בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - עס האלט שוין ביי חילול שבת, דארפסטו טון אלעס אין דער וועלט
תפילות אויף אידיש, שמחה, תודה והודאה, שלום בית, שבת קודש, סמארטפאון, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב עס האלט שוין ביי חילול שבת, דיין ווייב נוצט איר טעלעפאן שבת קודש, רחמנא לצלן - איז שוין גאר ביטער, דארפסטו טון אלעס אין דער וועלט צו ראטעווען דיין שטוב.


זאלסט נאר געבן גוטע ווערטער פאר איר, ווייל באמת איז זי א גוטע נשמה נאר די קליפות ווילן איר פארכאפן; די טומאה פון א סמארטפאון איז אזוי שרעקליך, עס מאכט חרוב אלעס.


זאלסטו שבת זיין זייער זייער פרייליך, זאלסט איר אויפלעבן און אויסרימען און נישט נאכזוכן וכו', נאר זיין פרייליך; מיט שמחה וועסטו פארטרייבן די קליפות פון דיין שטוב.


גיי יעדן טאג התבודדות אין פעלד הינטער דיין שטוב און בעט דעם אייבערשטן די ווערטער: "הייליגער באשעפער, לייג אריין א רוח טהרה אין מיין ווייב, זי זאל אוועק ווארפן די מאוויס, זי זאל אוועק ווארפן די סמארטפאון, זי זאל ליב האבן אידישקייט, זי זאל היטן די תורה, שבת און אלעס.


הייליגער באשעפער זיי מיר מוחל אויף אלע מיינע עבירות, איך טו תשובה, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג, איך גיי שוין זיין גוט, נעם אן מיין תשובה און געב מיר ערליכע דורות, איך און מיין ווייב און קינדער זאלן אלע גיין אין די תורה וועג".


אויך זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר - וועסטו שפירן מעין עולם הבא, ווייל נאר אז מען דאנקט דעם אייבערשטן קען מען שפירן א טעם אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.