויף אלע פיר ווענט”.
 
פון דארט איז דער ראש ישיבה געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי א חשוב’ע משפחה, משפחת זוסמאן - וואס האבן זיך יעצט אריינגעצויגן אין איינע פון די נייע דירות אויף טווין ברידזש.
 
דער ראש ישיבה האט איבערגענעכטיגט אין שטעטל. און פארטאגס האב דער ראש ישיבה געהאט גרויס נחת זייענדיג אין בית המדרש אין שטעטל, ווען ער האט געזען די פילע אינגעלייט זיצן אין לערנען, מען איז זיך קובע עיתים לתורה.
 
דער ראש ישיבה האט זיך זייער געפריידט צו קענען טרעפן דעם דיין שליט”א, דער דיין האט איבערגעגבן פארן ראש ישיבה שליט"א זייער שיינע גרוסן סיי פון די כולל אינגעלייט און סיי פון אלע משפחות וואס פרעגן שאלות, דער ראש ישיבה האט גערעדט מיטן דיין פארשידענע זייער וויכטיגע זאכן
 
דער ראש ישיבה האט געטראפן הרב רבי יצחק לעסער שליט”א, דער ראשי ישיבה האט זיך אויסגעדרוקט א געוואלדיגע שמחה צו קענען ארייננעמען אין זיין שטוב אזא גאסט, הרב רבי יצחק שליט”א וועלכע איז געקומען צו וויילן אין שטעטל אויפן פארגאנגעם שבת. ווען די תפילות, די באטע און די שלש סעודות איז געפראוועט געווארן אין האשקי שול, וואס איז געווען א גרויסע חיזוק פאר אלע משפחות פון אנשי שלומינו.
 
אינדערפרי האט דער ראש ישיבה גערופן איינער פון די חשוב’ע מלמדים וואס פירן די באס און אים געבעטן: “איך וויל מיט דיר מיטגיין ארומפארן די שטעטל”; דער ראש ישיבה האט געזאגט "וואס זאל איך דיר זאגן, דאס געבט מיר כח." ביי יעדע שטוב וואו די באס האט זיך אפגעשטעלט איז דער ראש ישיבה אראפגעקומען פון באס, און אויסגעשריגן “א גוט מארגן! שלום עליכם!” אויך א גאנצע וועג אויפ’ן באס האט דער ראש ישיבה פרייליך געמאכט די קינדער.
 
ניין אזייגער, ווען די קינדער זענען אנגעקומען איז דער ראש ישיבה געגאנגען דאווענען שחרית מיט די עלטערע קינדער, די ישיבה קטנה פון קרית ברסלב; דער מגיד שיעור זייערער איז הרב ישראל יוסף שניצלער שליט”א, וואס ער געבט זיך אפ מיט די בחורים מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט נישט צום באגרייפן.
 
דער ראש ישיבה האט אנגעטון תפילין פאר’ן פרישן בר מצוה בחור אפרים פישל נרו יאיר און נאכן דאווענען איז געווען א שטיקל לחיים.
 
דער ראש ישיבה האט געגעבן א שיעור פאר די מלמדים און טיטשערס; דער ראש ישיבה האט זיי דערציילט די גוטע נייעס אז ברוך ה’ האברך נתן יוסף ברוך בן טויבא וואס דארף א רפואה שלימה איז שוין אראפ פון די רעספערעיטאר און זיין מצב ווערט בעסער און בעסער, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז דאס אלעס איז אין זכות פון די תפילות וואס מיר אלע בעטן און וואס די קינדער בעטן.
 
פון דארט איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין קרית יואל, צו מחזק זיין די חדר און בית פיגא אין קרית יואל.