שאלה אין קורצן ענין
#12 - וואס טו איך אז מיין משגיח לאזט מיר נישט מאכן הפצה אין ישיבה?
חסידות ברסלב, מחלוקת, הפצה, דרך ארץ, בחור, ישיבה, התנגדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, עס איז מיר זייער מחזק.


איך לערן אין א גרויסע ישיבה אין ארץ ישראל וואס איז נישט ברסלב, איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן בערך צוויי יאר צוריק, און איך לערן אין די ישיבה די ספרים פון רבי'ן, און עס איז דא בחורים דארט אין ישיבה, נישט קיין ברסלב'ע, וואס בעטן מיר איך זאל לערנען מיט זיי דעם רבינ'ס ספרים, און איך האב טאקע געלערנט מיט א חלק פון די בחורים, אבער נאך אפאר טעג ווען דער משגיח האט עס באמערקט, האט ער מיר אנגעשריגן און מיר געווארנט אז אויב וועל איך נישט אויפהערן וועט מען מיר ארויסווארפן פון ישיבה.


מיין שאלה איז אויב איך זאל ווייטער ממשיך זיין צו לערנען מיט זיי, צו מאכן הפצה, אדער זאל איך אויפהערן. איך האב געפרעגט די בחורים אויב זיי ווילן מאכן דעם שיעור ערגעץ אנדערש, נישט אין ישיבה, אבער זיי האבן נישט געוואלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פקודי, כ"ז אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זוכסטו זיך פראבלעמען? וואס זוכסטו אנצורייצן די משגיחים?! אז דו ווילסט עוסק זיין אין הפצה קענסטו דאס טון אינדרויסן פון די ישיבה וואו דו לערנסט, ביי דיר אין ישיבה זאלסטו נישט איבערדרייען וכו', אין ישיבה זאלסטו מכבד זיין די מגידי שיעורים און משגיחים; טשעפע זיך נישט, מאך נישט קיין שלעכטע נאמען אויפ'ן רבי'ן.


די אלע בחורים וואס וויינען אז מען האט זיי ארויסגעווארפן פון זייער ישיבה צוליב ברסלב - איז ליגנט, מען ווארפט נישט ארויס בחורים וואס האבן חיות ביים הייליגן רבי'ן, מען ווארפט ארויס בחורים צוליב חוצפה און עזות; אז מען לאכט אין פנים פון די מגידי שיעורים - דעמאלט ווארפט מען ארויס.


אזוי אויך די מחלוקת פון סקווער'ער חסידים אויף ברסלב - איז נאר צוליב אפאר ברסלב'ער עזות פנימ'ער, גארנישט מער פון דעם. מוהרא"ש דערציילט ווי אזוי אפאר ברסלב'ער חסידים האבן זיך מתחצף געווען צו הרב הקדוש רבי דוד מסקווירא זכותו יגן עלינו, און ווען זיין זון דער פריערדיגער סקווער'ער רבי האט דאס געזען - האט ער דאס נישט געקענט אויסהאלטן וכו'; אזוי איז געווארן די זאך אז זיי ווילן נישט הערן פון ברסלב.


אויך איז געווען אין ברסלב א לץ מיט'ן נאמען... און ווען עס האט פאסירט די מעשה אז די סאווראנ'ער חסידים האבן געשיקט אן אתרוג פאר זייער רבי; יענע יאר איז נישט געווען צו באקומען אתרוגים, זיי האבן געצאלט אסאך געלט צו פארשאפן אן אתרוג פאר זייער רבי, זיי האבן געטראפן א שיינעם אתרוג פאר טייער געלט, זיי האבן דאס איינגעפאקט אין א טייערע קעסטל און געדינגען א שליח דאס צו טראגן קיין סאווראן.


אונטערוועגנס האט זיך דער שליח צוגעלייגט, ער האט געכאפט א דרימל, דערווייל איז א גוי דארט אריבער און דערזען דעם טייערן קעסטל, ער האט געוואלט זען וואס עס ליגט אינעם טייערן קעסטל, נאכן עפענען און זען אז דאס איז א פרי, האט ער געטראכט 'אז מען פאקט איין א פרוכט אין א טייערן קעסטל מוז זיין די פרוכט גאר א זיסע'; ער האט אריינגעביסן און גלייך אויסגעשפיגן דעם ביטערן אתרוג און דאס צוריק איינגעפאקט אינעם קעסטל. דער שליח וועקט זיך אויף, ער ווייסט פון גארנישט, ער ברענגט דעם סאווראנ'ער רבי אן אפגעהאקטן אתרוג, דאס איז געווען א גרויסער פאטש פאר די סאווראנ'ער חסידים. דער לץ האט זיך געשטעלט ביים פענסטער פון די ברסלב'ער קלויז, און ווען סאווראנ'ער חסידים זענען אריבער האט ער געשריגן: "פִּטּוּם הַקְ[-טוֹרֶת]", יעדער סאווראנ'ער חסיד האט געהערט ווי א ברסלב'ער חסיד שרייט: "פִּטּוּם הַקְ[-טוֹרֶת]"; דאס האט אנגעצינדן דעם ביטערן פייער.


מיר דארפן זייער אכטונג געבן נישט צו מאכן א שלעכטע נאמען אויפ'ן רבי'ן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק - דארף אכטונג געבן אז עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויף אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - וואס מיינט אז מ'זאל נישט טרונקען וואסער פאר א רבים?
דרך ארץ, מדות טובות, עסן, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער רבי זאגט אין ספר המדות (אכילה, אות ט') "אין שותין מים בפני רבים", מ'זאל נישט טרונקען וואסער פאר אסאך מענטשן. האב איך געוואלט פרעגן וואס דאס מיינט, איז דאס איבעראל וואו ס'געפונען זיך מענטשן, אדער נאר ווען מ'געבט א דרשה פאר מענטשן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער מקור איז פון די הייליגע חכמים וואס זאגן (בכורות מד:): "אֵין שׁוֹתִין מַיִם בִּפְנֵי רַבִּים", מען זאל נישט טרינקען קיין וואסער פאר מענטשן, רש"י זאגט (דבור המתחיל ואין שותין): "דְּדֶּרֶךְ תַּלְמִיד חָכָם לִהְיוֹת צָנוּעַ בַּאֲכִילָה וּבִשְׁתִיָּה", די וועג פון ערליכע אידן איז צו עסן און טרינקען איידל.


מוהרא"ש זאגט, דאס מיינט מען דאס וואס מען קען זען א מענטש קויפט זיך א באטל טרינקען און שטייט פאר מענטשן און טרינקט פון באטל ווי א זולל וסובא, דאס איז נישט איידל; דעריבער, אז מען קויפט זיך א טרינק - זאל מען זיך אוועק דרייען דאס פנים פון די מענטשן און אזוי טרינקען מיט דרך ארץ, נישט אזוי ווי מענטשן פירן זיך אומאיידל, מען טרינקט פון באטל און פון א קען יענעם אין פנים אריין, דאס איז נישט איידל.


דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקטו): "לֶאֱכֹל בִּמְתִינוּת בְּיִשּׁוּב הַדַּעַת וּבְדֶרֶךְ אֶרֶץ כְּדֶרֶךְ שֶׁאוֹכְלִין בְּדֶרֶךְ אֶרֶץ כְּשֶׁיּוֹשֵׁב אָדָם חָשׁוּב עַל הַשֻּׁלְחָן, כָּךְ יֹאכַל תָּמִיד אֲפִלּוּ כְּשֶׁאוֹכֵל לְבַדּוֹ", ווען מען עסט, אפילו מען איז אליינס - זאל מען טראכטן אזוי ווי מען זיצט מיט א חשוב'ער מענטש ביים טיש, אזוי וועט מען אלץ עסן איידל; אזוי אויך ביים טרינקען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים

#10 - וואס טוט מען ווען די שנור האט נישט רעספעקט פאר איר מאן?
שלום בית, שווער און שוויגער, דרך ארץ, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שטארקע פראבלעם, איך האב חתונה געמאכט מיין זון ברוך ה', באמת א טייערער בחור א ירא שמים און א בעל מידות, אבער מיין שנור רעדט זייער נישט דרך ארץ'דיג צו אים, זי רעדט צו אים אזוי ווי זי וואלט געווען זיין מאמע, זי זאגט זייער שטארק איר מיינונג, נישט אויף א וועג פון זיך דורך שמועסן מיט אים. ווען זיי קומען צו אונז אויף שבת דארף איך זיך איינהאלטן אז איך זאל נישט שרייען אויף איר, "ווער האט דיך געפרעגט?! אזוי רעדט מען צו א מאן?! וואו איז די ביסל רעספעקט?"


איך ווייס אז איך, אלס די שוויגער, טאר זיך נישט אריינמישן אין זייער לעבן. איך פריי זיך אז מיין זון האט א ווייב, און זיי לעבן ברוך ה' א גוט לעבן אינאיינעם, אבער עס גייט מיר ממש אויף די נערוון ווען איך הער ווי זי באפעלט אים וואס צו טון, זי רעדט פון זיינע פראבלעמען אין פארנט פון מענטשן, למשל ווען זי פרעגט מיך וואס זי קען טון אז איר מאן זאל זיין מער מסודר'דיג, און זי פרעגט עס אין פארנט פון אים. איך ענטפער איר מיט א שמייכל, אבער איך שפיר אז וואלט איר געדארפט מחנך זיין אז מ'קען נישט מאכן קיין וויצן אויפ'ן מאנ'ס חשבון.


איך ווייס אז איך טאר איר גארנישט זאגן, און איך וועל איר ווייטער טייער האלטן, ווי אזוי קען איך אבער זען אז זי זאל טוישן איר שלעכטע וועג פון רעדן? ביי מיר אין שטוב געבט מען זייער אכטונג אויף דעם, מען רעדט מיט רעספעקט, סיי די קינדער צו אונז, און סיי מיר צווישן זיך, עס איז זייער קעגן די חינוך ווי אזוי אונזער שטוב פירט זיך. אפילו די מיידלעך צווישן זיך, ווען זיי דארפן זיך טיילן מיט די ארבעט, זאגן זיי נישט "דו מוזט עס טון", נאר "אפשר לאמיר זיך צעטיילן מיט ארבעט".


עס שטערט מיך, איך וויל איר נישט אראפקוקן, ווייל אויסער די זאך - וואס בעצם האלט איך אז עס איז נישט פון שלעכטקייט, נאר מער א חסרון ידיעה, קיינער האט איר נישט געזאגט אז אזוי רעדט מען נישט - איז זי זייער גוט, אין אלעס אנדערש. אפשר קען דער ראש ישיבה מיר ווייזן די ריכטיגע וועג מיט סייעתא דשמיא?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער א שווערע שאלה; זאגן די שנור ווי אזוי זיך צו פירן איז נישט כדאי, און נישט זאגן איז אויך נישט קיין עסק; עס איז זייער א ווייטאגליכע שאלה.


א שאד מען לערנט נישט מיט די מיידלעך אין סקול - מידות; ווי אזוי זיך צו פירן, ווי אזוי צו רעדן מיט אנדערע - בפרט מיט די מאן. אנשטאט לערנען זאכן וואס האט נישט קיין שייכות מיט לעבן, אנשטאט לערנען די אלע יארן אין סקול זאכן וואס וועט פון דעם גארנישט בלייבן פאר'ן לעבן - וואלט מען געדארפט לערנען וואס דאס לעבן איז, ווי אזוי צו רעדן מיט א מאן, ווי אזוי צו רעדן מיט אנדערע; דאס עקלדיגקייט פון גאווה, דאס פארפוילטקייט פון אוועקמאכן א צווייטן, בפרט די מאן; מבטל זיין זיינע ווערטער וכו' וכו'.


בעטס דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער; זין און טעכטער, איידעמער און שנורן - זאלן זיין איידל און ערליך. בעטס דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער און אייניקלעך זאלן לעבן מיט שלום און ליבשאפט, נאר תפילה איז די עצה; אן תפילה איז מען פארלוירן, ווידעראום מיט תפילה קען מען טוישן יענעמ'ס נאטור, תפילה איז אזוי שטארק, עס איז שטערקער פון אלעס!


דער בריוו וועט זיין געדרוקט אין ספר עצתו אמונה; ווען אייער זון וועט קומען צו אייך אויף שבת - זאלט איר לייגן דעם קונטרס ביי זייער שטוב, אזוי וועט אייער שנור ליינען דעם בריוו, וועט זי זיך כאפן, זי וועט טראכטן אז זי דארף פאררעכטן; זי וועט תשובה טון און מער נישט רעדן מיט עזות צו איר מאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - ווי אזוי קען איך אויפקלערן מיינע חברים נישט צו זיין מחוצפים?
דרך ארץ, יונגע יארן, בחור, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך זע אייביג ווי דער ראש ישיבה העלפט בחורים מיט אלע סארט פראבלעמען, אפשר וועט איר מיר אויך קענען העלפן.


איך בין א חסיד'ישער בחור, אין א חסידישע ישיבה, מיט גוטע חברים חשובע איידעלע בחורים. מיין פראבלעם איז אז זיי קענען אסאך מאל זיין חוצפה'דיג צום משגיח. דער משגיח איז א חשובער תלמוד חכם וואס העלפט יעדן פון אונז שטייגן, ער איז אפאר מאל אויך אביסל שטרענג און די בחורים מאכן חוזק פון אים אדער איגנארירן זיי אים. ער מאכט זיך נישט צוטון, אבער איך זע אז ס'שטערט אים עכט יא. אויך ווען ער שטעלט זיך אויף זאגן א דרשה, קענען זיי זיין חוצפה'דיג און ברומען. וויאזוי קען איך זיי מסביר זיין אז זייער אויפפירונג איז נישט גוט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט כדאי דו זאלסט מוסר'ן די בחורים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סה:): "כְּשֵׁם שֶׁמִּצְוָה עַל אָדָם לוֹמַר דָּבָר הֲנִשְׁמַע, כַּךְ מִצְוָה עַל אָדָם שֶּׁלֹא לוֹמַר דָּבָר שֶׁאֵינוֹ נִשְׁמַע", אויב מען ווייסט קלאר אז מען וועט זאגן פאר איינעם מוסר און יענער וועט דאס נישט אננעמען - זאל מען נישט מוסר'ן יענעם; זאג זיי נישט קיין מוסר, נישט נאר זיי וועלן נישט אננעמען וואס דו זאגסט, דו וועסט נאך ווערן א חוזק צווישן זיי.


דו פיר זיך אויף ווי עס דארף צו זיין און נוץ אויס דיינע יונגע יארן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די יונגע יארן איז ווי א קרוין פון שיינע רויזן; אז מען נוצט אוס די יונגע יארן ווי עס דארף צו זיין איז די גאנצע לעבן נאכדעם ווי א קרוין. נאך זאגן חז"ל (שם): "וַוי לַהּ לַחֲדָא דְּאָזְלָא וְלָא אָתְיָא", וויי פאר די שיינע יונגע יארן וואס גייען אוועק און קומען נישט צוריק; נוץ אויס די יונגע יארן אין ישיבה מיט תורה און תפילה.


געב אכטונג קיינמאל נישט וויי צו טון א צווייטן - נישט קיין חילוק א בחור, א משגיח אדער דער וואס רוימט די ישיבה. אז דו וועסט רחמנות אויף אנדערע וועט דער אייבערשטער רחמנות האבן אויף דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#8 - טאר מען נישט טרינקען קיין וואסער אין פארנט פון מענטשן?
דרך ארץ, עסן, פירושים, ספר המידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס איז פשט אין דעם וואס דער רבי זאגט אין ספר המדות, "אין שותין מים בפני רבים", מען טרונקט נישט קיין וואסער פאר א רבים; מיינט דאס פשוט אז מען טאר נישט טרינקען קיין וואסער אין פארנט פון מענטשן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (ספר המדות אות אכילה, סימן ט): "אין שותין מים בפני רבים", דער מקור איז פון די הייליגע חכמים וואס זאגן (בכורות מד:): "אֵין שׁוֹתִין מַיִם בִּפְנֵי רַבִּים", מען זאל נישט טרינקען קיין וואסער פאר מענטשן, רש"י זאגט (דבור המתחיל ואין שותין): "דְּדֶּרֶךְ תַּלְמִיד חָכָם לִהְיוֹת צָנוּעַ בַּאֲכִילָה וּבִשְׁתִיָּה", די וועג פון ערליכע אידן איז צו עסן און טרינקען איידל, עס פאסט נישט צו גיין אין גאס עסן און טרינקען, מען דארף עסן איידל און טרינקען איידל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7 - פארוואס איז מיין ברודער אזוי נישט דרך ארצ'דיג צו מיין טאטע?
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם, דרך ארץ

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין טאטע באקלאגט זיך מיר גאר אסאך וועגן מיין ברודער, אז ער ליידט אסאך פון אים, ער לאזט אים נישט מנוחה, א גאנצע שבת'דיגע סעודה איז ער פארנומען אז מיין טאטע טוט נישט ריכטיג די מנהגים אזוי ווי זיינע זיידעס און די חסידות פון וואו זיי קומען, און די זעלבע ביים דאווענען זאגט ער אים הערות אז עס פאסט נישט צו קוקן אין א ספר ביים דאווענען, און אזוי ווייטער אויף טריט און שריט. וואס א טאטע וואלט אפשר געדארפט זאגן פאר זיינע קינדער, זאגט דער בחור פאר זיין טאטע.


ביי די סעודה שבת בייטאג פליקט ער אראפ די חלה דעקל, ווייל אין די חסידות פון וואו אונזערע זיידעס קומען לייגט מען נישט קיין חלה דעקל שבת אינדערפרי. געוויסע ספרים באהאלט ער ווייל ער האלט נישט פון דעם, ס'באדערט אים ביז'ן נשמה אז מיין טאטע איז נישט קלאר לשיטתו מיט די מנהגים.
די פראבלעם הויבט זיך אן ווען מיין טאטע פרובירט אים עפעס צו זאגן, דעמאלט קען ער ווערן באליידיגט און זיך נעמען וויינען, און ווען מיין טאטע מאכט זיך נישט וויסנדיג פון אים, קען עס אויסקלאפן אז ער נעמט זיך טשעפען אנדערע קינדער.


ער האט נישט פיינט מיין טאטע, ער קען אפילו וועלן לערנען מיט אים וכדומה און מיין טאטע קען נישט כאפן וואס די פראבלעם איז. מיין טאטע טראכט אז אפשר דארף ער אוועקפארן פאר א שטיק צייט ער זאל נישט זיין מיט אים צוזאמען, וועט זיך עס בארואיגן; אפשר דארף מען אים פארשיקן אין א ישיבה אין א אנדערע שטאט אדער מדינה?


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר זאגן וואס איז פשט פון דעם? וואס מוטשעט פאר דעם בחור? און וואס קען איך זאגן פאר מיין טאטע אן עצה?


יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א איז מיר אזוי שיין מדריך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער פראבלעם איז אז מען לערנט נישט אויס קינדער די א' ב' פון דרך ארץ; קינדער דארף מען לערנען פון ווען זיי זענען נאך גאר יונג - דרך ארץ פאר טאטע מאמע. דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סה): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען דעם קינד דרך ארץ ווען ער איז נאך יונג, ווען מען איז יונג קען מען גרינג בייגן דעם קינד זאל זיך אוסלערנען ווי זיך צו פירן מיט עלטערן.


ווען איך זע קינדער וואס פירן זיך נישט מיט דרך ארץ - האב איך זייער רחמנות אויף זיי אז מען האט זיי נישט מחנך געווען, און אנשטאט טראכטן אויפן קינד אז ער איז שלעכט, טראכט איך 'נעבעך, א רחמנות אויף אים, זיינע עלטערן האבן אים נישט געלערנט צו האבן דרך ארץ פאר טאטע מאמע'.


ווען מען איז עלטער - איז שוין אביסל שפעט, אבער מען קען נאך און מען דארף נאכאלץ לערנען דרך ארץ, און יעדע מאל א קינד זאגט עפעס פארן טאטן אדער מאמען נישט מיט דרך ארץ - דארף מען באמערקן און זאגן: "מען טאר נישט רעדן אזוי צו א טאטע און מאמע", צענדליגער און הונדערטער מאל דארפן קינדער הערן, פון קליינווייז אן - אז מען רעדט צו עלטערן מיט דרך ארץ און מיט גרויס הכנעה.


די פותרי חלומות, טעראפיסטן - זוכן פרישע מיטלען ווי אזוי מען קען מאכן עלטערן מיט די קינדער זאלן זיך אויסקומען, און רוב מאל העלפט דאס נישט; קומען זיי מיט א נייעם וועג פון צעטיילן די קינדער פון די עלטערן.


די עצה און די וועג איז, מען זאל זאגן נאכאמאל און נאכאמאל פארן קינד: "צו א טאטע און מאמע רעדט מען נישט אזוי", "טאטע מאמע דארף מען מכבד זיין"; אמאל דארף מען זיין נאך מער שטרענג, אבער דער עיקר עצה איז זאגן נאכאמאל און נאכאמאל.


מיין נישט אז דאס אליין איז די זאך, אויסער חינוך דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער. עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט זוכה געווען צו טייערע ערליכע קינדער, ווען מען האט אים געפרעגט וואס איז דער סוד פון די הצלחה, האט ער געזאגט: "וואס מיינט איר, קינדער זענען עפעלעך וואס מען רייסט אראפ פון בוים? איך האב אסאך געוויינט צום אייבערשטן זיי זאלן זיין ערליכע אידן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - דורך די שיעורים האב איך אויפגעהערט זיך שעמען מיט מיין טאטע
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, דרך ארץ, בזיונות, התנגדות, לשון הרע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהאט א שבת שבע ברכות, און מיין טאטע האט א מנהג אז ווען ס'קומט צו א משפחה שמחה ווי למשל א שבת שבע ברכות, ברענגט ער זיך מיט אלע זיינע זאכן, ווי זיין וויין (נישט מבושל), זיין מעסער (אן ציינער), זיין בעכער (אלס מהודר), הדסים צו שמעקן (וועגן אלע סגולות וואס עס האט אין זיך), און ער בענטשט די קינדער (אזוי ווי ער טוט אינדערהיים), און אזוי ווייטער.


פאר איך בין מקורב געווארן פלעג איך זיך באגראבן פאר בושה, איך פלעג זוכן א לאך זיך צו באהאלטן, עס איז מיר געווען מאסן בזיונות, איך פלעג זיך שעמען מיט מיין טאטע, נאכדעם פלעגט עס אויספלאצן.


אבער מיט די גרויסע חסדים פונעם אייבערשטן האב איך אנגעהויבן אויסצוהערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס האט מיר געמאכט איך זאל זיך שוין נישט שעמען מיט מיין טאטע, איך האב שוין נישט קיין פראבלעם צו זיצן נעבן אים ביי די שמחה.


איך האב אפילו אים אריינגעברענגט זיינע זאכן, איך האב זיך געלאזט בענטשן אפילו ס'איז געווען אביסל הייסע בושות, ווען מיין יונגערע ברודער האט זיך נישט געלאזט בענטשן.


אשרינו שזכינו. ווען מיין טאטע זאל ווען וויסן וואס ער האט באקומען פון דער ראש ישיבה, וואלט ער נישט געהאט די ווערטער זיך צו באדאנקען.


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, ל"ו שובבי"ם, כ"ב שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מענטשן וואלטן געוויסט וואס דער רבי לערנט און די שכל וואס מען באקומט ביים רבי'ן - וואלטן אלע געשיקט די קינדער צום רבי'ן; די דרך ארץ וואס מען באקומט ביים רבי'ן איז נישטא אין די גאנצע וועלט.


דער רבי האט געזאגט: "אִם קֵיסָרִים וּמְלָכִים הָיוּ יוֹדְעִים אֵיךְ אֲנִי מְלַמֵּד אֶת אֲנָשַׁי דֶּרֶךְ אֶרֶץ, הָיוּ שׁוֹלְחִים אֶת בְּנֵיהֶם אֵלַי לִלְמוֹד דֶּרֶךְ אֶרֶץ", ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים - וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ.


נאר וואס דען? דער סמ"ך מ"ם איז גרויס, די כוחות וואס מען האט אים געגעבן איז נישט צו פארשטיין. דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ז', מזבוב ועכביש) איידער זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף די וועלט, האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אויב דער נשמה קומט אראפ אויף די וועלט - פארוואס האסטו מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף די וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה". איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריקגעקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "די נשמה קען שוין אראפגיין, מיר האבן שוין אן עצה".


מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט (בספר נהרי אפרסמון): "וואס איז זייער עצה, וואס זיי האבן זיך געטראפן? לאכן, מען לאכט פונעם רבי'ן און מען שפעט אפ פון א ברסלב'ער חסיד", דאס מאכט אז עלטערן זאלן נישט לאזן די קינדער אנקומען צום רבי'ן, עלטערן ציטערן אז די קינדער וועלן אנקומען צו א שלעכטע פלאץ. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף איינעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס, און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אזא איינעם קריג איך אויך; דער רבי האט געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.


היכל הקודש איז א פלאץ וואו מען לערנט דרך ארץ, מען לערנט שכל. אז דיין טאטע וויל מאכן זיינע מנהגים - וואס האט דאס מיט דיר? וואס דארפסטו זיך שעמען? און אז מענטשן שמייכלען פון דיין טאטע - איז וואס? און אז מען לאכט - איז וואס? מען ווערט נישט גרעסער ווען מענטשן האלטן יא פון אים און מען ווערט נישט קלענער אויב מען לאכט, דער עיקר דארף מען טון רצון השם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - ווי אזוי קען איך מאכן מער געשמאק דאס לערנען אין חדר?
סיפורי צדיקים, קינדער, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, דרך ארץ, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואוין אין קרית ברסלב, ליבערטי. ווען מיין רבי דערציילט פון די פרשה איז עס זייער געשמאק, אויך ווען ער דערציילט מעשיות, אבער ווען מען לערנט איז עס שווער, און אויך צו לאנג פאר מיר אין איין צו.


איך האב געוואלט וויסן אויב דער ראש ישיבה קען מיר געבן אן עצה.


יישר כח פאר אלעס און פאר די שיעורים.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, כ"ב שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו ביסט נישט דער איינציגסטער אינגל וועם עס קומט אן שווער צו לערנען די הייליגע תורה. דער הייליגער רבי האט דערציילט אז אים איז אויך געווען אין זיינע יונגע יארן זייער שווער צו לערנען, קוק וואס דער רבי האט דערציילט, ווי אזוי ער האט אנגעפאנגען לערנען ווען ער איז געווען א יונג קינד. "וְסִפֵּר שֶׁכָּל לִמּוּדוֹ בָּא לוֹ בִּיגִיעָה גְּדוֹלָה", דער רבי האט דערציילט אז עס איז אים זייער שווער אנגעקומען צו לערנען ווען ער איז געווען יונג, "כִּי בִּתְחִלָּה הָיָה לוֹמֵד מִשְׁנָיוֹת וְלא הָיָה מֵבִין לִמּוּדוֹ", ער האט געלערנט משניות אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה הַרְבֵּה לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיָּאִיר עֵינָיו", וואס האט ער געטון? ער האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו פארשטיין, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה כָּל כָּךְ עַד שֶׁזָּכָה שֶׁיּוּכַל לִלְמוֹד מִשְׁנָיוֹת", איך האב אזוי סאך געוויינט צום אייבערשטן - זאגט דער רבי - ביז איך האב זוכה געווען צו קענען לערנען און פארשטיין משניות. "וְכֵן אַחַר כָּךְ לָמַד שְׁאָר סְפָרִים וְלא הָיָה מֵבִין גַּם כֵּן", נאכדעם האט דער רבי געלערנט אנדערע ספרים און ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה מְאד עַד שֶׁזָּכָה לַהֲבִינָם", האט ער ווייטער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו פארשטיין, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט פארשטאנען אלעס וואס ער האט געלערנט (שבחי הר"ן, אות ח).


ווען מען לערנט תורה שפירט מען נישט גלייך ביים אנהויב א זיסקייט און א טעם, אבער מיט די צייט הויבט מען אן שפירן א זיסקייט און א טעם. אנדערש איז מיט עולם הזה, גלייך ביים אנהויב שפירט מען א טעם און שפעטער פארלירט מען די טעם.


אז דו וועסט לערנען אפילו עס איז דיר שווער - וועט דיר מיט די צייט ווערן גרינגער און בעסער; מיט די צייט וועסטו שפירן אזא זיסקייט אין לערנען - אז דו וועסט מער גארנישט וועלן, נאר לערנען און לערנען דיין גאנץ לעבן. דער רבי האט אמאל געזאגט פאר איינעם (שיחות הר"ן, סימן יז): "כְּשֶׁהַתּוֹרָה מַרְאָה אַהֲבָה לְאֶחָד", ווען די תורה וועט דיר ווייזן איר פנים, "אָז אֵין רוֹצֶה כְּלָל עוֹלָם הַבָּא", וועסטו שוין נישט וועלן קיין עולם הבא, "רַק שֶׁרוֹצֶה אֶת הַתּוֹרָה בְּעַצְמָהּ", דעמאלט וועסטו נאר וועלן לערנען נאך און נאך תורה; אזוי גוט איז די תורה, נאר אין אנהויב שפירט מען נישט קיין טעם.


איך בעט דיר זייער, פיר זיך אויף מיט דרך ארץ, פאלג דיינע מלמדים און לערן מיט געדולד ביז דו וועסט זוכה זיין צו שפירן א טעם אין די תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - ווי אזוי מאך איך זיכער אז עס הערשט דרך ארץ ביי מיין שיעור?
מורה דרך, דרך ארץ, דרשות, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זוכה ברוך ה' צו געבן יעדן טאג א שיעור פאר בחורים, מיט חיזוק פון מוהרא"ש און דער ראש ישיבה שליט"א, די דיבורים זענען זיי זייער מחזק. איך דאנק זייער דעם ראש ישיבה שליט"א אויף די פילע עצות און שכל צום לעבן וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט ביי די שיעורים, דאס איז מיר זייער מחזק, און זיכער אויך נאך פילע אידן איבער די גאנצע וועלט.


איך האב געוואלט פרעגן וואס איך קען טון אז עס זאל זיין דרך ארץ ביי מיין שיעור, אז די בחורים זאלן נישט שמועסן און זאלן זיך צוהערן. איך פרוביר צו רעדן שיינע דברי חיזוק, עס זאל זיין געשמאק צו הערן, עס פאסירט אבער צומאל אז טייל בחורים הויבן און רעדן און שמועסן און ווערן פארנומען מיט זייטיגע זאכן ביים שיעור, און דאן דארף איך זיי מעורר זיין נישט צו רעדן. עס איז מיר זייער נישט געשמאק צו דארפן אפשטעלן דעם שיעור און זיי אויפמערקן אויף דרך ארץ, און דאס איז זיכער אויך נישט געשמאק פאר זיי.


ווי אזוי קען איך מאכן אז די בחורים זאלן וויסן און פארשטיין אז ביי מיין שיעור רעדט מען נישט און מען שטערט נישט, אזוי וועל איך קענען רואיג רעדן און אריינברענגען אין זיי ריינע יראת שמים אן קיין הפסקות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, א): "דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה", דרך ארץ איז פאר תורה; כדי מען זאל קענען מקבל זיין תורה איז נאר אויב מען האט דרך ארץ, אן דרך ארץ איז גארנישט דא.


דאס איז די ערשטע לימוד וואס דו דארפסט אויסלערנען דיינע תלמידים, און שטיין אויף דעם זייער שטארק. עס מוז זיין דרך ארץ ווען מען לערנט, פאר דעם קען מען נישט רעדן; אז מען רעדט, מען לאכט - איז א שאד די ארבעט, עס איז אומזיסט די ארבעט.


ביי אלע צדיקים איז געווען א שטארקע דרך ארץ (דיסציפלין). מיר געדענקען זייער גוט ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט ביי מוהרא"ש, ווען מיר האבן געהערט אז מוהרא"ש קומט אראפ איז שוין געווארן שטיל, און ווען מוהרא"ש האט געעפנט די טיר האבן מיר זיך נישט גערירט פון פלאץ, מיר זענען אלע געשטאנען באימה ויראה כדי צו קענען מקבל זיין; אזוי איז געווען ביי אלע צדיקים, מען איז געזיצן מיט א שטארקע דרך ארץ.


ביי אונז אין ישיבה לערנט מען דאס מיט די בחורים, עס זאל זיין דרך ארץ ביי די שיעור, איך שטיי זייער שטרענג אויף דעם; נאר אזוי קען מען מקבל זיין. אזוי זאלסטו אויך טון, לערן מיט די בחורים, פארלאנג פון זיי זיי זאלן זיצן שטיל ביים שיעור; דארפסט נישט געבן קיין לאנגע שיעורים, קענסט אנהויבן מיט קליינע שיעורים, אבער אין די פאר מינוט מוזן זיי זיצן שטיל מיט דרך ארץ.


האב נישט מורא צו זיין שטרענג; קינדער און בחורים האבן ליב א שטרענגע סדר, אפילו דערוואקסענע מענטשן גלייכן צו זיין אין א פלאץ וואו מען פארלאנגט וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט דיינע תלמידים.

#3 - יישר כח פאר'ן מיר מחזק זיין צו זאגן תהילים
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, סקול, חברים, דרך ארץ, התבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר בית פיגא סקול, איך ווער אזוי פרייליך ווען איך קום נאכאמאל יעדן צופרי אין סקול, דא איז מיין בעסטע פלאץ.


יישר כח פאר אלע שיעורים, עס געבט מיר אזויפיל עצות, אסאך מאל הער איך עס ביינאכט אין בעט.


איך האב געענדיגט די זעקס און אכציגסטע מאל תהלים, יישר כח אייבערשטער. יישר כח ראש ישיבה פאר'ן מיר מחזק זיין צו זאגן תהילים.


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט ליב סקול, יעדן אינדערפרי ווערט איר פרייליך צו קענען קומען נאך א טאג אין סקול.


א מחי' צו הערן אזא גוטע בשורה, אז איר זאגט אזויפיל תהלים; איר האט יעצט מסיים געווען די זעקס און אכציגסטע מאל ספר תהלים. איך ווער אזוי פרייליך ווען איך הער אז די תלמידות פון בית פיגא זאגן תהלים.


נעמט די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות, די עצה וואס משיח וועט אריינברענגען אין די גאנצע וועלט; מען זאל רעדן צום אייבערשטן, רעדן צו אים אויף די אייגענע שפראך, אים בעטן יעדע זאך און אים דערציילן יעדע זאך. עס איז גאר אן אנדערע לעבן ווען מען לעבט מיט די עצה, אלעס איז אנדערש, אלעס איז גרינגער, מען שפירט זיך ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן.


חבר'ט זיך מיט מיידלעך וואס רעדן איידל און פירן זיך איידל, חבר'ט זיך מיט מיידלעך וואס האבן דרך ארץ. ביים רבי'ן איז דרך ארץ נומער 1; ביים רבי'ן איז געווען זייער א שטארקע דרך ארץ, נאר אזוי האט מען געקענט מקבל זיין.


העלפט אייער מאמע; איר האט זייער חשוב'ע עלטערן, זייט מכבד אייערע עלטערן.


א פרייליכן חנוכה.

#2 - ווי אזוי שטעלט מען איין דרך ארץ ביים שיעור?
חיזוק פאר פרויען, צדיקים, מוהרא"ש, דרך ארץ, דרשות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר מאכן יעדע וואך א חבורה ביי אונז אין שטאט צו הערן אינאיינעם א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א, ס'זענען אבער דא אזעלכע וואס רעדן ביים שיעור, און דאס שטערט פון קענען געהעריג אויסהערן און מיטהאלטן. וואס קען מען טון אז ס'זאל זיין שטיל ביים שיעור, אז דער עולם זאל זיצן מיט דרך ארץ.


היינט איז ברוך ה' געווען א שיינע חבורה, און מיר האבן זיך שטארק מחזק געווען.


אויך וויל איך וויסן ווען ס'וועט זיין א שיעור פאר פרויען, ווייל פרויען רופן מיין ווייב אז זיי ווארטן שוין אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, י"ט אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מודיעין עילית, בראכפעלד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען נישט מקבל זיין תורה פון א רבי נאר אויב עס איז דא דרך ארץ; אויב מען שמועסט בשעת'ן שיעור איז ענדערש נישט צו מאכן קיין שיעור, אויב ווילט איר מאכן א שיעור דארף דאס זיין מיט גרויס דרך ארץ.


ווער עס געדענקט, ווען מוהרא"ש פלעגט געבן א שיעור פלעגט זיין א שטארקע דרך ארץ, אויב איינער האט געוואלט שמועסן פלעגט מוהרא"ש איבערהאקן דעם שיעור און זאגן יענעם נישט צו רעדן, ווייל מען קען נישט מקבל זיין נאר מיט דרך ארץ.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, א): "דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה"; ווייל די תורה קען נאר איבערגיין פון א רבי צו תלמידים ווען די תלמידים האבן דרך ארץ, זיי זיצן מיט הכנעה. נאך זאגן די הייליגע חכמים (שבת ל:): "כָּל תַּלְמִיד חָכָם שֶׁיּוֹשֵׁב לִפְנֵי רַבּוֹ, וְאֵין שִׂפְתוֹתָיו נוֹטְפוֹת מֹר", די תלמידים וואס זיצן ביי זייער רבי אן דרך ארץ, "תִּכָּוֶינָה", וועט ווערן אפגעבריט זייער ליפן.


ביי אונז מאכט מען אויך שיעורים; אינגעלייט האלטן מיט די שיעורים אין געוויסע געגנטער, אבער אלע זיצן מיט דרך ארץ, מען רעדט נישט; נאר אזוי קען מען מאכן די שיעורים.


די שיעורים וואס מען גרייט אן פאר פרויען קומט אויס בערך יעדן ערב ראש חודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - זאלן מיר עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין אונזער שטאט?
אחדות, בית המדרש, היכל הקודש, דרך ארץ

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח אויף אלעס, בפרט אויף די שיעור וואס איז לעצטנס געווען אויף הפצה. מיר זענען א חבורה בחורים און אינגעלייט וואס זענען זיך מחזק אינאיינעם אין אונזער געגנט, אין בראכפעלד, מודיעין עילית. מיר קומען זיך צוזאם זיך מחזק צו זיין אינאיינעם און מיר פרובירן צו מאכן הפצה.


לעצטע וואך האבן מיר געדרוקט 150 גליונות און עס פארשפרייט, ווי אויך גייען מיר הפצה אין די הייזער. און יעדע וואך קומען מיר זיך צוזאם און מ'איז זיך מחזק אינאיינעם מיט'ן רבינ'ס עצות.


מיר האבן געטראפן א שול פון "היכל הקודש" ביי אונז אין שטאט, וואס זיי זענען מסכים אריינצונעמען אונזער חבורה בכבוד גדול מיר זאלן זיך דארט צוזאמנעמען, ביז יעצט קומען מיר זיך צוזאם ביי איינעם אין שטוב, איז די שאלה אויב מיר זאלן ענדערש גיין אין שול, אדער אפשר אין שטוב וועט זיין גרינגער פאר געוויסע מענטשן צו קענען קומען אומגעשטערט.


מיר האפן אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט אונז ענטפערן, און מיר וועלן זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט אונז שרייבן דברי חיזוק פאר אונזער חבורה.


א גרויסן יישר כח


חבורת היכל הקודש מודיעין עילית שכונת ברכפלד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד תלמידי היכל הקודש מודיעין עילית, שכונת ברכפלד, שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב איר האט א מעגליכקייט צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש ברסלב - זאלט איר זיכער עפענען א בית המדרש; דאס איז נישט קיין סתירה צו וואס מען טוט ביז יעצט. מען קען זיך ווייטער צאמנעמען פריוואט אין א שטוב עס זאל זיין גרינג פאר די אנוסים וכו', די וואס שעמען זיך פון חברים און באקאנטע, מען זאל נישט וויסן אז זיי דרייען זיך אין ברסלב וכו', און אין די זעלבע צייט זאלט איר גיין בגדלות, עפענען א 'בית המדרש היכל הקודש חסידי ברסלב מודיעין עילית, ברכפלד'.


אבער וויסן זאלט איר, אז מען עפנט א בית המדרש היכל הקודש חסידי ברסלב דארפט איר וויסן צוויי זאכן, הדבר הראשון - דער בית המדרש דארף זיך פירן מיט א שטארקע דרך ארץ; מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען אז אלע שולן היכל הקודש זאלן זיין מיט'ן גרעסטן מאס דרך ארץ.


מוהרא"ש האט געהאט ביידע כוחות; ווען עס איז געקומען צו מקרב זיין א איד - האט ער נישט געקוקט ווער דאס איז, וואס דאס איז; ער האט צו יעדן איינעם גערעדט און מקרב געווען צום אייבערשטן מיט די גרעסטע רחמנות, אבער ווען עס איז געקומען צום בית המדרש דארט האט מען געמוזט זיין זייער דרך ארץ'דיג.


מוהרא"ש האט זייער אכטונג געגעבן אראפצונעמען דעם שלעכטן נאמען וואס איז דא אויף ברסלב; ווען עס איז אריינגעקומען אין היכל הקודש איינער וואס האט אויסגעזען אינטערעסאנט, מוהרא"ש האט דאס גערופן 'משונה קרן', - האט מוהרא"ש געהייסן מען זאל אים פארטרייבן, אז מענטשן זאלן נישט נאכדעם זאגן: "ברסלב'ע משוגעים". יארן לאנג האט מוהרא"ש געארבעט אראפצונעמען דעם שלעכטן נאמען וואס איז דא אויף ברסלב; מוהרא"ש האט געהאלטן אין איין רעדן און שרייבן קעגן די 'נ נח'ס' אז מען זאל וויסן 'דאס איז נישט ברסלב', דאס איז בלויז א דמיון וואס איינער האט אויפגעטראכט אז ער האט באקומען א צעטל פון הימל, א מעשה וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן; פארוואס האט מוהרא"ש אזויפיל גערעדט פון דעם? ווייל ער האט געוואלט אראפנעמען די שלעכטע נאמען, וואס זיי האבן גורם געווען אז דער רבי איז היינט פארשעמט; קיינער וויל נישט זיין זון זאל זיך דרייען ביי א פלאץ פון משוגעים, און דאס איז גורם אזויפיל מחלוקת אויפ'ן הייליגן רבי'ן.


דערפאר אז איר גרייט זיך צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש דארפט איר זייער אכטונג געבן אז דער בית המדרש זאל זיך פירן מיט דרך ארץ; עס דארף זיין אין בית המדרש א משמעת (דיסציפלין), מען מוז פאלגן, מען קען נישט טון איש כל הישר בעיניו יעשה. מען דאווענט אזוי ווי מען דאווענט אין אלע ערליכע שול'ן, נישט מיט קיין נייע מנהגים פון זינגען יעדע שטיקל; די בעלי תפילות זאלן זיין אינגעלייט וואס דאווענען ווארעם; שבת אינדערפרי פירט מען זיך נאכן דאווענען ביים קידוש אז מען לערנט סיפורי מעשיות, און ביי שלש סעודות זינגט מען זמירות און מען איז זיך מחזק מיט'ן רבינ'ס ווערטער.


די צווייטע זאך וואס איר דארפט וויסן, אויב איר עפנט א בית המדרש היכל הקודש וועט דער סמ"ך מ"ם אויך אהין קומען, ער וועט זוכן צו מאכן א פירוד לבבות צווישן אייך. ווייל דער סמ"ך מ"ם קען נישט סובל זיין א פלאץ וואס מען פארשפרייט דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער, וואס טוט ער? זיין זאך איז "הפרד ומשול", ווען ער וויל צעברעכן א פלאץ; א קהלה, א מוסד אדער א אידישע שטוב, מאכט ער עס זאל זיין מחלוקת און פיינטשאפט, ביז עס ווערט אויס פונעם פלאץ; דארף מען זייער אכטונג געבן און וויסן אז עס איז נישט ווערד דאס עפענען דעם בית המדרש נאר אויב עס וועט זיין שלום צווישן אייך.


אז איר וועט שטיין אויף די צוויי זאכן וועט איר זוכה זיין צו וואס דער רבי האט געזאגט ביים לעצטן ראש השנה, ווען אנשי שלומינו האבן געקרעכצט און געפרעגט דעם רבי'ן: "אויף וועם לאזט אונז דער רבי איבער?" האט דער רבי געענטפערט (חיי מוהר"ן, סימן ריח): "רַק אַתֶּם תַּחֲזִיקוּ עַצְמְכֶם בְּיַחַד, אָז תִּהְיוּ אַנָשִׁים כְּשֵׁרִים", אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען, וועט איר זיין ערליכע אידן, "וְלֹא כְּשֵׁרִים בִּלְבַד, אֶלָּא אֲפִילּוּ צַדִּיקִים וְטוֹבִים תִּהְיוּ", נישט סתם ערליכע אידן, נאר גרויסע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.