שאלה אין קורצן ענין
#1 - אויב האב איך חתונה יונג, ווי אזוי וועל איך האבן פרנסה?
חתונה, פרנסה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון זיבעצן יאר אלט, איך הער אסאך די שיעורים און איך בין זיך זייער מחיה, יישר כח.


דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך פון חתונה האבן יונג, און איך ווייס אז אויב וועל איך בעטן מיינע עלטערן אז זיי זאלן שוין אויסהערן שידוכים פאר מיר, וועלן זיי עס גערן טון, אבער איך אליין האב מורא חתונה צו האבן יונג, ווייל איך קען נישט טראכטן ווי אזוי איך וועל זיך קענען אויסהאלטן נאך די חתונה, ווייל מיינע עלטערן וועלן מיר נישט קענען העלפן מיט פרנסה נאך די חתונה.


איך בין איינער פון 16 געשוויסטער, מיינע עלטערן האבן שוין חתונה געמאכט עטליכע קינדער, אויף א ביליגן אופן, נישט ממש ווי דער ראש ישיבה זאגט אבער נאכאלץ זייער ביליג. מיינע עלטערן האבן אונז אלץ מחנך געווען צו זיין צופרידן מיט וואס מ'האט און נישט זוכן קיין איבריגע מותרות, און דערצו איז אלעמאל פרייליך אין שטוב. זיי בארגן נישט קיין געלט און האבן נישט קיין חובות, אבער למעשה לעבן זיי זייער מצומצם, און זיי וועלן מיר נישט קענען העלפן מיט פרנסה נאך די חתונה.


דאס מיינט אז א טאג נאך די חתונה דארף איך גיין ארבעטן און שאפן געלט פאר א דירה, פאר עסן און קליידער, און אזוי ווייטער פאר אלע געברויכן. איך קען ב"ה לערנען, און איך וויל נישט אפלאזן דאס לערנען גלייך נאך די חתונה.


דערפאר האב איך מורא שוין חתונה צו האבן אזוי פרי, און איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען זאגן די ריכטיגע וועג ווי אזוי צו האנדלען אין לעבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו דארפסט נישט מורא האבן אז דו וועסט נישט האבן פרנסה; דער אייבערשטער איז מפרנס די גאנצע וועלט, ער געבט יעדן איינעם שפייז אין צייט. דער אייבערשטער שפייזט דעם גרויסן וויזל-טיר און ער שפייזט די קליינע אייער פון לייז (ניטס). חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.) אז די שליסל פון פרנסה איז אין די הענט פונעם אייבערשטן; קיינער קען נישט געבן פרנסה און קיינער קען נישט אוועק נעמען פרנסה - נאר דער אייבערשטער אליינס.


מורא האבן דארף מען נאר פונעם אייבערשטן; מען דארף מורא האבן אראפ צו פאלן אין עבירות, אז עס רעדט זיך א שידוך טאר מען דאס נישט אפשטופן אפילו א טאג, מען דארף חתונה האבן אזוי ווי דער אייבערשטער האט אונז געהייסן. א מענטש אליינס איז אין א סכנה, אזוי ווי רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות יום הכיפורים, הלכה א, אות א): "מִי שֶׁאֵינוֹ נָשׂוּי - הוּא פָּגוּם בִּבְרִית", ווער עס איז נישט חתונה געהאט איז פגום בברית; דערפאר דארף מען וואס שנעלער חתונה האבן לשם שמים, זיך נישט וועלן און קלויבן.


זאג דיינע עלטערן אז דו ווילסט שוין חתונה האבן, וועסטו זוכה זיין צו זיין אפגעהיטן פונעם יצר הרע. אזוי ווי מיר געפונען ביי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (קידושין כט:) ווי רב חסדא האט אויסגערימט פאר רב הונא דאס גרויסקייט פון רב המנונא אז ער איז א גרויסער מענטש, האט רב הונא געבעטן רב חסדא: איך וויל אים זען; ווען ער קומט צו דיר זאלסטו אים אהער שיקן, "כִּי אָתָא, חַזְיֵּיהּ דְּלָא פָּרִיס סוּדָרָא", ווען רב המנונא איז געקומען האט רב הונא געזען אז ער האט נישט קיין טלית, האט ער אים געפרעגט: "מַאי טַעְמָא לָא פְּרִיסַת סוּדָרָא?" פארוואס גייסטו נישט מיט קיין טלית, האט אים רב המנונא געענטפערט: ווייל איך האב נאך נישט חתונה געהאט, "אַהֲדְרִינְהוּ לְאַפֵּיהּ מִינֵיהּ", האט רב הונא אוועק געדרייט זיין פנים פון אים און אים געזאגט: "חָזִי דְּלָא חֲזִית לְהוּ לְאַפֵּי עַד דְנָסְבַת", זאלסטו נישט קומען צו מיר, ווייל איך וויל נישט זען דיין פנים ביז דו האסט חתונה, ווייל: "בֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וְלֹא נָשָׂא אִשָּׁה - כָּל יָמָיו בְּעֲבֵירָה", אויב מען האט נישט חתונה פאר די צוואנציג יאר וועט מען א גאנץ לעבן טון עבירות, פרעגט די גמרא: "בְּעֲבֵירָה סַלְקָא דַּעְתָּךְ?!" ווי קען זיין מען וועט טון עבירות א גאנץ לעבן, איינמאל מען האט חתונה איז מען דאך אפגעהיטן פון עבירות, ענטפערט די גמרא: "אֶלָּא אֵימָא: כָּל יָמָיו בְּהִרְהוּר עֲבֵירָה", מען וועט א גאנץ לעבן האבן שלעכטע מחשבות; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף זיך צו איילן חתונה צו האבן, ווייל רב המנונא איז געקומען צו רב הונא און ער האט נישט געוואלט קוקן אויף זיין פנים ווייל ער האט נישט חתונה געהאט.


זארג נישט יעצט פון וואנעט דו וועסט האבן פרנסה; פרנסה וואקסט מיט'ן מענטש, ווי מער מען עלטערט זיך אלץ מער געבט דער אייבערשטער פרנסה, אזוי זאגט דער רבי (ספר המידות, אות בנים, סימן ג): "אֵין צָרִיךְ לָאָדָם לִדְאֹג עַל פַּרְנָסַת בָּנָיו, כִּי כְּשֶׁהֵם גְּדֵלִים, גְּדֵלָה פַּרְנָסָתָם עִמָּהֶם", מען דארף נישט זארגן אויף פרנסה, פרנסה וואקסט מיט'ן מענטש.


אז דו וועסט אוועקלייגן דיינע חכמות, דו וועסט גיין צום שידוך וואס פריער און דו וועסט לערנען פלייסיג, וועסטו זען גרויסע ניסים; דו וועסט האבן פרנסה בשפע און דו וועסט קענען לערנען ווייטער נאך דיין חתונה.