שאלה אין קורצן ענין
#9 - ווי אזוי האלט מען ערליך די קינדער, ווען די ארומיגע משפחה זענען אנדערש?
שלום בית, אחדות, חינוך הילדים, קדושה, מאוויס, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן ברוך ה' אין א ווארעמע ערליכע חסידישע שטוב, מיינע עלטערן האבן אונז זייער גוט מחנך געווען צו זיין שטאלץ מיט אידישקייט. אבער נאך מיין חתונה האב איך זיך דערזען פאר א נסיון, מיין ווייב איז ברוך ה' זייער ערליך און וואויל, אבער ביי איר משפחה איז מען נישט אזוי מקפיד אויף זאכן, מ'איז פארנומען מיט אסאך נארישקייטן, אריינגערעכנט מיט סמארטפאונס, סאשעל מידיא, און דאס גלייכן. איך פרוביר אנצוהאלטן מיין חסידישקייט און ערליכקייט, אבער ס'איז מיר זייער שווער צו זיין ביי מיין שווער אינדערהיים און זיין אנדערש פון יעדן, נישט קענען מיטהאלטן פון וואס זיי רעדן און שמועסן, דאס איז מיר א שווערע נסיון. יעדער זיצט מיט די כלים און מען שיקט זאכן איינער צום צווייטן, און איך שפיר מיך ווי א יון אין די סוכה, אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


ספעציעל איז מיר שווער אויב מ'ווייזט דארט א ווידיא פאר די גאנצע משפחה, און די קינדער ווילן אויך מיטהאלטן, ווי אזוי האלט מען זיך ביי שטארקע גדרים, אן צו גרינגשעצן אין די משפחה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט זייער א הייקעלע און וויכטיגע שאלה, ווייל פון איין זייט דארף מען אכטונג געבן אויף שלום, מען זאל זיך נישט קריגן מיט משפחה און נישט גרינגשעצן אין עלטערן, און פון די אנדערע זייט דארף מען אכטונג געבן אויף זיך מען זאל בלייבן מיט יראת שמים, און אויך דארף מען אכטונג געבן אויף די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן מיט יראת שמים.


דער רבי האט אונז דערציילט אזא מעשה וואס דו האסט, מיט א חכם וואס האט נישט געוואלט אז זיינע קינדער זאלן פארפאלן גיין. דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ג', מחיגר) עס איז אמאל געווען א חכם, און דער קיסר פון די לאנד איז געווען א גרויסער אפיקורס, איז געגאנגען דער חכם, ער האט גערופן די גאנצע משפחה און זיי געזאגט: "איר זעט דאך אז דער קיסר איז א גרויסער אפיקורס און האט שוין געמאכט די גאנצע מדינה פאר אפיקורסים, און א טייל פון אונזער משפחה האט ער שוין אויך געמאכט פאר אפיקורסים, בכן לאמיר אוועקגיין אין מדבר כדי מיר זאלן בלייבן מיט אונזער אמונה אין גאט ברוך הוא", זיי זענען געגאנגען צו א מדבר און דער חכם האט געמאכט א רינג ארום זיי אז קיינער זאל זיי גארנישט קענען שלעכטס טון.


מוהרא"ש זאגט (נהרי אפסרמון) די רינג איז די הייליגע אמונה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים פט, ט): "וֶאֱמוּנָתְךָ סְבִיבוֹתֶיךָ"; ווען א מענטש איז ארום גענומען מיט אמונה - קען אים קיינער נישט שלעכטס טון, ווייל די קליפות און מזיקים האבן נאר א שליטה ווען די אמונה איז אפגעשוואכט, דעמאלט האבן זיי א טיר אריין צו קומען צום מענטש, אבער ווער עס איז שטארק מיט אמונה - קען אים קיינער נישט שלעכטס טון.


אויך איז א רינג א סימן פון אחדות, אז מען מאכט א שטארקע רינג, מען לעבט בשלום, מען לעבט מיט ליבשאפט, מען איז מוותר איינער פאר'ן צווייטן, מען קריגט זיך נישט - דעמאלט האט די שלעכטס נישט קיין שליטה, דעמאלט קען קיינער נישט צעברעכן די שטוב. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נצבים, א): "בְּנֹהַג שֶׁבָּעוֹלָם, אִם נוֹטֵל אָדָם אֲגֻדָּה שֶׁל קָנִים, שֶׁמָּא יָכֹל לְשָׁבְרָם בְּבַת אַחַת" אז מען מאכט א בינטל פון אסאך שטעקענעס, קען מען דאס נישט צעברעכן, "וְאִלּוּ נוֹטֵל אַחַת אַחַת, אֲפִלּוּ תִּינוֹק מְשַׁבְּרָן", אבער אויב מען נעמט איין שטעקן באזונדער, קען דאס אפילו א קינד צעברעכן.


דאס איז די עצה פאר דיר און פאר אלע עלטערן וואס ווילן היטן די שטוב אז די קינדער זאלן בלייבן ערליך און אפגעהיטן, מען דארף שטארק ארבעטן עס זאל זיין שלום בית אין שטוב, דאס איז דער פונדאמענט פון די שטוב. מענטשן מיינען אז שלום בית איז א שיינע זאך, מען קוקט אויף דעם ווי א היינטיגע זאך, ווי א זאך וואס איז נישט בעצם א יסוד אין לעבן, אבער עס איז נישט אזוי, שלום בית איז די וויכטיגסטע זאך פאר א איד, מען קען נישט אויפציען קינדער נאר מיט שלום בית; קינדער וואס קומען פון א שטוב וואו עס איז דא א שטארקע רינג, טאטע מאמע האבן זיך ליב - וואקסן אויף ערליך און געזונט, און חס ושלום אויב מען קריגט זיך - איז דאס די ערגסטע זאך פאר זיי.


קינדער ווייסן און שפירן אויב עס איז דא ליבשאפט צווישן טאטע מאמע, מען קען זיך נישט מאכן, מען קען זיי נישט אפנארן, זיי ווייסן דאס נאך בעסער פון די עלטערן אליינס, און דאס איז די שטערקסטע זאך פאר זייער עתיד.


דערפאר, אז דו ווילסט היטן דיינע קינדער - זאלסטו זען צו טון וואס דער חכם האט געטון, מאך א רינג ארום דיין משפחה; זע עס זאל זיין ליבשאפט, פארברענג אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער, דאס איז מער פון אלעס. קינדער וואס פארברענגען מיט די עלטערן דארפן נישט קיין ווידיאו"ס, אויך רעד אין שטוב פון אייבערשטן, דערצייל מעשיות פון תפילה, מעשיות פון השגחה פרטיות, שמועס ביי די שבת סעודות פון אייבערשטן - וועסטו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס און דו וועסט האבן ערליכע שיינע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - ווען וועט שוין דער ראש ישיבה אונז קומען באזוכן?
שלום בית, חתונה, אחדות, ארץ ישראל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר מיין לעבן, און פאר די לעבן פון מיין משפחה, וואס האט זיך אינגאנצן געטוישט צום גוטן דורך די שיעורים. איך שפיר ווי איך בין ממש געבוירן געווארן פון ניי.


איך וואוין אין ירושלים עיר הקודש, און איך האב געוואלט פרעגן ווען דער ראש ישיבה שליט"א וועט קומען אונז באזוכן אין ארץ ישראל.


איך ווייס אז דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז מ'דארף נישט קומען אין ישיבה, מ'קען נעמען די דיבורים און לעבן מיט דעם סיי ווי איבער די וועלט, פון דעסט וועגן אינו דומה שמיעה לראיה, וואס וואלט דער ראש ישיבה שליט"א געטון ווען מוהרא"ש זי"ע זאגט דאס ווען, אז מ'דארף נישט קומען צו אים, וואלט דער ראש ישיבה שליט"א נאכאלץ זיכער געוואלט זען מוהרא"ש.


איך בעט זייער, אין נאמען פון די גאנצע חבורה דא אין ירושלים, אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל אונז קומען באזוכן און מחזק זיין. דער בית המדרש דאהי פירט זיך מיט א געוואלדיגע אחדות, מ'איז זיך מחזק איינער דעם צווייטן, און מ'מאכט אסאך הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער ממשיך זיין מיט גאנצן כח מחזק צו זיין אידישע קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני, כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר לעבט באחדות, מען האט זיך ליב איינער דעם אנדערן.


דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זאגט (נשא קכח.): "אֲנָן בַּחֲבִיבוּתָא תַּלְיָיא", אונזער זאך איז אחדות; מוהרא"ש זאגט, די ראשי תיבות פון "אֲנָן" איז "אַ'נְשֵׁי נַ'חַל נ'וֹבֵעַ", מיר תלמידים פון הייליגן רבי'ן, אונזער זאך איז – "בַּחֲבִיבוּתָא תַּלְיָא", מיר זאלן זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, זיך ליידן איינער דעם צווייטן.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך קומען קיין ארץ ישראל, איך וויל זיין מיט אייך. איך בענק זיך צו אייך; געדענקט וואס דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט געזאגט פאר רבי שמעון בר יוחאי (פסחים קיב.): "יוֹתֵר מִמַּה שֶּׁהָעֵגֶל רוֹצֶה לִינֹק פָּרָה רוֹצָה לְהֵנִיק", אסאך מער וויפיל דער קעלבל וויל זייגן וויל די קו - די מאמע - געבן צו זייגן דעם קעלבל. ער האט אים געזאגט, ווי שטארק דו ווילסט לערנען פון מיר תורה - אסאך מער וויל איך לערנען מיט דיר תורה; גלייב מיר, איך וויל נאך אסאך מער זיין אין ארץ ישראל, שוין איבער א יאר וואס איך בין נישט זוכה צו זיין אין ארץ ישראל; איך האף בקרוב צו זיין דארט.


אגב, אז מען רעדט שוין פון וואס דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט געזאגט פאר רבי שמעון בן יוחאי אין תפיסה, ווען ער האט אים געבעטן און געמוטשעט ער זאל לערנען מיט אים תורה; האט ער אים דעמאלט געזאגט דאס גרויסקייט פון חתונה האבן, ער האט אים מגלה געווען ווי אזוי מען קען זיין הייליג, "מִצְוָה וְגוּף טָהוֹר נוֹשֵׂא אִשָּׁה וְלוֹ בָּנִים", אז מען האט חתונה - קען מען האבן א ריינקייט, די תורה וואס מען לערנט נאך די חתונה, דאס איז ריין (שם, קיג). אין אנהייב האט ער מורא געהאט אים דאס צו זאגן, ער האט מורא געהאט פון די גוים, אבער נאכדעם וואס דער תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי האט אים אזוי מפציר געווען, האט ער אים דאס געזאגט. דאס איז איינע פון די יסודות ביים רבי'ן, מען זאל חתונה האבן יונג און האבן שלום בית; נאר אזוי קען מען האבן א ריינע מח, א ריינע מחשבה; דעמאלט קען מען לערנען תורה בקדושה ובטהרה. אז מען האט חתונה און מען לעבט מיט שלום, מען איז מוותר, מען האט אסאך געדולד - איז מען זוכה צו ריינקייט.


אויף די נקודה האט מוהרא"ש זיך מוסר נפש געווען; ער האט געוואלט אריינברענגען חתונה האבן יונג, ער האט דאס געטון ביז די מלכות הרשעה האט אים געוואלט געבן תפיסה, מוהרא"ש האט אפאר יאר נישט געקענט זיין אין ארץ ישראל, און שפעטער האט מוהרא"ש ווייטער געטון זיין גאנץ לעבן פאר שלום בית, מוהרא"ש פלעגט זיצן טעג און נעכט מיט פארפעלקער זיי זאלן אהיים גיין לעבן בשלום. דארפן מיר זען צו גיין אויף דעם וועג, זיך נישט קריגן אין שטוב, זיין א ותרן אין שטוב; וועלן מיר זוכה זיין צו "מִצְוָה וְגוּף טָהוֹר".

#7 - ווי אזוי קענען דאווענען אשכנזים און ספרדים צוזאמען?
אחדות, תפילה והתבודדות, נוסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, איך מיט מיין ווייב זענען זיך זייער מחיה דערמיט.


איך וואוין אין א קליין שטעטל וואו ס'איז דא א ברסלב'ע שטיבל, און דארט דאווענען סיי אשכנזים און סיי ספרדים, מיר ווילן מאכן א מנין צו דאווענען צוזאמען אום יום כיפור, מיר האבן געהערט אז ביי מוהרא"ש פלעגן אויך דאווענען אשכנזים און ספרדים צוזאמען, מיר ווילן אבער וויסן פונקטליך ווי אזוי מ'האט אוועק געשטעלט דעם נוסח, אז מיר זאלן דאס אויך קענען טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג וויינען אויף מחלוקת, ער פלעגט זאגן: "דער גאנצער גלות איז אז עס איז דא פירודים צווישן אידישע קינדער, די אשכנזים ווילן נישט די ספרדים, און צווישן זיך איז מען אויך צעריסן און צעשלאגן וכו' וכו', אזוי אויך ביי די ספרדים, צווישן זיך האט מען זיך פיינט איינער דעם אנדערן". מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מיר זענען אלע אויף איין שיף, די אומות העולם מאכן לעכער אינעם שיף און ווילן אונז חס ושלום דערטרענקען, דארפן מיר זיך העלפן איינער דעם אנדערן".


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט באוויזן אין יבניאל אז מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם אנדערן אפילו מען שטאמט נישט פונעם זעלבן אפשטאם, אויך ראש השנה אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס קיבוץ האט מוהרא"ש געמאכט אז סיי אשכנז'ישע אידן און סיי ספרד'ישע אידן פון אלע עדות זאלן קענען דאווענען אונטער איין דאך. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר מכבד געווען צו זיין בעל תפילה און מיר געבעטן איך זאל זינגען די ספרד'ישע פיוטים; עס איז געווען א מחזה הוד צו זען ווי אלע שבטים זיצן צוזאמען, די ספרד'ישע אידן זיצן און הערן ווי מיר זאגן אונזערע שטיקלעך ביים דאווענען - 'ונתנה תוקף', 'לקל עורך דין', 'וכל מאמינים', וואס דאס איז זייער חשוב ביי אונז, און מיר פלעגן אויסהערן ווי די ספרד'ישע אידן זינגען זייערע שטיקלעך, ווי למשל: 'עת שערי רצון', 'בחצוצרות וקול שופר', וואס דאס איז ביי זיי אזוי ווי ביי אונז 'ונתנה תוקף'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו וואס ער וועט אונז ארויס נעמען פון גלות, דעמאלט וועט נישט זיין קיין מחלוקות און פירודים, אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו יא, ו): "וְגָר זְאֵב עִם כֶּבֶשׂ וְנָמֵר עִם גְּדִי יִרְבָּץ", די וואלף מיט'ן לעמעלע, די לעמפערט מיט'ן ציגעלע וועלן זיצן צוזאמען, "וְעֵגֶל וּכְפִיר וּמְרִיא יַחְדָּו, וְנַעַר קָטֹן נֹהֵג בָּם", א יונגע קאלב מיט א יונגע לייב וועלן גיין צוזאמען, "וּפָרָה וָדֹב תִּרְעֶינָה יַחְדָּו יִרְבְּצוּ יַלְדֵיהֶן, וְאַרְיֵה כַּבָּקָר יֹאכַל תֶּבֶן", דער קוה מיט'ן בער וועלן צוזאמען פאשענען, דער לייב וועט עסן שטרוי צוזאמען מיט די בהמות, "וְשִׁעֲשַׁע יוֹנֵק עַל חֻר פָּתֶן, וְעַל מְאוּרַת צִפְעוֹנִי גָּמוּל יָדוֹ הָדָה", קינדער וועלן זיך שפילן מיט גיפטיגע שלענג, "לֹא יָרֵעוּ וְלֹא יַשְׁחִיתוּ בְּכָל הַר קָדְשִׁי", און קיינער וועט נישט שטערן דעם צווייטן און נישט שלעכטס טון פאר'ן צווייטן, ווייל עס וועט זיין: "כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה אֶת ה', כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים", אלע וועלן וויסן פונעם אייבערשטן, מען וועט לעבן מיט אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 

#6 - ווי אזוי דאנק איך דעם אייבערשטן אויף די נס מיט ר' שלום מרדכי רובאשקין?
אחדות, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך באדאנקען פאר אייערע געוואלדיגע שיעורים, בזכות די שיעורים און די דרשות האב איך זייער סאך געבעטן און גערעדט צום אייבערשטן, און איך בעט נאך אלץ ב"ה.


איך האב אויך זייער פיל געבעטן אז ר' שלום מרדכי רובאשקין נ"י זאל באפרייט ווערן פון תפיסה, עס האט מיך זייער געבאדערט אז א איד זיצט אין תפיסה על לא דבר, נעכטן האב איך ספעציעל נאכאמאל אנגעהויבן מתפלל זיין פאר אים, איך האב געטענה'ט מיט'ן אייבערשטן פארוואס זאל רובאשקין זיצן אין תפיסה, און יעצט הער איך די גוטע נייעס אז ער איז ברוך ה' באפרייט געווארן, ממש איך בין אן א לשון... ווי אזוי קען איך דאנקען דעם אייבערשטן פאר אזא נס?


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די נס וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אונז אז ר' שלום מרדכי רובאשקין ני איז ארויס פאריגע וואך פון תפיסה - דאס איז א נס פאר גאנץ כלל ישראל.


די נייעס האט אויפגעשטורעמט די גאנצע וועלט; מיר האבן געטאנצן שבת נאך אלע תפילות אין ישיבה אויף די ניגונים: "חסדי ה' כי לא תמנו", "פדה בשלום נפשי", "ואני אבטח בך".


יעדער איד פריידט זיך מיט די נס; מען זעט אז דער אייבערשטער הערט אויס די געבעט פון אידישע קינדער, מען זעט אז עס איז נישט דא קיין ייאוש אויף דער וועלט. דאס שטארקט אונז אלע מיר זאלן ווייטער בעטן פאר אידישע קינדער, מיר זאלן מתפלל זיין פאר אלע וואס דארפן א רפואה, פאר אלע וואס דארפן ישועות, יעדע תפילה קומט אן צום אייבערשטן.


מען דארף פארציילן פאר די ווייב און קינדער די גאנצע מעשה: "פרשת שלום מרדכי בן רבקה". מען האט גענומען אן אומשולדיגער מענטש, און אים איינגעשפארט אין תפיסה פאר לאנגע יארן, און אלע אידן פון די גאנצע וועלט האבן געבטן פאר אים יעדן טאג, ביז דער אייבערשטער האט געהאלפן אז ער איז באפרייט געווארן פון תפיסה פלוצלינג, אום זאת חנוכה. דאס וועט אויפבויען אין זיי די אמונה פשוטה, מען זאל גלייבן אז עס איז נישט דא עפעס אנדערש וואס צו טון ווען מען האט א צרה - חוץ תפילה. דאס וועט אויפבויען אין זיי אז עס איז נישט דא פון וועם צו בעטן נאר פונעם אייבערשטן.


מען דארף שטענדיג חזר'ן מיט די ווייב און קינדער: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ לוֹ לְבַדּוֹ רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל, וְאֵין רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל לְזוּלָתוֹ", איך גלייב אז ווען מען דארף א ישועה דארף מען נאר בעטן דעם אייבערשטן.


דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט: "ווען א מענטש האט א נס, זאל ער דאס דערציילן פאר יעדן איינעם, דאס וועט מאכן אז דער אייבערשטער זאל מאכן מיט אים נאך ניסים".


דערפאר, אז דער אייבערשטער האט געמאכט א נס אז ר' שלום מרדכי איז ארויס פון תפיסה, דארף מען שמועסן פון דעם נס און דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם, וועט דער אייבערשטער טוהן מיט אונז נאך ניסים. מיר דארפן אלע גרויסע נסים, אידישע קינדער גייען אריבער ביטערע צרות און שווערע יסורים; די שפיטעלער זענען ליידער פיל מיט אידישע קינדער. אז מיר וועלן פארציילן די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז, וועט ער טון מיט אונז נאך ניסים.


מען זעט די אחדות וואס איז דא ביי כלל ישראל; גאנץ כלל ישראל פריידט זיך מיט אים. אפילו מענטשן פון אנדערע קרייזן, מענטשן וואס האבן אים קיינמאל נישט געזען, מענטשן וואס קענען אים נישט - יעדער גייט ארום מיט א מורא'דיגע שמחה אויף די גרויסע נס. דאס ווייזט פארן אייבערשטן אז אלע אידן זענען פאראייניגט מיט א שטארקע אחדות, דאס וועט ברענגען די גאולה שלימה בקרוב ממש.

#5 - פארוואס איז אונזער שול אזוי צעפארן?
אחדות, בית המדרש, היכל הקודש, שלום, דאווענען, מדות טובות, היטן די צייט, נקודות טובות, גבאי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א וואס גייט פאר לעצטנס אין אונזער בית המדרש היכל הקודש, איך רעד פון די לעצטע האלבע יאר בערך. איך שפיר אז דער בית המדרש דארף גרויס חיזוק.


די זמנים זענען געווארן זייער שוואך, מען דאווענט זייער שפעט, די וואך איז עס שוין געגאנגען אזוי ווייט אז אנשטאט 9:30 האט מען ערשט אנגעהויבן דאווענען אום 10:00 אזייגער. אויך דאס רעדן ביים דאווענען איז זייער איינגעריסן, אזוי ווייט אז ביז מען קומט נישט אן צו ברוך שאמר, שפירט זיך בכלל נישט אז מען דאווענט דא, מען הערט נאר קולות פון רעדן און שמועסן, און אפילו נאך ברוך שאמר קען מען נאך הערן אינגעלייט און בחורים וואס שמועסן צווישן זיך. שוין אפגערעדט פון די פאליש וואס מיר האבן דא, וואס שטייט מען און מען שמועסט הויך לכתחלה דעם גאנצן דאווענען, אויך אינמיטן שמונה עשרה, און מען הערט עס גוט אריין אין שול.


פון איין זייט אז טאקע דא א גוטע געשמאקע לופט אין שול, מען האט זיך ליב און עס איז בא'טעמ'ט, אבער פון די אנדערע זייט שפיר איך אז עס איז בכלל נישט קיין בית המדרש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט מיך ממש מחי' געווען מיט דיין בריוו, אז עס איז דא א גוטע לופט ביי ענק אין בית המדרש, "ומי יתן והיה לבבם זה להם ליראה אותי כל הימים", איך האף און איך בין מתפלל אז עס זאל בלייבן ביי ענק די גוטע לופט אין שול, מען זאל זיך ליב האבן, און אין אלע שולן היכל הקודש זאל זיין א געשמאקע לופט פון ליבשאפט, דאס איז דאך דער עיקר; ווייל אויב איז דא ליבשאפט איז דא אלעס, און אז עס איז נישטא קיין ליבשאפט איז גארנישט דא.


איך וויל דיר נאכאמאל דערמאנען וואס די פליכט פון א גבאי איז, נישט צו זיין א נערוועזער אנצוהויבן פונקט אין צייט, נישט דאס איז די ארבעט פון דער גבאי; אויף דעם קען מען טרעפן איינער פון די מתפללים, אויך נישט אויף צו מוסר'ן און צו זוכן חסרונות, אויף דעם קען מען זיך פארלאזן אז אנדערע וועלן דאס שוין טון; א גבאי דארף איין זאך טון, זוכן די מעלות ביי די מתפללים, זוכן דאס גוטס, און אריינברענגען א לעבעדיגקייט און א ליבשאפט צווישן די מתפללים.


איך בעט דיר און אויך אלע גבאים פון אונזערע שול'ן, שטארקט אייך און זוכט אויף דאס גוטס ביי די מתפללים, זוכט צו מאכן אן אויר הזך והנח, עס זאל זיין שמחה צווישן ענק; דאווענען אין צייט - דאס וועט נאכקומען, נישט רעדן ביים דאווענען - דאס וועט אויך זיין, אבער אויף ליבשאפט צווישן אייך - דאס איז די שווערסטע זאך, און אז דאס וועט זיין ביי אייך - וועט אלעס זיין.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געשריבן פון די פרט פאר אנשי שלומינו טויזנטער מאל, ווייל עס איז א שווערע עבודה; מען דארף אסאך בעטן אויף דעם פרט ביז מען איז זוכה צו זען גוטס ביי יעדן איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - מוז מען זאגן "סיפורי מעשיות" פונקטליך אזוי ווי עס שטייט?
אחדות, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, מחלוקת, תפילה והתבודדות, בית המדרש, היכל הקודש, שלום, סיפורי מעשיות, נערווען, גבאי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב די זכיה צו זיין א גבאי אין איינע פון די בתי מדרשים היכל הקודש, איך לערן נישט פאר, דער אנדערער גבאי לערנט פאר, און ווען ער לערנט פאר סיפורי מעשיות איז ער זייער מקפיד (נישט אין א שלעכטע וועג, נאר פאר מיר קראצט עס אין אויער) צו זאגן פונקטליך די אידישע לשון פון סיפורי מעשיות, אסאך מאל וועט ער אפילו איבערזאגן א ווארט צוויי דריי מאל שטייטערהייט צו מאכן זיכער אז ער האט גוט געזאגט דאס ווארט.


וויל איך פרעגן אויב עס איז דא א ענין צו פונקטליך ארויסזאגן יעדעס ווארט אזוי ווי עס שטייט? אדער אויב עס שטייט א ווארט וואס קיינער ווייסט נישט פונקטליך וואס דאס מיינט, אדער ווען אין די היינטיגע אידיש זאגט מען דאס ווארט אביסל אנדערש, מוז מען עס זאגן פונקטליך אזוי ווי עס שטייט? אדער צום ביישפיל די ווערטער, "כנ"ל, הנ"ל, דהיינו, מחמת", און דאס גלייכן, מוז מען דאס זאגן ווי עס שטייט?


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס דארף דיך נישט שטערן די זאכן, דו פארלייג זיך אויף איין זאך, עס זאל זיין ליבשאפט אין שול, און אז דו ווערסט נערוועז פון עפעס - זאלסטו צוריקלויפן אין פעלד שרייען: "אייבערשטער וואס גייט מיך אן דאס, וואס גייט מיך אן יענץ? איך בין דאך א גאסט, איך גיי נאך אביסל זיין א גוסס, א נפטר - וואס איז מיט מיר? וואס ווער איך נערוועז פון יעדע זאך?!" טייערער ברודער, איין עצה איז דא, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן; אים דערציילן די אלע נערווען זאכן, די אלע נארישקייטן וואס שטערט.


דו ווייסט אודאי וואס מוהרא"ש האט מיט אונז גע'חזר'ט טויזנטער מאל אין די בריוו, די ווערטער וואס דער רבי האט געזאגט ווען ער איז אוועקגעפארן פון ברסלב אויפן וועג זיך צו באזעצן אין אומאן, און דער בעל עגלה איז שוין געשטאנען אינדרויסן מיט די פערד און וואגן; אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים טיר, ער האט געהאלטן די האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך צוזאמנעמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען מיט כוונה, אפשר וועט איר מיר קענען צוריק ממשיך זיין (חיי מוהר"ן, סימן קפה).


אין די לעצטע בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן אין שפיטאל פאר אונז אפאר שעה פארן הסתלקות, האט ער געשריבן: "עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט"; האלט די ווערטער פאר דיינע אויגן, וועסטו נישט נערוועז ווערן פון קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#3 - מעג מען זיך בראטן אונטער די זון אום שבת?
שבת קודש, אחדות, הלכה, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, קעמפ

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די פיינע געשמאקע קעמפ בית פיגא, ס'איז אזוי געשמאק צו זיין דא זומער, אלע מיידלעך לעבן באחדות, מ'שפילט און מ'פארברענגט אינאיינעם, מ'טשעפעט זיך נישט און מ'קריגט זיך נישט ברוך ה'.


איך האב געוואלט פרעגן אויב מ'מעג זיצן אום שבת אונטער די זון, זיך אפצובראטן פון די זון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי איר האט הנאה אין קעמפ; אלע מיידלעך לעבן באחדות, מען קריגט זיך נישט, מען טשעפעט זיך נישט, מען העלפט זיך איינער דעם צווייטן.


אויף אייער פראגע אויב מען מעג שבת קודש זיצן אונטערן זון זיך אפצובראטן די פנים וכו'; עס ווענדט זיך פארוואס מען וויל זיין אונטערן זון, אויב מען האט אינזין צו באקומען אן אנדערע קאליר, מען וויל ווערן רויט, ברוין, שווארץ - איז אסור (עיין שאלות ותשובות מנחת יצחק חלק ה', סימן לב). אויב וויל מען זיין אונטערן זון, מען האט הנאה פון זיצן אונטער די זון - איז יא מותר, אבער מען דארף זייער אכטונג געבן נישט זיך צו שמירן, ווייל שבת טאר מען זיך נישט שמירן.


זעט אויסצוניצן די צייט שבת מיט זאגן תהילים; אויב דורכ'ן וואך איז מען נישט אנגעקומען צו זאגן תהילים - איז שבת א גוטע צייט צו ענדיגן תהילים. שבת נאכמיטאג זאלט איר אכטונג געבן אויף די קליינע געשוויסטער, אז אייערע עלטערן זאלן זיך קענען אביסל אפרוען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - פארוואס האט דער אייבערשטער געברענגט אזא אומגליק אין ל"ג בעומר?
אחדות, מחלוקת, אמונה, קשיות, מירון, אמונת חכמים, ל"ג בעומר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין געווען אין מירון ל"ג בעומר ביינאכט, בשעת עס האט פאסירט די שרעקליכע טראגעדיע, און איך בין נישט ביי מיר, איך ווייס נישט וואס צו טון, די שרעקליכע פאסירונג וואס האט פאסירט דעם ל"ג בעומר אין מירון האט מיר זייער צומישט.


איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, ווי קען זיין אין אזא הייליגע טאג, אין אזא הייליגע פלאץ, זאל פאסירן אזא אומגליק?! דאס ווייזט אז רבי שמעון בר יוחאי וויל נישט מיר זאלן קומען צו אים? איז ל"ג בעומר נישט קיין טאג פון רחמים? דער אייבערשטער וויל אונז נישט? אפשר קען מיר דער ראש ישיבה אויסקלארן וואס גייט דא פאר, איך האב נישט קיין מנוחה, איך קען נישט ווייטער אנגיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר-בחוקותי, כ' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר אלע זענען זייער צעבראכן פון די שרעקליכע פאסירונג, מען זעט קלאר אז דאס איז א גזירה מן השמים, אזוינס האט נאכנישט פאסירט, דאס איז קלאר א גזירה פון הימל. אבער חס ושלום זאגן אז רבי שמעון בר יוחאי וויל נישט מען זאל קומען, חס ושלום זאגן אז ל"ג בעומר איז א טאג פארקערט פון חסד ורחמים.


וואס ווייסן מיר וואס רבי שמעון בר יוחאי ראטעוועט אלע אידן פון ביטערע גזירות.


ל"ג בעומר איז זייער א גרויסע טאג, ל"ג בעומר איז א טאג פון ישועות ביי כלל ישראל; הונדערטער יארן וואס אידן קומען קיין מירון ל"ג בעומר זיך פרייען מיט די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי. עד היום, ביזן היינטיגן טאג ווערן אידן געהאלפן ביי רבי שמעון בר יוחאי.


מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען נישט דרכי המקום ברוך הוא. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נב): "כָּךְ רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא, שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַךְ", דאס איז די שיינקייט פונעם באשעפער, אז עס איז דא קשיות אויף אים, מען פארשטייט נישט וואס ער טוט, "אִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ", חס ושלום אויב וואלטן מיר פארשטאנען אלע זיינע וועגן, וואלט דאס געזאגט אז דער אייבערשטער איז כדעתנו, קומט אויס, אז אדרבה, די קשיות ווייזט אז מיר ווייסן גארנישט. דער רבי האט אויסגעפירט - וואויל איז דעם מענטש וואס האט נישט קיין קשיות אויף די אמונה, ער גלייבט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט בצדק ובמשפט, בחסד וברחמים; וואויל איז דעם וואס חזר'ט שטענדיג דעם פסוק (תהלים קמה, יז): "צַדִּיק ה' בְּכָל דְּרָכָיו", דער אייבערשטער איז גערעכט מיט אלע זיינע וועגן, "וְחָסִיד בְּכָל מַעֲשָׂיו", און טוט נאר גוטס מיט אלע זיינע מעשים.


קלאפ דיין מויל, מען טאר נישט זאגן די ווערטער: "דער אייבערשטער וויל אונז נישט"; דער אייבערשטער וויל אונז יא! דער אייבערשטער בארומט זיך מיט אונז, אזוי ווי דער פסוק זאגט (שמואל-ב ז, כג): "וּמִי כְעַמְּךָ כְּיִשְׂרָאֵל גּוֹי אֶחָד בָּאָרֶץ", ווער און וואו איז נאך דא אזא פאלק ווי אידישע קינדער; ווער עס איז זוכה צו זיין אין מירון – זעט דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער, די חסד וואס טוט זיך אפ צווישן אידישע קינדער, וואו מען גייט טיילט מען עסן און טרונקען, די גאנצע בארג מירון איז איין שטיק חסד.


די קדושת המקום אין די לעצטיגע יארן – איז מורא'דיג, די לעצטע יארן איז דא א מורא'דיגע ריינקייט; עס איז דא א ספעציעלע וועג מען זאל זיך קענען היטן די אויגן. צענדליגער טויזנטער אידן, ערליכע אידן, קומען זיך צוזאמען אן קיין תערובות, אן קיין איין שלעכטע קוק רחמנא לצלן, מען קומט זיך אויסגיסן דאס הארץ ביים קבר התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, נאכדעם טאנצט מען אינאיינעם; ווי קען מען טראכטן חס וחלילה אז רבי שמעון בר יוחאי וויל נישט מען זאל קומען?! צדיקים האבן געזאגט אז ל"ג בעומר אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי איז דא צוויי בחינות, אין די מערה שפירט זיך ווי יום כיפורים, און אין חצר שפירט זיך ווי שמחת תורה.


די ביטערע טראגעדיע איז א זאך וואס מיר קענען נישט פארשטיין, דאס איז א גזירה מן השמים. איין זאך וואס מיר דארפן ארויסנעמען ווען עס פאסירט אזא שרעקליכע זאך (איכה ג, מ): "נַחְפְּשָׂה דְרָכֵינוּ וְנַחְקֹרָה וְנָשׁוּבָה עַד ה'"; מיר דארפן תשובה טון, מיר דארפן זיך בארעכענען אויף אונזערע מעשים, מיר דארפן אכטונג געבן נישט צו צעקוועטשן א צווייטן איד, נישט צעדריקן א צווייטן. עס איז שוין געקומען די צייט אפצולאזן מחלוקת; אז א צווייטער האלט אנדערש – קומט נאכנישט מען זאל אים צעקוועטשן, אז א צווייטער גייט צו א צווייטער רבי – קומט נאכנישט מען זאל אים צעטרעטן.


עס איז וויכטיג אז ווען מען קומט צו רבי שמעון בר יוחאי זאל מען לעבן אזוי ווי רבי שמעון בר יוחאי וויל מיר זאלן לעבן. רבי שמעון בר יוחאי זאגט (זוהר הקדוש, פרשת נשא קכח.): "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַּלְיָא", אונזער גרויסקייט איז, ווייל מיר לעבן מיט ליבשאפט, מיר האבן זיך ליב; אז מען קומט צו רבי שמעון בר יוחאי דארף מען אנהייבן לעבן מיט ליבשאפט, ליב האבן א איד פון אן אנדערע גזע – אזוי ווי פון די אייגענע גזע.


אז מען קומט ל"ג בעומר, מען זינגט: "אמר רבי עקיבא, אשריכם ישראל"; מען זינגט נישט "אשרינו" – וואויל איז אונז, נאר מען זינגט: "אשריכם ישראל" – וואויל איז פאר אידן; דארף מען דאס ארייננעמען אין זיך און געדענקען א גאנץ יאר: "אשריכם ישראל" – וואויל איז פאר אלע אידן!


ווען מען איז מקבל גוטע קבלות – דארף דאס זיין מתוך שמחה, עס טאר נישט קומען פון עצבות ומרה שחורה. אויב עס קומט פון עצבות – וועט עס נישט אנהאלטן, גוטע קבלות וואס קומט פון שמחה – דאס האט א קיום. דעריבער דארף מען זיך זייער היטן אין די טעג, ווען מען רעדט אזויפיל פון די שלעכטע נייעס, אז מען זאל נישט אריינפאלן אין עצבות.


מען מוז זיך האלטן אין די אמונה, געדענקען (רש"י במדבר יט, ב): "גזירה היא מלפני, ואין לך רשות להרהר אחריה"; נאר אזוי וועלן די גוטע קבלות האבן א קיום.


עס איז זיכער אז רבי שמעון בר יוחאי האט דא אראפגענומען גרויסע ביטערע גזירות פון גאנץ כלל ישראל.

#1 - זאלן מיר עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין אונזער שטאט?
אחדות, בית המדרש, היכל הקודש, דרך ארץ

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח אויף אלעס, בפרט אויף די שיעור וואס איז לעצטנס געווען אויף הפצה. מיר זענען א חבורה בחורים און אינגעלייט וואס זענען זיך מחזק אינאיינעם אין אונזער געגנט, אין בראכפעלד, מודיעין עילית. מיר קומען זיך צוזאם זיך מחזק צו זיין אינאיינעם און מיר פרובירן צו מאכן הפצה.


לעצטע וואך האבן מיר געדרוקט 150 גליונות און עס פארשפרייט, ווי אויך גייען מיר הפצה אין די הייזער. און יעדע וואך קומען מיר זיך צוזאם און מ'איז זיך מחזק אינאיינעם מיט'ן רבינ'ס עצות.


מיר האבן געטראפן א שול פון "היכל הקודש" ביי אונז אין שטאט, וואס זיי זענען מסכים אריינצונעמען אונזער חבורה בכבוד גדול מיר זאלן זיך דארט צוזאמנעמען, ביז יעצט קומען מיר זיך צוזאם ביי איינעם אין שטוב, איז די שאלה אויב מיר זאלן ענדערש גיין אין שול, אדער אפשר אין שטוב וועט זיין גרינגער פאר געוויסע מענטשן צו קענען קומען אומגעשטערט.


מיר האפן אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט אונז ענטפערן, און מיר וועלן זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט אונז שרייבן דברי חיזוק פאר אונזער חבורה.


א גרויסן יישר כח


חבורת היכל הקודש מודיעין עילית שכונת ברכפלד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד תלמידי היכל הקודש מודיעין עילית, שכונת ברכפלד, שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב איר האט א מעגליכקייט צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש ברסלב - זאלט איר זיכער עפענען א בית המדרש; דאס איז נישט קיין סתירה צו וואס מען טוט ביז יעצט. מען קען זיך ווייטער צאמנעמען פריוואט אין א שטוב עס זאל זיין גרינג פאר די אנוסים וכו', די וואס שעמען זיך פון חברים און באקאנטע, מען זאל נישט וויסן אז זיי דרייען זיך אין ברסלב וכו', און אין די זעלבע צייט זאלט איר גיין בגדלות, עפענען א 'בית המדרש היכל הקודש חסידי ברסלב מודיעין עילית, ברכפלד'.


אבער וויסן זאלט איר, אז מען עפנט א בית המדרש היכל הקודש חסידי ברסלב דארפט איר וויסן צוויי זאכן, הדבר הראשון - דער בית המדרש דארף זיך פירן מיט א שטארקע דרך ארץ; מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען אז אלע שולן היכל הקודש זאלן זיין מיט'ן גרעסטן מאס דרך ארץ.


מוהרא"ש האט געהאט ביידע כוחות; ווען עס איז געקומען צו מקרב זיין א איד - האט ער נישט געקוקט ווער דאס איז, וואס דאס איז; ער האט צו יעדן איינעם גערעדט און מקרב געווען צום אייבערשטן מיט די גרעסטע רחמנות, אבער ווען עס איז געקומען צום בית המדרש דארט האט מען געמוזט זיין זייער דרך ארץ'דיג.


מוהרא"ש האט זייער אכטונג געגעבן אראפצונעמען דעם שלעכטן נאמען וואס איז דא אויף ברסלב; ווען עס איז אריינגעקומען אין היכל הקודש איינער וואס האט אויסגעזען אינטערעסאנט, מוהרא"ש האט דאס גערופן 'משונה קרן', - האט מוהרא"ש געהייסן מען זאל אים פארטרייבן, אז מענטשן זאלן נישט נאכדעם זאגן: "ברסלב'ע משוגעים". יארן לאנג האט מוהרא"ש געארבעט אראפצונעמען דעם שלעכטן נאמען וואס איז דא אויף ברסלב; מוהרא"ש האט געהאלטן אין איין רעדן און שרייבן קעגן די 'נ נח'ס' אז מען זאל וויסן 'דאס איז נישט ברסלב', דאס איז בלויז א דמיון וואס איינער האט אויפגעטראכט אז ער האט באקומען א צעטל פון הימל, א מעשה וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן; פארוואס האט מוהרא"ש אזויפיל גערעדט פון דעם? ווייל ער האט געוואלט אראפנעמען די שלעכטע נאמען, וואס זיי האבן גורם געווען אז דער רבי איז היינט פארשעמט; קיינער וויל נישט זיין זון זאל זיך דרייען ביי א פלאץ פון משוגעים, און דאס איז גורם אזויפיל מחלוקת אויפ'ן הייליגן רבי'ן.


דערפאר אז איר גרייט זיך צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש דארפט איר זייער אכטונג געבן אז דער בית המדרש זאל זיך פירן מיט דרך ארץ; עס דארף זיין אין בית המדרש א משמעת (דיסציפלין), מען מוז פאלגן, מען קען נישט טון איש כל הישר בעיניו יעשה. מען דאווענט אזוי ווי מען דאווענט אין אלע ערליכע שול'ן, נישט מיט קיין נייע מנהגים פון זינגען יעדע שטיקל; די בעלי תפילות זאלן זיין אינגעלייט וואס דאווענען ווארעם; שבת אינדערפרי פירט מען זיך נאכן דאווענען ביים קידוש אז מען לערנט סיפורי מעשיות, און ביי שלש סעודות זינגט מען זמירות און מען איז זיך מחזק מיט'ן רבינ'ס ווערטער.


די צווייטע זאך וואס איר דארפט וויסן, אויב איר עפנט א בית המדרש היכל הקודש וועט דער סמ"ך מ"ם אויך אהין קומען, ער וועט זוכן צו מאכן א פירוד לבבות צווישן אייך. ווייל דער סמ"ך מ"ם קען נישט סובל זיין א פלאץ וואס מען פארשפרייט דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער, וואס טוט ער? זיין זאך איז "הפרד ומשול", ווען ער וויל צעברעכן א פלאץ; א קהלה, א מוסד אדער א אידישע שטוב, מאכט ער עס זאל זיין מחלוקת און פיינטשאפט, ביז עס ווערט אויס פונעם פלאץ; דארף מען זייער אכטונג געבן און וויסן אז עס איז נישט ווערד דאס עפענען דעם בית המדרש נאר אויב עס וועט זיין שלום צווישן אייך.


אז איר וועט שטיין אויף די צוויי זאכן וועט איר זוכה זיין צו וואס דער רבי האט געזאגט ביים לעצטן ראש השנה, ווען אנשי שלומינו האבן געקרעכצט און געפרעגט דעם רבי'ן: "אויף וועם לאזט אונז דער רבי איבער?" האט דער רבי געענטפערט (חיי מוהר"ן, סימן ריח): "רַק אַתֶּם תַּחֲזִיקוּ עַצְמְכֶם בְּיַחַד, אָז תִּהְיוּ אַנָשִׁים כְּשֵׁרִים", אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען, וועט איר זיין ערליכע אידן, "וְלֹא כְּשֵׁרִים בִּלְבַד, אֶלָּא אֲפִילּוּ צַדִּיקִים וְטוֹבִים תִּהְיוּ", נישט סתם ערליכע אידן, נאר גרויסע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.